איך האב געמיינט אז מיר האבן געענדיגט דעם שמועס איבערן אינטערוויו און זיך געוואלט נעמען צו פארשידענע אנדערע נושאים, אבער אין ליכט פון עטליכע שאלות וואס זענען אריינגעקומען וועל מיר נאך אביסל פארברענגען דא אין דעם שמועס.
מיר האבן גאנץ לייכט אבער קלאר איבערגעשמועסט דעם ציהל און דעם דורכגאנג אין דעם אינטערוויו, און פארשידענע טיפ'ס און עצות "ראט און טאט" צו וויסן סיי מצד דעם בעה"ב און אודאי מצד דעם ארבייטער.
דער ארבייטער האט באקומען גאנץ א קלארע טשעק ליסט וואס עס קען אים העלפן אין זיין פארגעברייט פארן ריכטיגען אינטערוויו מיט די ריכטיגע כלים, און האפנטליך וועט דאס זיין בייהילפיג פאר די חשוב'ע לייענער וועלכע זענען אין דעם מצב פון זוכן א פרנסה, אדער טוישן א פרנסה.
איך וויל זיך באציען צו עטליכע שאלות וואס זענען געקומען. די ערשטע שאלה וואס עטליכע האבן געפרעגט איש כלשונו וככתבו אבער דער תמצית איז, לגבי א כולל אינגערמאן וועלכער האט נאך נישט קיין שום עקספיריענס און ער גייט צו אן אינטערוויו, מיט וואס קען ער זיך גרייטן? און צו איז אים אויך וויכטיג א גוטער רעזומעי? וואס וועט שטיין אויפן רעזומעי? און פארוואס זאל ער דאס דארפן?
אלס עקספערט וואלט איך געדארפט ענטפערן אז מ'דארף א רעזומעי אין יעדן פאל, ווייל במציאות איז א רעזומעי עפעס וואס פשוט און פראסט האלט דיין נאמען אויפן טיש און דו ווערסט א חלק פון דעם אויסוואהל.
ווען א מענטש לייענט א רעזומעי איבער איינעם פאר אדער אפי' בשעת ער זעהט יענעם, סיי וועלכע אינפארמאציע וואס דארט שטייט פארגרינגערט דעם שמועס. לאמיר נעמען אן עקזעמפל:
ווען איך זעץ זיך אוועק מיט א מענטש וואס איך האב נאך ביז היינט נישט געזעהן און איך וויל מיט אים שמועסן אין א אינטערוויו איז זייער אומבאטעמ'ט סתם צו זיצן און פרעגן שאלות ווי ביי א בחינה, איך וויל זייער שטארק (און יעדער בעה"ב וויל) אז עס זאל זיין ווי א שמועס, וואס אין דעם גאנג פון שמועס זאלן ארויסקומען פארשידענע וויכטיגע אינפארמאציע וואס איז מיר וויכטיג צו וויסן.
א אינטערסאנטע נקודה קען זיין איך האב שוין אמאל געשריבן דערפון, למשל אין די גויאישע וועלט איז דא געוויסע שאלות וואס מ'טאר אפי' נישט פרעגן צוליב די ליבעראלע רעכטן פון דעם מענטש וואס קען באליידיגט ווערן נעבעך אויב למשל מ'פרעגט אים צו ער איז חתונה געהאט אדער נישט וכדו', און די אינטערוויוער'ס דארפן כסדר זיין גענוג קלוג אויסצוטרעפן זאכן וואס זיי ווילן וויסן דורך אופנים שונים נישט מיט א דירעקטע שאלה.
למשל איינע פון די זאכן וואס מ'טאר בשום אופן נישט פרעגן איז ווי אלט די מענטש איז, ווייל ער קען נעבעך שפירן באקריוודעט אויב מיינט ער אז מ'קוקט אים אן צו יונג אדער צו אלט וכו'.
ויהי היום, איך זיץ אין אפיס און איך ווארט אויף די נעקסטע אינטערוויו, און פארשטייט זיך אז אין מיין פאזיציע ביי ניו יארק לייף דארף איך זיין זייער פארזיכטיג מיט אלעם בפרט ווען די אינטערוויו איז מיט איינעם וואס קען מקפיד זיין,
קומט אריין א קליינער אינגל א גוי, און זעצט זיך ארויף אויפן בענקל, ער זעהט אויס צו זיין 12 יאר אלט, און ער באגריסט מיך מיט א גרויסן שמייכל.
איך קוק אויף אים און איך קוק אויפן רעזומעי, איךה אב נישט קיין שום וועג צו וויסן צו איז ער טאקע א אינגל וואס מאכט ליצנות? אדער וואס דא גייט פאר?
איך פרעג אים זיין נאמען, ער ענטפערט "פרענק" (די עכטע נאמען געהאלטן אין די רעדאקציע), און איך זעה, יא דאס איז דער רעזומעי פון מיין אפוינטמענט יעצט, נו, איך קען אים נישט פרעגן גראד ווי מ'פלעגט טון אין די אלטע גוטע צייטן: פרענק, ווי אלט ביזטו? ער קען ווערן באליידיגט.
מוז איך אנהייבן אומבאקוועם א שמועס, און איך שפיר ווי איך ווייס נישט צו איך רעד צו א קאנדידאט פארן דזשאב אדער איינער וואס שפילט א פרענק (מיט א פינטל) מיט מיר.
ביז דער אויברעשטער האט מיר חונן דעת געווען אז אינעם שמועס האב איך אים געפרעגט וויאזוי ער איז געקומען צו מיט די סובוועי אדער אליינס געדרייווט, און ער האט געזאגט אז ער האט אליינס אהער געדרייווט, האב איך פארשטאנען אז איבער 18 איז ער שוין זיכער, און ער זעהט נאר אויס גאר יונג.
לענינינו, ווען עס איז דא א רעזומעי, איז גרינגער פארן אינטערוויוער צו מאכן דעם שמועס איבער עפעס וואס ער לייענט אינעם רעזומעי אפי' אויב ס'איז מינדערוויכטיג, למשל עס שטייט דארט אז דער אינגערמאן האט געלערנט אין כולל תורה תמימה, קען ער אים פרעגן איבער דעם כולל אביסל, און מינדערן די היץ אין שטוב, אוןמאכן א רואיגע אטמאספערע אינעם אינטערוויו, עס ווערט א נאטורליכער שמועס.
עס ברענגט אויך א געוויסע לעגיטימיטעט צום מענטש ווען דער בילד איז קלארער ווי סתם א בשר ודם אין א רעקל, מ'זעהט א שטיקל בעקגראונד, כאטש דאס האט נישט מיט ביזנעס אסאך, מ'זעהט אז דער מענטש האט ערגעץ געלערנט, וואו ער האט זיך געדרייט, ווער זענען זיינע רעפרענסעס וועם מ'קען פרעגן איבער אים וכדו'.
אבער ווי איך האב אנגעהויבן, איך וועל נישט זאגן קיין ליגנט, אז אלס "נישט עקספערט" וואלט איך מודה געווען אז פאר א כולל אינגערמאן איז עס וויינגער וויכטיג בדרך כלל, נאר טאמער ער גייט פאר א אינטערוויו ערגעץ אינדרויסן פון זיין זאנע, למשל א גרעסערע קאמפאני נישט דא ביי א היימישן איד וועט זיכער נאר ארבייטן מיט א רעזומעי וכדו'.
ווער נישט צומישט יא עקספערט נישט עקספערט, איך מיין צו זאגן אז דער וועג וויאזוי אן עקספערט דארף עס זאגן איז אז מ'דארף קלאר יא א רעזומעי, אבער אויב פרעגט איר מיין פשוטע מיינונג איז דא געוויסע שטעלונג אז א כולל אינגערמאן איז נישט אזוי וויכטיג כאטש די אויבנדערמאנטע טעמים זענען ריכטיג און מאכט אסאך גרינגער דעם פראצעדור.
די צווייטע שאלה וואס איז אריינגעקומען וואס איז ממש ווי געגאסן א המשך צום ערשטן: וואס טוט זיך מיט איימיצן וואס איז אין א דזשאב און זוכט ארויסצוגיין, אבער ער איז אומבאקוועם מיט זיין פריערדיגן דזשאב, דאס הייסט לאמיר זאגן ער שפירט אז ער האט נישט נושא חן געווען אין די אויגן פון די פריערדיגע בעלי בתים, אדער פארקערט ער האט זייער נושא חן געווען און ער שפירט אז אויב וועט מען זיי פרעגן וועלן זיי פרובירן אים צו שטערן לטב ולמוטב, עכ"פ ער וויל וויסן צו ס'איז טאקע אזוי וויכטיג צו האבן א רעזומעי און אויב יא, צו מוז ער פונקטליך שרייבן וואו ער האט געארבייט אלעמאל אדער גענוג אין וועכע אינדוסטריע.
עס פעלט נישט אויס קיין אריכות צו ענטפערן אויף די שאלה, עס איז זייער קלאר אז האבן א רעזומעי ווען 'מהאט שוין א היסטאריע איז זיכער וויכטיג, און פארשטייט זיך אליינס אז עס איז וויכטיג מיט אלע פרטים און אן קיין שום פארהוילן מאטריאלע אינפארמאציע. און ס'איז אפי' נאריש צו טראכטן אז דער בעה"ב וועט נישט וויסן אדער פרעגן איבער די דעטאלן פון דעם פריערדיגן דזשאב, און וואס וועסטו ענטפערן? אז ס'איז א סוד?
נאר וואס דען טוט מען אין אזא פאל ווען מ'שפירט אז דאס קען זיין א פראבלעם?
מ'זאגט דעם פראבלעם קלאר און מ'פרובירט עס צו זאגן בעפאר אפי' מ'פרעגט מער אין די נושא, דאס הייסט אז מ'זאגט מיטן גאנצן אמת פארן בעה"ב אז דאס אדער דאס איז מיין פראבלעם מיטן פריערדיגן דזשאב, און איך וויל איר זאלט דאס וויסן כדי צו קענען ריכטיג באשליסן.
מיטן זיין אויפריכטיג, און אויפברענגען דעם פראבלעם, וועט איר נישט נאר לעזן דעם פראבלעם אז אויב דער בעה"ב איז צופרידן און וויל אייך האבן וועט ער וויסן אז פרעגן דעם אלטן בעה"ב למשל דירעקט איז נישט קיין גוטע עצה, און ער וועט עס נישט טון, נאר איר וועט אים אויך ווייזן אז איר זענט א מענטש און איר זענט ערוואקסן, איר זאגט עס וויאזוי עס איז, און דאס ברענגט נאר שעצונג.
באהאלטן מאטריאלע אינפארמאציע וואס זענען בדרך כלל נישט קיין סודות און דער בעה"ב וועט עס עווענטועל געוואויר ווערן סיי ווי איז נאריש.
און אין פילע פעלער האט שוין דער בעה"ב סיי ווי מער אינפארמאציע ווי איר מיינט, און ער ווארט צו הערן פון אייך דעם אמת, און זעהן צו איר זענט גענוג ערוואקסן צו זאגן דעם אמת.
איך האב געהאט א אינטערוויו מיט א אינגערמאן די פארגאנגענע חודש וואו איין דעטאל איז געווען א אומבאקוועמער מציאות וואס ער האט אפשר געוואלט פארמיידן אז איך זאל נישט וויסן, אבער דער מציאות איז געווען אז איך האב געוואוסט, און איך האב ביים אינטערוויו אויף פארשידענע אופנים אים געגעבן די געלגענהייט צו דערציילן דעם אמת דורך פארשידענע שאלות וואס האבן זיך געגרעניצט מיט דעם נושא, איך האב אבער נישט געוואלט פרעגן דירעקט די שאלה.
עס האט מיך זייער געשטערט ווען איך האב געזעהן אז ער באהאלט און איז נישט אפן מיט דעם ענין (איך קען נישט שרייבן צו קלאר די דעטאלן, אבער איך האף אז עס איז גאנץ קלאר דער נמשל ארויסצונעמען דערפון), אין די ענדע האט זיך סיי ווי נישט אויסגעארבייט דער אפפער אבער עס איז גאנץ זיכער אז אויב טוט ער דאס ביים קומענדיגן אינטערוויו וועט ער אויך נישט בלייבן דארט.
לענינינו, עס איז וויכטיג צו זיין דאס מערסטע אויפריכטיג וואס שייך.
א גוט שבת