יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

דער בעה"ב ביים אינטערוויו

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת בהעלותך תשפ"ג

ווען מיר האבן געשריבן איבער די טיפס ביים אינטערוויו פארן ארבייטער, האבן מיר געזאגט אז מ'וועט צוריק קומען אויך רעדן אביסל לגבי דעם בעה"ב ביים אינטערוויו,

דער שטובל ווערט געליינט פון אסאך וועלכע האבן אייגענע ביזנעסער און טרעפן זיך אין אזוינע סיטואציעס ווען מ'דארף ארייננעמען פרישע ארבייטער, און מאכן א באשלוס וועם צו נעמען און וועם נישט, איז וויכטיג צו געדענקען אז אפשר א רוב פון די ביזנעס לייט זענען נישט אין ביזנעס ווייל זיי ווייסן וויאזוי צו הייערן אדער וויאזוי צו באהאנדלען דעם גאנצן פראצעדור פון אויפנעמען ארבייטער, נאר ווייל זיי האבן ערגעץ געטראפן א גוטע ביזנעס געדאנק אדער א פאך אין די האנט.

ווען ס'קומט צו די ביזנעס אליינס, זענען זיי גוט אויסגעקאכט, און דאס איז דאך וואס זיי טוען א גאנצן טאג, אבער ווען ס'קומט צו די כלים ארום די ביזנעס, ווי למשל בוק קיפינג, אדער אנדערע גאר וויכטיגע כלים וואס פעלן אויס פאר די ביזנעס, און פון דעסטוועגן וועלן זיי נישט וויסן וויאזוי עס צו עסן, זיי זענען פשוט נישט באהאוונט דערין און אנדער סאושעל סטיילס, זיי זענען נישט קיין נומבער מענטשן וכדו'.

די זעלבע איז ווען ס'קומט צו אויפנעמען אדער אפזאגן ארבייטער, מ'קען זאגן אז רוב ביזנעסלייט פלאגן זיך מיט די נושא, און קענען עס נישט האנדלען געהעריג, און אפי' פון די וואס קענען יא, (מיינען אז זיי קענען יא) וועלן מודה זיין אז זיי וואלטן אוועק געגעבן כל הון דעלמא דאס נישט צו דארפן פראקטיצירן. ס'איז שווערע באשלוסן, און אסאך מאל שווערער אויסצופירן.

אויפנעמען אן ארבייטער איז אין א קליין הינזיכט אביסל ווי א שידוך, מ'שפירט אז מ'האט אין א געוויסע פארנעם חתונה וואו עס איז א קאמיטמענט צו וועלכן מ'וועט זיך מוזן האלטן, און אויב ווערט מען געוואויר אז מ'האט זיך געפאפט אין דעם מענטש און מ'האט חרטה אויפן אויפנעמען, פאנגט זיך אן א פראצעדור פון אוועק שיקן וואס איז הונדערט מאל שווערער.

דעריבער איז אפשר נאך וויכטיגער צו רעדן צו די בעלי בתים איבער דעם ענין, און אויסשמועסן טיפס וויאזוי צו מאכן די בעסטע דערפון.

לאמיר אויסשמועסן די וויכטיגע כלליות'דיגע יסודות אין א ביזנעס צו קענען אויפנעמען ריכטיג ארבייטערס. די ערשטע און וויכטיגסטע יסוד איז אראפצושטעלן יסודות דערויף און נישט טון דאס אויפנעמען ארבייטער ווי עפעס וואס מ'טוט נאר כלאחר יד ווען מ'דארף.

ס'איז וויכטיג אפי' ווען מ'נעמט נישט אויף ארבייטער'ס אזוי אפט, צו האבן א אפגעשריבענע פראצעדור, סיי וואס פארא סארט ארבייטער מ'זוכט פאר וועלכע דזשאב, און סיי די נקודות וואס מ'דארף קלארשטעלן מיט אן ארבייטער בעפאר מ'נעמט זיי אויף, און וי אויך די זאכן וואס דער ארבייטער מוז הערן.

למשל ווען א בעה"ב זיצט אויף אן אינטערוויו און ס'קומט אויף די פראגע פון וואקאציע, וויפיל מ'באקומט באצאלט? און דער בעה"ב ווייסט נישט וואס צו ענטפערן, אדער ער ענטפערט עס מיט א אומקלארקייט, דאס ברענגט אריין אין דעם אינטערוויו א געוויסע אומטראסט, און דער בעה"ב פארלירט די לייצעס. משא"כ ווען ער וויסט נישט די תירוץ אבער נעמט ארויס א ביכל אדער קאמפיוטער פייל און קוקט אויף די "קאמפעני רעגולאציעס" אין דעם הינזיכט ברענגט דאס א גרויסע רעספעקט.

ווען א צוקונפטיגער ארבייטער זעהט דעם בעה"ב קוקן אויף א אפגעשריבענעם פארמאט דזשאב דעסקריפשאן מיט אלע דעטאלן, ברענגט דאס סיי א גרויס רעספעקט אז דא טוט מען אלעס מיט חשבון און מיטר אויסגערעכנטקייט, ס'נעמט אסאך אוועק פון אומזיסטע פארהאנדלונגען וואס קומט געוויינליך ווען אן ארבייטער זעהט א אומזיכערקייט אין דעם בעה"ב.

ווי אויך קען א בעה"ב גרינגער אפזאגן א פארלאנג וואס ער שפירט איז אומריכטיג צו געבן, אויב איז עס עפעס וואס ער קוקט נאך אין די רעגולאציעס פון די ביזנעס אפי' אויב ער אליינס איז טאקע בעה"ב און קען עס טוישן. די ערווארטונגען פון א ארבייטער איז קיינמאל נישט אז דער בעה"ב זאל יעצט ברעכן די סדרי בראשית פאר אים, ער פרובירט נאר צו באקומען וואס ער קען ווען ער מיינט אז ער קען, אבער אויב דער בעה"ב האלט זיך צו א אפגעשריבענעם מהלך האט עס א שטארקן אפעקט.

אין די ביזנעס וועלט איז דערפאר אנגענומען אז א ביזנעס נישט קיין חילוק ווי קליין אדער גרויס, האט א הענדבוק מיט די פרינציפן פון די קאמפעני, די מהלכים, די דזשאבס, די דעסקריפציע'ס, און נאך פארשידענע זאכן, להבדיל ווי די שולחן ערוך פון די ביזנעס.

נאך א נקודה וואס מאכט זיך אסאך ביי בעלי בתים, איז אז דער אינטערוויו קומט אריין אינמיטן טאג ארבייט, און ער גיבט דעם איינדרוק ווי דאס איז עפעס א אומויכטיגע פונקציע, ער לייגט נישט געהעריג צו קאפ, ער הייבט אויף טעלעפאן'ס, ער הערט נישט געהעריג אויס דעם קאנדידאט, דאס לאזט איבער א גאר שווערן אימפרעשן וואס איז שווער צו פאררעכטן.

און איך ווייס וואס איר קענט טראכטן: וואס גייט מיך אן וואס דער ארבייטער טראכט? איך בין דער וואס נעמט אויף. עס איז נישט אמת, אין די היינטיגע וועלט האט דער ארבייטער א גאר שטארקן געוויכט, מ'קען זיך נישט ווארפן מיט ארבייטערס און אויב ווילט איר האבן א גוטען טיעם, דארפט איר מאכן זיכער אז ווען איר זיצט אויף א אינטערוויו נישט צו פארגעסן אז "איר ווערט יעצט אויך אינטערוויוד"...

וויאזוי קען מען באמת מאכן זיכער אז מ'פארשטייט צו דעם קאנדידאט, און מ'ווייסט אז עכ"פ מ'האט געטון די ריכטיגע השתדלות צו טרעפן דעם ריכטיגן ארבייטער?

דער בעה"ב דארף געדענקען אז ווען אן ארבייטער קומט אויף אן אינטערוויו איז דער מענטש אנגעגרייט אויף א געוויסן מהלך וואס דער מענטש שפירט אז ער וויל אזוי ווערן געזעהן. דאס הייסט טראץ וואס פארשטיין מענטשן איז א חכמה וואס מ'קען נישט אויסלערנען אין אן ארטיקל, און ס'דא אסאך וואס צו לערנען דערין, איז אבער דא פשוט'ע גרינגע טאקטיקן צו דערקענען פון וואס און פון וועם מ'רעדט דא.

די חכמה איז נישט צו זעהן וויאזוי דער מענטש פרעזענטירט זיך, כאטש דאס איז אויך זייער וויכטיג, און די חכמה איז אויך נישט צו הערן פון דעם מענטש זיינע פעאיגקייטן און היסטאריע אין ארבייט, כאטש וואס דאס איז נאך אפי' מער וויכטיג.

די חכמה איז צו קענען אבזערווירן וואס דער מענטש "וויל" מ'זאל פון אים טראכטן. וויאזוי האלט דער מענטש אז עס איז גוט צו זיין אין א בעסטן פאל ווי למשל ביי אן אינטערוויו ווען דער מענטש פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו מאכן א גוטן איינדרוק.

איך רעד צו בעלי בתים וואס זאגן ווען מ'האלט שוין ביי א פראבלעם, אז ביים אינטערוויו האט דער ארבייטער אויסגעזעהן לייטיש און גערעדט זייער צום זאך וכדו', אבער נאכדעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז...

און אין פילע פעלער קען מען זאגן אז דער בעה"ב האט פארזעהן צו קוקן אויפן געדאנקענגאנג פון דעם קאנדידאט. ער האט נישט געלייענט צווישן די טראפן.

איך וויל אפשטעלן א מינוט, און מאכן זיכער אז איך פיר נישט אריין די בעלי בתים אין אזא סארט לאנג פארצויגענע פאביע פון זיך מער נישט גלייבן און טראסטן ווען מ'נעמט אויף ארבייטער, עס איז זיכער אז אינסטינקט שפילט א גוטע ראלע ביים אינטערוויו און מ'מעג גלייבן דעם השקפה ראשונה וואס מ'האט אויפן מענטש. נאך אלס איז וויכטיג צו טון די איבעריגע אויך בשלימות.

ווען מ'ווערט נתפעל און מ'וויל טאקע דעם ארבייטער, זאל מען נישט אפהאקן אדער פארגעסן צו רעדן פון די איבעריגע וויכטיגע זאכן וואס מ'וויל פרעגן. דער אינטערוויו איז די צייט ווען אלעס וואס מ'וויל וויסן און אויסשמועסן איז וויכטיג אפי' מ'מיינט אז מ'ווייסט שוין דעם תירוץ.

אסאך מאל ווען מ'איז אין דעם אויפנעמען פראצעדור און מ'אינטערוויוד מערערע קאנדידאטן נאכאנאנד, און אין קאפ קען מען מיינען אז מ'ווייסט שוין בערך וואס יענער מיינט צו זאגן, מ'האט דאס שוין געהערט יעצט פון אנדערע 10 קאנדידאטן, און דער שנעלער מח וויל שוין אויסכאפן די ווערטער און נישט לאזן אויסרעדן. דאס איז א טעות, דא איז אייער געלעגנהייט צו הערן נישט נאר וואס דער קאנדידאט ענטפערט, נאר וויאזוי ער ענטפערט, איר קענט הערן אויפן רעדן און אויפן באנעמונג צו דאס איז א מענטש וואס איר ווילט אין אייער ארגעניזאציע, און אויך זייער אסאך מאל ווערט מען אומווילנדיג געוואויר מער אינפארמאציע ווי ווילנדיג. דאס הייסט אז עפעס וואס איר האט פריער געפרעגט און באקומען א ריכטיגן ענטפער, קען יעצט אויפן קאלטן מינוט באקומען א נייעם ענטפער וויבאלד דער קאנדידאט איז מער פארנומען מיט די קומענדיגע שאלות, און אסאך מאל שווימט ארויף אן אמת אויפן וואסער אסאך נאכדעם וואס מ'האט גערעדט דערפון.

אין קורצן לאמיר איבערגיין די פרטים וואס פעלט אויס.

האבן א קלארקייט אין דעם דזשאב דעסקריפציע

זייער גוט צו האבן א דאקומענט צו וואס מ'באציהט זיך ווען מ'שמועסט אויס בענעפיטן אדער אנדערע רעגולאציעס פון די ביזנעס, דאס הייסט אז דער בעה"ב זאל עכ"פ אויסזען ווי ער זאגט נאר דאס וואס עס שטייט אין די קאנסטיטוציע פון זיין ביזנעס, ואין להרהר אחרי'.

לאזן דעם קאנדידאט אויסרעדן ביזן סוף.

אויסהערן און קוקן אויפן "וויאזוי" אסאך מער ווי אויפן "וואס". דער וואס קען זיין גוט אנגעגרייט, דער וויאזוי איז געוויינליך דער אמת.

זיך אויפפירן בנימוסין און נישט ווייזן א אומוויכטיגקייט צום אינטערוויו.

געדענקט אז איר ווערט אליינס אינטערוויוד און אייער באנעמונג איז גאר וויכטיג.

די נושא איז גאר ברייט פארצווייגט, און פאר מער קען מען זיך ווענדן צו מיר פריוואט. אבער איך מיין אז אויפן אויבערפלאך האבן מיר בארירט די עקרים און מיט דעם ענדיגן דעם "אינטערוויו" שמועס בעז"ה.

האט א לעכטיגן שבת