יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

דער בארג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת נשא ב' תשפ"ג

ביים אינטערוויו פראסעס איז וויכטיג צו געדענקען עפעס וואס באמת איז עס וויכטיג אין אסאך תחומים אין לעבן, ווי למשל ביי סעילס און אנדערע אונטערנעמונגען וואס א מענטש נעמט די ריזיקע און שטעלט זיך אריין אין א סיטואציע וואס קען זיך ענדיגן לטובתו אדער אפשר נישט ווי ער האט געטראכט.

לאמיר מסביר זיין פון וואס איך רעד. און לאמיר נעמען א משל פון א סעילסמאן,

ווען א סעילסמאן גייט זיך טרעפן מיט זיין פראספעקטיוו קליענט, וואו ער האפט צו קענען פארקויפן זיין פראדוקט און מאכן אפאר גראשן, גייט ער אריין אין א אומזיכערע טעריטאריע, ער ווייסט נישט וויאזוי דער שמועס וועט גיין, און אפי' אויב ער איז גוט אנגעגרייט און א העכסט געלונגענער סעילסמאן מיט א גוטן פראדוקט, קען זיך עס ענדיגן אין א גוטן פאל אן קיין סעיל, און אין אסאך פעלער מיט היבש עגמת נפש ווען דער פראספעקט באהאנדלט אים נישט שיין וכדו'.

איך זאג אלס פאר סעילסלייט אז ווען מ'גייט אריין צום סעיל איז עס אזוי ווי א בארג וואס מ'קריכט ארויף, מ'טוט פארשידענע פעולות אנצוקומען העכער און העכער און מאכן דעם סעיל.

ווילאנג מ'זעהט אז דער וועג ארויף האט נאך וואו צו גיין, דארף מען מאכן השתדלות צו גיין ווייטער, זה בכה וזה בכה, מיט אלע טריקס פון די בוך, צו באקומען דעם סעיל.

אבער דא דארף מען זיין א חכם און קענען אפשאצן צו דער בארג האט נאך עפעס א וועג ארויף אדער מ'שטייט ביים שפיץ, דאס הייסט, אמאל דארף מען קענען שנעל דערקענען אז דא אין דעם סיטואציע איז נישטא מער וואו צו גיין, און ס'איז צייט אראפצולייגן די געווער, און גיין פרובירן דעם נעקסטן בארג.

עס איז אמאל שווער דאס איינצוזעהן אדער זיך צושטעלן צום מצב, אבער די מינוט וואס ער דערגרייכט דעם שפיץ, איז יעדע מינוט וואס מ'שטייט דארט א שאדע די צייט, און אמאל אויך א סכנה פון פאלן. מ'דארף זיך ארויסזעהן פון די סיטואציע.

דא קומט אבער אריין דער חלק אז דער וועג ארויס דארף אויך זיין מיט חכמה, און דאס מיינט אז מ'דארף קענען אפשאצן פון וועלכן זייט בארג אראפצוקריכן און וואו יא אדער נישט צו גיין.

למשל, אמאל ווען מ'ענדיגט א שמועס מיטן פראספעקט, איז טאקע יעצט קיין סעיל נישטא, אבער ס'איז זייער מעגליך אין צוקונפט צו מאכן ביזנעס, און דעמאלס איז דער וועג אראפ אויף איין אופן, אמאל איז דא ווען דא איז נישטא וואס צו טון און מ'קען נישט טון דא קיין ביזנעס איז דער וועג אראפ אויף אן אנדערן אופן, דער סעילסמאן מוז געדענקען צו פראטעקטן זיין ברענד, זיין נאמען, און זיין גוטן ווילן, און נישט ארויסגיין פון קיין דורכפאל אלס א פערזענליכער דורכפאל, דאס איז קריטיש וויכטיג פאר אים (מיר וועלן נאך צוריק קומען אי"ה בכלל צו די נושא פון סעילס בעז"ה)

די זעלבע זאך איז שייך ביי אנדערע זאכן אין לעבן. שידוכים, וויפיל מאל לויפן מענטשן נאך דעם שידוך וואס האט נישט קיין שאנסן, פשוט ווייל זיי מאכן נישט דעם חשבון און קוקן נישט וואו דער שפיץ פון בארג איז, און ביזדערווייל עלטערן זיך די קינדער אין פריידן.

וויפיל מאל איז דא אז ווען מ'ווערט שוין יא געוואויר אז דער שידוך קען נישט ווערן פארלירט מען זיך און מ'טרעט ארויס פון די בלאטע מיט עגמת נפש, אין די צייט וואס מיט א טראפקעלע ישוב הדעת קען דער וועג אראפ פון בארג זיין גאנץ בכבוד'דיג.

אין די וועלט איז דא דער באקאנטער זאץ: ער קען נישט אראפקריכן פון בוים, דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס האט זיך אריינגעשטעלט אין א סיטואציע פון אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר, און אזא מצב איז קיינמאל נישט באטעמ'ט, און מ'מוז פרובירן צו פארמיידן דארט אנצוקומען, אן אויב איז מען דארט דארף מען מיט שכל טראכטן וויאזוי אראפצוקומען.

די קורצע לאנגע הקדמה איז אויך שייך ביי די אינטערוויו פארן נייעם דזשאב.

ווען מ'קומט אריין צום אינטערוויו, פארשטייט זיך אז מ'שטייט פאר א בארג וואס מ'וויל ארויפקריכן, און מ'וויל ביים שפיץ מצליח זיין צו באקומען דעם דזשאב, אדער ווען מ'האלט נאך ביי די ריסוירטש און מ'וויל וויסן צו דער דזשאב איז געמאכט פאר מיר אדער נישט.

איז אלס וויכטיג צו וויסן מיט א קלארקייט וואס דער בארג איז, בין איך דא ביים אינטערוויו ווייל איך וויל דעם דזשאב? אדער ווייל איך וויל וויסן מער איבער דעם דזשאב? אדער ווייל איך וויל זיך באקענען מיטן בעה"ב? וואס איז די תכלית פון דעם אינטערוויו.

ווען מ'ווייסט מיט א קלארקייט, ווייסט מען וויאזוי ווייטער צו גיין און קריכן שטייטעלעך ארויף און טון די ריכטיגע פעולות אנצוקומען צום ציהל.

אבער אויב לאמיר זאגן ווען מ'קומט אן אויבן, דאס הייסט מ'זעהט אז פון דא און ווייטער איז נישטא וואו צו גיין. למשל אויב מ'זעהט אז בדרך הטבע וועט מען דעם דזשאב נישט קענען באקומען, דא קען דער מענטש אמאל ווערן פארלוירן, און אנשטאט צו טרעפן א לייכטן וועג אראפ, פון וועלכן מ'קען נאך אמאל בענעפיטירן, קען מען זיך אונטערהאקן די פוס.

איך האב שוין אין מיין קאריערע אינטערוויוד מער ווי 2000 אידן, און א גאר אינטערסאנטן אנאליז איז ביי מיר קלאר געווארן, אז זייער אסאך פון די וועלכע איך האב צום סוף נישט גענומען, (איך רעד נישט פון די וואס האבן נישט געוואלט נעמען דעם אפער, נאר אזוינע וועלכע זענען פון מיין זייט נישט געווארן אנגענומען) האבן אויפן וועג אראפ פון בארג, אדער געטוישט מיין גאנצע פערספעקטיווו, עכ"פ אויף אזויפיל אז איך האב געקענט העלפן דעם איד טרעפן א בעסערע געלעגנהייט וואס איז מער געאייגנט פאר אים, אדער פארקערט, אפי' איך האב געמיינט אז איך קען אפשר העלפן דעם קאנדידאט, אבער אויפן וועג אראפ פון בארג האט ער געוויזן זיינע ריכטיגע קאלירן, און איך האב באשלאסן זיך אוועקצו שטיין פון דעם מענטש צוליב סיבות און נישט געקענט אים העלפן מער.

איך וויל נישט אריין גיין אין פרטים, אבער ווען מ'רעדט מיט א ביזנעס מאן וועלכער האט א געוויסע סוקסעס, איז אלס וויכטיג אפי' אויב דער אינטערוויו איז נישט געפארן אויפן רעלסן פון באקומען דעם דזשאב, צו טון פעולות צו בלייבן אין א גוטן אטמאספערע, און אפשר גאר ארויסגיין מיט געוויסע רוחים פון דעם שמועס.

ס'איז זייער שווער אריינצוגיין אין אלע פרטים, אבער מיט א קליינעם פלעשל שכל און א פיצקעלע דעת ווען מ'טראכט פון וואס איך האב דא געשריבן איז גענוג צו קענען פארשטיין די נושא ווען מ'קומט אן צו דעם מצב, און טון וואס מ'ברויך בעזהשי"ת.

נאך א גאר וויכטיגע נקודה ביים אינטערוויו, און דאס איז אויך שייך ביי אנדערע ענינים, אבער מיר רעדן פון אינטערוויוס יעצט.

מאכט זיך אסאך מאל אין אזא מצב אז איר זענט שוין געזעסן ביי עטליכע אינטערוויוס, און איר זענט שוין מער ווייניגער צוגעוואוינט צו די סארט שאלות וואס ווערן געפרעגט, און ווען דער היצטיגער אינטערוויוער פרעגט די שאלה, און ער פאנגט אן פון אל"ף מיט א מורא'דיגע געלאסנקייט, ער גרייט אן דעם פעלד, ער מאכט א הקדמה, ער קומט צום ווארט, און ער פרעגט שוין ענדליך וואס ער וויל פרעגן.

דא קומט אסאך מאל אריין אזא סארט דראנג צו ענטפערן בעפאר ער ענדיגט, אדער אפי' נאר שאקלען מיטן קאפ מיט א אינטער שמייכל ווי איינער וואס זאגט: איך ווייס וואס דו ווילסט פרעגן...

דאס איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך צו טון. קודם פשוט מן הנימוס, אפי' ווען מ'ווייסט עפעס, פאסט אויסצוהערן כאילו מ'הערט דאס די ערשטע מאל, אבער איך לערן נישט דא הל' מדות, און פון א פשוט'ן פראקטישן שטאנדפונקט איז זייער וויכטיג אויסצוהערן פולקאם די שאלה אדער די זארג פון דעם אינטערוויוער, עס איז זייער אסאך מאל דא ווען די שאלה פארקירוועט זיך צו עפעס וואס איר האט זיך נישט געראכטן, סיי צום בעסערן און אמאל אפי' צום שווערער מאכן דעם אינטערוויו, און אין יעדן פאל אפי' ווען מ'מיינט אז מ'ווייסט, איז כדאי אויסצוהערן און לאזן אויסרעדן (אייביג, נישט נאר ביים אינטערוויו, אבער זיכער אזוי אין א אינטערוויו)

דאס זעלבע און אפי' וויכטיגער איז פארן בעה"ב צו געדענקען דעם כלל, די בעלי בתים זיצן אסאך מאל מיט אינטערוויוס גאר אסאך בעפאר זיי טרעפן דעם ריכטיגן קאנדידאט, און זיי פלאגן זיך סיי מיטן אפזאגן און סיי מיטן באשלוס פון אננעמען.

איינס פון די גאר וויכטיגסטע הילף וואס איר קענט אייך אליינס געבן, איז צו לאזן דעם קאנדידאט רעדן ווי מער, און אפי' ווען איר ווייסט פונקטליך וואס ער מיינט צו זאגן איז עס נישט די זעלבע ווי הערן "וואס" ער זאגט, און "וויאזוי" ער זאגט עס.

עס שפירט זיך קאמיש צו שרייבן אין איין ארטיקל דעם סיכום וואס איך וויל מיט דעם ענדיגן דעם אינטערוויו ארטיקל און פון יעצט וועל מיר זיך באציען צו שאלות ווען זיי קומען אריין.

איך ענדיג מיט דעם קאמישן פאראדאקס: בעה"ב! רעד ווייניג, און הער אסאך.

ארבייטער! רעד ווייניג, און הער אסאך.

ווער געווינט? דער וואס רעדט די ווייניגסטע און הערט דאס מערסטע.

ווייס איך נישט צו די לייענער זענען פון וועלכן לאגער, אבער איך גלייב אז די מעסעדזש איז צו ביידע צדדים צוגלייך.

האט א לעכטיגן שבת