מיר האבן שוין אביסל גערעדט פון געוויסע פרטים ביים אינטערוויו, לאמיר אביסל טיעפער אריינגיין אין די נושא, סיי מצד דעם בעל הבית, און ווי אויך פארשטייט זיך פארן ארבייטער וועלכער זוכט צו באקומען די פאזיציע.
ווען מ'קומט צו אן אינטערוויו איז וויכטיג צו פארשטיין די כללים בכלל פון מקח וממכר, וואס איז באמת שייך כמעט ביי יעדע ריר אין לעבן וואו צוויי מענטשן מאכן סיי וועלכע געשעפטן אדער אפמאכן, און נאכדעם קען מען בעסער פארשטיין וויאזוי זיך אומצוגיין.
וואס וואלט איר געזאגט ווען איינער פארקויפט א הויז פאר א צווייטן, אין די פארהאנדלונגען איבערן פרייז, ווער איז ידו על העליונה? ווער האט בעסערע שאנסן צו פארהאנדלען לטובתו?
ווענדט זיך ווער עס איז דער וואס גיבט די ערשטע דעם פרייז, יענער איז ידו על התחתונה. דאס הייסט אז ווען איינער זוכט צו פארקויפן א הויז, און ער זאגט פאר דעם פאטענציאלע קונה אז ער איז אים גרייט צו פארקויפן די הויז פאר פינף הונדערט טויזנט דאללער, וועט מן הטבע זיין קלאר אז דער קונה וועט געבן א קעגן אפפער און פרובירן פאר אביסל ווייניגער, צו דער מוכר וועט זיך בייגן צו נישט ווענדט זיך אודאי ווי גוט די מארקעט איז, אבער עכ"פ עס איז מן הנימוס און שטייגערליך אז דער לוקח וועט עכ"פ קענען מאכן אן ערנסטן פראוו צו באקומען פאר ביליגער.
וואס טוט זיך טאמער א איד גייט צו איינעם וואס האט א הויז, און זאגט אים, איך בין גרייט צו קויפן די הויז פאר פינעף הונדערט טויזנט דאללער. וועט מן השטייגער זיין קלאר אז דער מוכר וועט זאגן איך בין גרייט פאר א ביסל מער. דאס איז די סדר אין מקח וממכר.
דאס הייסט אז דער וואס גיבט די פרייז ערשט דער איז געוויינליך ידו על התחתונה. (שיקט מיר נישט יעצט קיין אימעיל'ס אז איך בין נישט גערעכט ווייל מענטשן קויפן הייזער פאר וויפיל מ'בעט וויבאלד עס איז א הייסער אייטעם, איך נוץ דאס נאר פאר א משל...)
וואס איז דאס נוגע לענינינו?
ווען איר גייט צו אן אינטערוויו קענט איר קומען פון א פאזיציע פון שטארקייט, און זיין זייער באקוועם ביים אינטערוויו, אדער קענט איר אריינקומען ווי א שוואכלינג, און עס איז גאר א שווערער פראצעדור דורכצושוויצן.
די דרך הטבע'דיגע געפיהל איז אז אויב האט איר א גוטן רעזומעי, און די בעל בית פון די ביזנעס איז שטארק אינטערסירט אין אייך צוליב אייערע לייסטונגען אדער היסטאריע און עררייכונגען, וועט איר בעז"ה האבן א גרינגערע פעלד.
אשר על כן איז זייער וויכטיג בעפאר אן אינטערוויו צו מאכן זיכער אז מ'האט א גוטן געשריבענעם רעזומעי, פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויב מ'האט וואס צו שרייבן. איך הער אסאך מאל כולל אינגעלייט זיך פלאגן איבער דעם רעזומעי, אבער עס איז נישט די זעלבע וויכטיג פאר איינעם וואס האט נישט קיין שום היסטאריע אין ביזנעס, פארשטייט זיך אז מ'קען אסאך שרייבן אין א רעזומעי אפי' נאר אלס די פערזענליכקייט, און וואו מ'האט געלערנט וכדו', אבער די נחיצות פון דעם רעזומעי איז מער פאר איינעם וואס האט שוין א שטיקל בעקגראונד, וואס דאס זאגט אסאך איבער א קאנדידאט.
אלזא לאמיר שמועסן איבער די שטארקע פאזיציע וואס א קאנדידאט קען האבן ווען ער קומט אריין אין דעם ערשטן אינטערוויו. צום ערשטן איז דער רעזומעי, אויב איז עס גוט, איז עס גאר שטארק צו ברענגען שטארקייט.
דאס צווייטע וויכטיגע אנצייכענער אויף שטארקייט איז פארשטייט זיך ווער ס'האט געברענגט וועם, דהיינו, אמאל איז דא א ביזנעס זוכט א ספעציפישן ארבייטער מיט טאלאנטן אין א געוויסן הינזיכט, און דורך א רעקרוטינג פירמע אדער אנדערע דזשאב ארגעניזעשאן'ס איז דער שידוך געשלאסן געווארן צו מאכן דעם ערשטן אינטערוויו, דאס גיבט געוויינליך אויך א שטארקייט פארן פאטענציעלע ארבייטער אויף די פאזיציע. (און דאס גייט צוריק צו אונזער אויבנדערמאנטער משל אין מקח וממכר)
מ'דארף אויך נעמען אין באטראכט א געוויסע גייסטישע שטארקייט ביים אינטערוויו, וואס דאס ווענדט זיך אין וועלכן מצב דער מענטש קומט צום אינטערוויו, דאס הייסט אויב איז ער אין א שווערן פינאנציעלע מצב איז ער אין א שוואכערן סטאטוס ביים אינטערוויו.
דערפאר ראט איך אלעמאל פאר כולל אינגעלייט אנהייבן זוכן דעם דזשאב ווען זיי האבן נאך צייט, נישט ווען דער מצב איז שוין גאר ענג, עס דערקענט זיך גאר קלאר אויף דעם קאנדידאט ביים אינטערוויו וואס זיין מצב איז.
פארשטייט זיך אז די אלע נקודות קענען גיין ביידע וועגן, אמאל איז דא ווען דער בעל הבית דער אינטערוויוער האט געוויסע שטארקייטן וואס ברענגט אים דעם ידו על העליונה. לאמיך קלאר שטעלן, אין א מצב פון א אינטערוויו איז זיכער אז דער בעה"ב איז בכלליות אין א שטערקערע פאזיציע, ער איז דער צו וועם מ'קומט צו באקומען דעם דזשאב, אבער זייער אסאך איז אויך אין די הענט פון דעם ארבייטער, אויב קומט ער אריין מיט שטארקייט ווי אויבן דערמאנט.
ער קען מער פארלאנגען, ער קען בעסער פארהאנדלען, און מ'רעכנט זיך מיט אים בעסער.
די שטארקייט אדער שוואכקייט איז נישט עפעס וואס וועט ענדגילטיג שאדן אדער ברענגען עפעס, עס מאכט נאר גרינגער אדער שווערער דעם פראצעדור. צו דער זעלבער צייט איז וויכטיג צו וויסן עטליכע כללים וואס קענען ממש שאדן מאכן דעם גאנצן ציהל פון דעם אינטערוויו סיי פארן בעה"ב און סיי פארן ארבייטער.
פארן ארבייטער:
קומען שפעטער ווי אפגעשמועסט איז זייער א גרויסער רויטער פענדל, עס גיבט דעם בעה"ב גאר שוואכע קאנפידענץ אין דעם ארבייטער, אויב קען ער נישט צום ערשטן אינטערוויו קומען צייטליך וואס וועט שוין זיין ווען ער וועט שוין נישט דארפן זיך אזוי אהערשטעלן?
אויב מאכט זיך אמאל אז מ'איז געווארן פארשפעטיגט באונס, איז גאר וויכטיג צו אריינרופן פאראויס דעם אינטערוויוער און זיך אנטשולדיגן און מאכן זיכער אז מ'קומט נישט אקעגן ווי איינער וואס האט נישט קיין אחריות.
פארשטייט זיך מ'דארף זיין אנגעטון מענטשליך, און גיין אין די חוקי הנימוס, פון וואס עס איז שווער צו רעדן מיט אלע קליפערליך, זינט עס איז דא דערין אזויפיל קלייניגקייטן, אבער די בעסטע וועג איז אליינס צו טראכטן וויאזוי וואלט איר באטראכט איינעם וואס פירט זיך ווי איר פירט זיך. מ'מוז נישט זיין עפעס צוגעפיצט אדער טוישן זיך אין סיי וועלכע וועג. אבער נישט אויסזעהן צופלויגן און אומצוגערישט.
דער שמועס דארף מען לאזן דעם בעה"ב פירן, און נאר ענטפערן ווען מ'פרעגט אים, און נעמען רשות הדיבור ווען מ'וויל עפעס זאגן. נישט ווייל דער בעה"ב איז קעניג, נאר ווייל אפי' אין יעדן טאגיגע שמועסן וואלט ווען געדארפט אזוי זיין, נאר מיר ווערן זייער צוגעוואוינט צו אריינשרייען און איבערשרייען איינער דעם צווייטן. ווען מ'קומט אויף אן אינטערוויו גייט מען צוריק צו די כללים פון נארמאל.
דער ערשטער חלק פון דעם שמועס וועט געוויינליך זיין שאלות איבער זיין פארגאנגענהייט און וואס ער זוכט צו עררייכן וכדו', פארשטייט זיך אז מען מוז נישט ענטפערן אויף גאר פערזענליכע שאלות, און מ'מעג זאגן אז מ'איז נישט באקוועם צו דיסקוסירן. עס מאכט זיך אמאל א בעה"ב וואס ציהט איבער דעם שטריקל, און מ'מוז זיך נישט לאזן, און שיינערהייט קען מען אפזאגן פון ענטפערן. (איך רעד פון גאר פערזענליכע שאלות)
ווען עס קומט צו זאגן די אייגענע מעלות, וואס דאס מאכט זיך גאר אפט אין אן אינטערוויו, דארף מען וויסן אז דאס איז נישט קיין גאוה, מ'מעג און מ'מוז זאגן וואס מ'מיינט אז מ'קען און וואס מ'טויג. דער בעה"ב וויל דאס הערן יעצט. אבער דא קומט אויך אריין דער פיפטער שולחן ערוך פון קענען זאגן די אייגענע מעלות און נאך אלס נישט אויסקוקן ווי איינער וואס לעבט נישט אין רעאליטעט.
ווען מ'רעדט פון געלט, אדער פון בענעפיט'ס איז אלס בעסער צו לאזן דעם בעה"ב זאגן וואס ער וויל. זייער אסאך מאל וועלן בעלי בתים מעסטן דעם אינטערוויואירטן מיטן לאזן אים זאגן וואס ער וואלט געוואלט. דאס מיינט נישט צו זאגן אז מ'מעג נישט זאגן וואס מ'וויל, אבער זיכער קודם געבן דעם רשות פארן בעה"ב אדער אים בעטן ער זאל זאגן וואס ער איז גרייט צו צאלן.
ווען מ'רעדט פון דעם צוקונפט, און ווען דער בעה"ב רעדט ווי מ'קען וואקסן אין די קאמפעני וכדו' נישט פארלירן קיין אכט אויפן אנהייב, עס איז דא אסאך מאל וואס מ'ווערט פארלוירן ווען מ'הערט ווי שיין מ'קען מצליח זיין, אז מ'פארגעסט אז פון אלעם ערשטן דארף מען איצט באקומען באצאלט צו קענען קאווערן דעם בודזשעט.
פארמיידן פון ארויסגעבן פארלאנגען, כאילו זיי זענען באפעלן אדער דימענדס, עס איז א נארישע געדאנק דאס צו טון אין אן ערשטן אינטערוויו. עס וועט נאך אויסקומען צו רעדן מער ווען מ'האלט נענטער צום אקצעפטירן דעם אפפער. נישט ווען מ'ווערט נאך געמאסטן אויף טריט און שריט. זיכער אויב עס איז עפעס וואס מ'מוז האבן און עס קען מאכן מ'זאל נישט קענען אננעמען די דזשאב דארף מען עס ערווענען, אבער נישט אלס א פארלאנג ווי איינער וועם מ'לויפט נאך און ער ווארפט באפעלן.
אינטערוויו'ס זענען אנדערש אין פארשידענע אינדוסטריעס, און פארשטייט זיך אז מיר האבן נאר געשריבן פון די גאר אויבערפלעכליכע כללים וואס קען שייך זיין אין מערסטנס פעלער. אויב וועט זיין א פארלאנג אויף ספעציפישע אנדערע פעלער וואו עס איז אנדערש וועל מיר שרייבן דערוועגן אי"ה.
קומענדיגע וואך וועל מיר פרובירן צו שרייבן די כללים פארן בעה"ב וואס אינטערוויוט, גוטע געדאנקען און איידיעס וויאזוי צו זיין אפעקטיוו, כאטש ס'איז א גאר ברייטע טעמע, מיר וועלן לכאורה קיין סאך נישט רעדן וויאזוי דער באשלוס זאל געמאכט ווערן, ווייל דאס איז עפעס וואס איז אלס אנדערש, נאר מיר וועלן רעדן בכלליות אי"ה.
האט א לעכטיגן שבת