יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

די רעכט צו פארלאזן א דזשאב

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת במדבר תשפ"ג

צוריק צו די נושא פון דזשאבס,

די רעכטן פון אן ארבייטער איז איינס פון די גאר וויכטיגע כללים אין די גויאישע וועלט, ווי אלעס דרייט זיך ארום רעכטן, טראץ וואס פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט איז דא גאר קלארע און אמאל אפשר קאמפליצירטע רעכטן פון דעם ארבייטער, ווי למשל דער ביומו תתן שכרו, און וויפיל דער ארבייטער אין א פעלד מעג עסן בשעת די ארבעט וכהנה, אן פארשטייט זיך אז די אלע הלכות קומען ארויף ווען אזא שאלה אדער דין תורה קומט פאר.

אבער מיר ווילן היינט זיך באציען צו אנדערע סארט "רעכטן".

די ליבעראלע גויאישע וועלט לעבט אויף רעכטן, די חילוק צווישן פרייהייט און שקלאפעריי איז אלעס איבער "רעכטן".

ווען מ'פלעגט אמאל זיך באציען צו פרייהייט ווען וועלט איז נאך געווען וועלט, איז עס געווען דברים פשוטים, אז פרייהייט מיינט מ'קען אנגיין מיטן לעבן, קיינער זאגט מיר נישט אז איך קען נישט פראקטיצירן רעליגיע, אדער אז איך מוז יעדן טאג עסן שטרוי, מ'האט געלאזט דעם מענטש כפי יכלתו טון וואס ער דארף, און פארשטייט זיך און בעיקר צו וואס איך וויל צוקומען "צו וואס ער קען".

א מענטש האט געהאט א רעכט אז כפי זיין יכולת אנגיין מיטן לעבן און ער האט נישט געהאט איינעם איבער אים צו דיקטאטירן וואס ער זאל טון.

אין דעם הינזיכט איז אידישקייט קיינמאל נישט קיין פארגלייך, מיר האבן רעכטן וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן, מיט קלארע דיקטאטן וואס מ'מעג און וואס מ'טאר נישט, און א איד פארשטייט אז זיין תכלית אויף דער וועלט איז אז זיין עולם קטן זאל אויפטוהן וואס זיין תפקיד איז.

דא קומט אריין די נקודה צו פארשטיין וואס רעכטן זענען ביי א באזעסענעם מענטש וואס ווערט נישט באאיינפלוסט פון די ליבעראלע ווינטן. און דאס איז זייער וויכטיג לגבי האלטן א דזשאב.

די נאטורליכע רעכטן פון א מענטש זענען זיינע נאטורליכע געברויכן און אנשויאונגען וואס ער איז אויפגעוואקסן דערמיט, און ער איז דערפאר בארעכטיגט און פארשטאנען ווען ער שטייט דערויף אז ער וויל זיי אנהאלטן, און נישט לאזן אז זיין ארבייטס געבער אדער סיי ווער אנדערש זאל אים אפהאלטן פון די געברויכן.

אבער לאמיר נעמען פאר א דוגמה ווען א מענטש ארבייט אויף א פלאץ און אויף זיין פאזיציע צוגלייך איז דא נאך עטליכע וואס טוען די זעלבע סארט ארבייט, איינער לענגער פונעם צווייטן, און פאר דעם ארבייטער דוכט זיך אז עס איז פאר איינעם פון זיינע מיטארבייטער געגעבן געווארן עפעס מער ווי דאס וואס מ'גיבט אים, אדער אז יענער האט געוויסע אנדערע פרייהייטן וכדו', וואס אמאל קען זיך מאכן אז מ'זאל געבן פאר איינעם מער ווי פארן צווייטן און ס'קען אפי' זיין בארעכטיגט צוליב סיבות וואס נאר דער בעה"ב וועט וויסן אויב מ'פרעגט.

אבער וואס דא פאסירט איז עפעס וואס מיט חכמה קען מען עס פארמיידן, עס פאנגט זיך אן צו פארמירן א געוויסע אומצופרידנהייט וואס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין באקוועמע ראלע פון א פשוט'ער ארבייטער וואס וואלט געקענט אהיים ברענגן רואיג פרנסה, און נישט געדארפט האבן קיין הארץ עסענישן פאר אומזיסט.

דער מענטש שטעלט אויף א חומה ארום זיך אליינס, וואס אויפן טויער פון די חומה שטייט א גרויסער אייזענער שילד מיט די ווערטער: דא טאר מען נישט זיין צופרידן".

ווען מ'רעדט פון רעכטן איז עס "אייערע" רעכטן וואס דארפן אייך אינטערסירן, און נישט זיך מעסטן צו יענעם'ס רעכטן.

איך בין געזעצן פאריגע וואך מיט א אינגערמאן און גערעדט איבער זיין מצב הפרנסה, און צו ער דארף מאכן געוויסע טוישן וכדו', און מ'האט איבערגעשמועסט אזוי ווי מ'רופט עס אין ענגליש "די קארענט ריאליטי" דעם היצטיגן ווירקליכקייט, און איך האב געזעהן אז דער ווארימל "רעכטן" פון וועלכן אונז רעד מיר איצט, האט גורם געווען אז דער אינגערמאן זאל נעמען א דזשאב וואס צאלט אים שיין, און וועלן ווארפן אויפן דראנג און ארויסגיין אין וויסטן מדבר זוכן עפעס בעסערס. פארשטייט זיך מיט חלומות און דמיונות אז ער קען אנקומען סאך מער, וואס טראץ וואס דאס קען זיין אמת, און אויב מ'וויל מצליח זיין דארף מען פרובירן, אבער נישט ווען דער סיבה קומט פון אומבא"רעכט"יגטע אומצופרידנהייט. דאס הייסט אז ווען א מענטש זעהט זיך זיין אומצופרידן צוליב דעם וואס מ'האט בא'עולה'ט זיינע רעכטן געמאסטן קעגן א צווייטנס, איז עס א רעצעפט פאר קאטאסטראפע.

א צווייטער אינגערמאן איז געווען א טעלעפאן קאלל, מ'האט איבער געשמועסט א קארענט ריאליטי, דער אינגערמאן זאגט מיר אז ער וויל ארויסגיין פון זיין דזשאב, און ער האט מיר געווארפן א ליסטע מיט סיבות פארוואס ער וויל עס טון. איין סיבה ווייל ער קען מער מצליח זיין ער שפירט ער איז לימיטעד דארט ווי ער איז.

די צווייטע סיבה ווייל ער דארף טון זאכן וואס מ'האט זיך נישט אויסגענומען פון פאראויס, און ער שפירט דאס פאר א אומרעכט.

די דריטע סיבה ווייל זיין בעה"ב קוקט אפי' נישט אויף זיין זייט צו זעהן און פארשטיין ווי שווער ער ארבייט, און ער קען נישט אזוי, ער דארף האבן די איינערקענונג.

די אלע סיבות זענען גוט פרעג איך אים ווייטער ממש ווי א נביא: זאג, דיין בעה"ב האט דיר לעצטנס געוויזן עפעס אז ער וויל לויז ווערן פון דיר?

איך האב נישט געקענט זעהן דעם אינגערמאן אבער אויפן טעלעפאן האט אויסגעזעהן ווי ער האט אריינגעקוקט אין טרייבל צו זעהן צו איך זעה זיין שטערן, וויאזוי האט דער נביא געוואוסט דעם סוד?

ער האט זיך צושמייכלט און געזאגט אז ניין לאו דוקא ממש נאר עפעס אזוי וכו'.

פון וואו האב איך געוואוסט? איך האב מסביר געווען דעם אינגערמאן ווען ער האט מיך דאס געפרעגט, אז ווען ער האט מיר געגעבן פלוצים א שטויס פון סיבות פון אלע עקן פון די ספעקטרום, האב איך גלייך געזעהן אז די עכטע סיבה האט ער מיר נאכנישט געזאגט.

און אז די אלע סיבות זענען געוואקסן ביי אים אין מח אלס א דיפענס מיטל נישט צו שפירן זיך ארויסגעווארפן, און ער זאל קענען זאגן פאר זיך אליינס, דאס האב איך טאקע געוואלט... עס איז געווען מיין אייגענע רצון.

ליידער היינטיגע צייטן ועון איינער גליטשט זיך אויס מוז ער שמייכלען, ווייל א דורכגעפאלענער מענטש איז דער וואס האט געכאפט א גליטש, און די איינציגע וועג ארויס פון דעם שלעכטן נאמען דורכפאל, איז ווען מ'שמייכלט כאילו דאס האב איך טאקע געוואלט, איך האב דאס פלאנירט.

דער אינגערמאן האט מיט מיר געהאט מערערע שמועסן נאכדעם, און איך האב אים געזאגט אז די זייטיגע סיבות וואס ער האט אויסגערעכנט טארן נישט אריינקומען יעצט ביים באשלוסן. און די וועג צו קוקן אויב א סיבה איז נישט די ריכטיגע נאר עפעס זייטיג, איז זייער גרינג. קוק צוריק אויב ביז היינט האבן דיך די זאכן נישט געשטערט, און פלוצלינג הייבט אלעס אן צו שטערן. און אויב איז עס ממש רילעיטעד צו א צייט ווען דער בעה"ב האט דיר געגעבן דעם בליק פון אומצופרידנהייט אדער עפעס אנדערש כמו זה, זאלסטו וויסן אז די זאכן זענען בכלל נישט די עכטע סיבות.

איך האב אים געראטן אויף די אלע סיבות קליינע עצה'לעך וואס צו טון צו פארבעסערן די סיטואציע, און נאכדעם וועט מען מאכן א באשלוס אויב מ'איז נאך אלס דערביי צו טוישן דזשאב. דער אינגערמאן האט טאקע אזוי געטון, און ביזדערווייל איז ער צוריק אין שוואונג און ארבייט פלייסיג און צופרידן. ב"ה.

צום אויספיר איז זייער קלאר אז צוויי וויכטיגע נקודות וואס באמת זענען זיי שייך ביי אסאך אנדערע תחומים אין לעבן, בפרט ווען ס'קומט צו אזוינע וויכטיגע זאכן ווי די פרנסה, אדער אנדערע לעבנסוויכטיגע באשלוסטן, דארף מען קודם זיין קלאר צו די געברויך איז אן אמת'ער און פון פנימיות פאר זיך, וואס דער מענטש דארף אמת'דיג האבן און קען נישט אנגיין אנדערש, און נישט אז ס'קומט פון מעסטן זיך מיט חברים אדער אנדערע קאלעגעס ביי די ארבייט.

די צווייטע זאך איז צו באמת פארשטיין אז ווען דער מוח נעמט זיך פלוצים אויפקומען און דזשומען מיט כל ערליי פראבלעמען און סיבות פארוואס צו פארלאזן א דזשאב, דארף מען קענען זיין אויפריכטיג און אידענטיפיצירן דעם אמת'דיגן סיבה. וואס דאס פארלאנגט אמאל חכמה. מ'דארף קענען טראכטן, וואס איז געווען נעכטן? פארוואס פונקט יעצט האט מיך אנגעהויבן שטערן די אלע קלייניגקייטן, און אפי' אויב עס מיינט אז מיין זעלבסט ווירדע קען ווערן געשלאגן (טראץ וואס איך מוז קיינעם נישט פארציילן וואס איך טראכט) איז באמת וויכטיג נישט צו מאכן קיין באשלוס סתם פון א איבערגעהיצטן מח.

א דזשאב, א גוטע דזשאב, איז א מתנה פון הימל. מ'ווארפט דאס נישט צוריק ווייל עס איז געווען א שווערער וועטער, אדער ווייל איינער האט עפעס געזאגט, אדער אפי' אויב די עירקאנדישן אין אפיס איז צובראכן. וד"ל.

האטס א לעכטיגן שבת