שרייבנדיג א וועכנטליכן קאלום קומט מיר ארויף דער געדאנק וואס דער הייליגער ישמח משה האט געזאגט אויף דעם מאמר חז"ל פון יגעתי מצאתי תאמין, אז לכאורה איז דאך א מציאה עפעס וואס מ'טרעפט און ס'פאסט זיך נישט דער לשון פון יגעתי. א מענטש קען נישט זיך פלאגן צו טרעפן עפעס, וואס מ'האט פלוצים געטראפן וואס דאס איז דער אפטייטש פון מציאה.
און דער תירוץ דערויף ענטפערט ער אז אין רוחניות דארף א מענטש זיך פלאגן, און די מציאה קומט טאקע פלוצים מכל מקום, אינגאנצן נישט פון דעם פלאץ וואו מ'האט געזוכט, דהיינו ער פלאגט זיך אויף א שטיקל תוספות, און בויט בנינים וויאזוי צו פארענטפערן דעם שווערן שטיקל, און פלוצלינג שיינט אים אריין א געדאנק וואס קומט פון גאר אן אנדערן ריכטונג ממש ווי א מציאה, אבער עס פעלט זיך אויס יגיעה זוכה צו זיין צו די ברכה פון די מציאה.
כלפי מה דברים אמורים, ווען מ'שרייבט א קאלום מאכט מען זיך א שטיקל פלאן, וויאזוי בערך צו פירן דעם שמועס, און פון וועלכע טאפיקס צו רעדן, און אזוי זיצט מען און פלאנירט אויס אביסל פאר א קורצע אדער לענגערע תקופה אז מ'זאל נישט מוזן ברעכן קאפ יעדע וואך וואס צו דעקן.
און נאך די גאנצע יגיעה און גאנץ קלארע פלאן אפגעשריבן, צופאלט דער חשבון און עס קומען אריין מציאות, מ'טרעפט זיך מיט מער און מער חומר, און מ'ווייסט שוין אליינס נישט ווען מ'וועט אנקומען צו די פלאנירטע טאפיק'ס. איך האב שוין אפי' געוואלט בעטן די חשוב'ע רעדאקציע מיר צו געבן מערערע בלעטער צו קענען נאכקומען דעם פלוס פון מציאות.
און דאס אלעס פאסירט ווען לייענער קאמענטירן אדער רופן אריין פרעגן. און אט דאס איז טאקע געווען די פארגאנגענע וואך וואס דאס פירט מיך צו איבערהאקן דעם שמועס פון טרעפן דזשאבס נאכאמאל, און צוריק קערן זיך צום בודזשעטינג סעריע פאר א קורצע נקודה.
די וואך האט מיך אריינגערופן א חשוב'ער לייענער, מ'קען דאס אויך טון, און האט מיר געזאגט אז ער איז בערך 47 יאר אלט, און האט קיינמאל קיין געהעריגן בודזשעט נישט געמאכט, אבער לייענענדיג דעם קאלום האט ער באקומען א שטארקן שטופ צו טון צו דער זאך, און האט אראפגענומען אסאך צייט און געטון א כמעט שלימות'דיגן ארבייט פון מאכן א בודזשעט.
ווען ער האט דאס געטון האט ער זיך אבער דערשראקן, ער איז געוואויר געווארן דעם אמת, ער האט אלס געוואוסט אז ער דרייט מיט געלט, און אז זאכן זענען נישט געהעריג מסודר, אבער מיט די פאקטן אפגעשריבן פענע אויף פאפיר, האט עס אים געגעבן א דריי די קושקע'ס מיט די שאלה פון "וואס האט מיר דאס אויסגעפעלט"?
מיר האבן שוין געשריבן אביסל דערוועגן, און געברענגט דעם צוגלייך פון דעם אידל וואס איז ארויף געקומען אויף יענע וועלט און הערשט דארט געוואויר געווארן אז ער האט נישט געהאט קיין געלט בחיים חיותו, האט ער כאטש רואיג געלעבט כל ימי חייו. דער אינגערמאן האט אנגעהויבן מקנא צו זיין דעם אידל, ער האט זיך ארום געזעהן אז טראץ וואס ער האט אלס געוואוסט אז ער האט חובות, האט ער אבער יעצט אנערקענט אז ער האט אפי' נישט קיין געהעריגע הכנסות וואס זאלן ענטפערן די קשי' פון וואו מ'וועט באצאלן די חובות.
האב איך געוואלט צוריק קומען צו די טעמע און אנרירן צוויי וויכטיג וויכטיגע נקודות וואס וועלן העלפן מענטשן אין דעם סיטואציע עכ"פ אויף וויפיל מ'קען.
חובות
דער פראבלעם פון חובות האט פארשידענע פארמען, און מ'קען זאגן אז אין דעם עווערעדזש בינוני המון עם האט יעדער עפעס דערפון, איינער מער און איינער ווייניגער. ווי אויך איז זייער קלאר אז דער סכום פון די חובות איז נישט מכריע וויאזוי עס טוט אפעקטירן דעם מענטש, עס קען זיין איינער וואס האט הונדערט טויזנט דאללער חובות און ער קען עס דורכשווימען (און איך רעד נישט ווייל ער האט עס פון וואו צו באצאלן, איך רעד פון איינעם וואס איז אין א 100 טויזנט דאללער "פראבלעם") ווידער קען זיין איינער מיט 1500 דאללער חובות און האבן שלאף לאזע נעכט.
אמאל קומט טאקע דער מאדנער רואיגקייט פון א טיעפן בעל חוב פון א לייכטזיניגקייט, אמאל פון א לעוול פון יאוש, אבער אמאל אויך פון באהאנדלען דעם פראבלעם ריכטיג.
חובות איז א פראבלעם אין וועלכן מ'דארף פרובירן מיט אלע כוחות נישט אריינצופאלן, אבער מ'קען נישט קיינעם באשולדיגן ווען ער פאלט ח"ו יא אריין, ווייל דאס לעבן קאסט געלט, און ווען ס'נישטא קיין געלט ווערט חובות וחוזר חלילה.
דער גרעסטער חורבן אין חובות איז דער חסרון ידיעה, ווען א מענטש איז ליידער פארזונקען אין חובות און ווייסט נישט וויפיל, און וועם, אדער איז נישט קלאר מיטן פראבלעם, איז ער נעבעך אין גאר א שווערן מצב, סיי צוליב דעם וואס מ'קען אים קיין סאך נישט העלפן, אבער אויך אינערליך גייסטיש ווען איינער פארשטייט אז ער איז אין א פראבלעם אבער ווייסט נישט וויפיל אדער ווי ווייט איז געוויינליך די שרעק און אנגסט מער ווי ס'דארף צו זיין, און ליידער שטעלט זיך ארויס אז א גרויס פראצענט פון אזוינע בעלי חובות ענדיגן אפ מיט גאר שווערע קאנסעקווענצן אין געזונט אדער ערגערס.
אשר על כן, אפי' פאר דעם מציאות אליין אז ווען מ'קוקט זיך ארום און מ'מאכט א שטיקל קלארקייט אין די חובות איז זיכער אז דאס העלפט פופציג פראצענט פונעם צרה. אויסער דעם וואס מ'קען זיך ארויס זעהן פון יעדע פראבלעם אויב טוט מען דערצו, און אויב מ'קען נישט אליינס קען מען בעטן הילף, און ביי אידישע קינדער איז נאך יעדער וואס האט געבעטן הילף אנגעקומען בשלום בעזהשי"ת.
לאמיר אבער צוטיילן דעם שמועס צווישן צוויי סארט בעלי חובות, א אינדיווידועלער בעל חוב אדער א קאמערציאלער בעל חוב. א אינדיווידיועלער בעל חוב, איינער וואס האט אין זיין טאג טעגליכן לעבן זיך אנגענזאמעלט חובות, צו ווייל ער האט נישט געהאט קיין דזשאב, אדער די פרנסה האט נישט געקלעקט צום לעבן אא"וו.
א קאמערציאלער בעל חוב איז איינער וואס האט פון זיין ביזנעס אנגעזעצט באיזה אופן שהוא, און די נומערן גייען אין אזוינע ראמען וואס דער סתם מענטש האט נישט קיין אנונג אין די סכומים, אין די הויכע ספערן מיט א שינע פאר זיראו'ס, און עס זעהט אויס ווי עק וועלט.
דער קאמערציאלער בעל חוב דארף רעדן מיט ביזנעס לייט, און פרובירן צו זעהן וואו ער קען זיך העלפן, און דאס איז נישט מיין איצטיגער ארטיקל, עס איז א שווערע און פארצווייגטע נושא, אבער עס האט צומאל גוטע מהלכים פאר א וועג ארויס.
דער אינדיווידועלער בעל חוב, האט אסאך מאל נישט קיין גרויסע חובות, אבער דער פראבלעם איז גרעסער ווי דער גרויסער חוב פון קאמערציאלער, ווייל געוויינליך האט נישט דער אינדיווידועלער בעל חוב קיין פארמעגןס אין די ביזנעס פון וואס מ'זאל קענען פרובירן עפעס צו עררייכן, ער האט אויך געוויינליך חובות ביי מענטשן פריוואט, מענטשן וואס זענען אים נאנט אדער גאר קרובים וכו', און אזוי טרעפט ער זיך אין א פלאנטער וואס איז פשוט שווער אין טאג טעגליכן לעבן אין זיין סאציאלע לעבן, און א שטענדיגע אלמאליגע אומרואיגקייט.
דער אינדיווידועל וואס האט אזא פראבלעם, דארף טון ווי פאלגענד, פארשטייט זיך אז יעדע כלל האט א פרט, אבער איך קען נאר שרייבן בכלליות ווען מ'רעדט צום כלל:
דאס ערשטע און וויכטיגסטע איז צו אפשרייבן אלע חובות, און מאכן 3 קאלום'ס אויפן פאפיר. די ערשטע קאלום איז די סכום, די צווייטע איז די נאמען פאר וועם מ'איז שולדיג, און די דריטע איז די צייט ווען ס'איז פעליג געווארן אדער וועט פעליג ווערן, (אמאל איז אויך וויכטיג א קאלום פאר טערמינען, דהיינו א חוב וואס האט טערמינען וויאזוי עס ווערט באצאלט, און צומאל אויך א קאלום איבער אינטערעסט וואס מ'צאלט, למשל אויף קרעדיט ליין'ס, וויפיל די פונקטליכע אינטערעסט איז)
די שווערסטע אבער וויכטיגסטע ארבייט איז צו מאכן זיכער מיט א קלארקייט אז אלע ממש אלע חובות זענען אויפן פאפיר. (פאפיר איז א סבלן, ער ווערט נישט דערשראקן ווען מ'שרייבט דערויף חובות)
די צווייטע סטעפ איז צו סארטירן די חובות לויט די וויכטיגקייט, און דאס ווערט געמאסטן מיט א "בלאד פרעשור" מעסטער, דהיינו וועלכע חוב מאכט די מערסטע דרוק צו זאל עס זיין ווייל עס איז א פריוואטער מענטש וואס מ'מוז שוין לאנג באצאלן, צו זאל עס זיין אנדערע סיבות פארוואס דער חוב איז די מערסטע דערדרוקנד,
ס'איז דא ווער עס טוט דאס מיט קאלירן ווי רויט גרין און געל וכו', אבער דאס וועל מיר לאזן פארן בעל חוב צו באשלוסן וואס ער וויל און וויאזוי ער וויל עס סארטירן. דער געדאנק איז אלס די זעלבע אז מ'דארף סארטירן און וויסן וועלכע דארף מען שוין באהאנדלען און וועלכע קעןמען אביסל אפשטופן.
עס איז זייער וויכטיג אז אויב יאז דער חוב אדער חובות מער ווי דער שכל זאגט אז דער מענטש קען ארומנעמען, מוז מען זיך ווענדן פאר הילף, מ'זאל זיך נישט פארלאזן אז מ'וועט עס אליינס באהאנדלען, א בעל חוב מיינט נישט קיין דורכפאל נאר טאמער ער באנעמט זיך נישט ערנסט דערמיט, יעדער אפי' גרויסע עשירים האבן אמאל חובות אין לעבן, און די חילוק צווישן א סוקסעס און דורכפאל איז נישט אין די צאל חובות נאר אין די וועג וויאזוי דער מענטש גייט זיך אום דערמיט.
נאכדעם קומט "פארהאנדלונגען" נעגאשיעישאן'ס בלע"ז.
מ'פרובירט צו זעהן מיט וועם מ'קען פארהאנדלען אוף בעסערע אדער לייכטערע טערמינען, אדער אפי' אין א רעדוקציע פון דעם חוב. (דאס איז אן עבודה קשה שבמקדש, און בעסער צו נעמען א דריטן צו העלפן דערמיט, נישט טון אליינס, עס איז דא א געוויסע רוגזה צווישן מלוה און לוה וואס לאזט נישט אז עס זאל זיין א צוגענגליכער באזעסענער פארהאנדלונג אסאך מאל)
ווען מ'צעטיילט די חובות אין סארטירט איז וויכטיג צו געדענקען אז קרעדיט איז זייער א וויכטיגע זאך אבער נישט די וויכטיגסטע זאך אין לעבן, עס לוינט ענדערש צו נעגאשיעטן מיט בענק ווי מיט פריוואטע מענטשן, טראץ וואס ס'איז נישט אויסגעשלאסן, און איך האב שוין אסאך מאל מיטגעהאלטן ווען פריוואטע מענטשן האבן געקענט באשטיין נאכצוגעבן א חלק פון דעם חוב גרעסער אדער קלענער ווען מ'פארהאנדלט אויף די טערמינען וכדו', איז עס נאך אלס בעסער צו טון מיט בענק וואס האבן א געהעריגן סיסטעם אויף דעם, און עס וועט שאדן דעם קרעדיט סקאור אבער דאס קען מען פאררעכטן ווען מ'האלט נאכדעם.
א גאר וויכטיגע נקודה אין חובות, איז דאס האלטן זיך ציוויל און טון וואס ס'איז ריכטיג, ווען מ'זעהט אז מ'גייט נישט קענען צייטליך באצאלן דארף מען רופן דעם מלוה בעפאר ער רופט, און דערציילן דעם מצב, טראץ עס איז אומבאקוועם, ווייל ווי אומבאקוועם עס איז צו זאגן דעם אמת, אלס אומבאקוועמער ווערט ווען מ'קען נישט גיין אויף די גאס אדער ביהמ"ד וואו יענער דרייט זיך.
ליידער זענען דא אידן וואס דארפן פארן אין מרחקים דאוונען ווייל זיי האבן צופיל פון וועם צו אנטלויפן אין זייערע לאקאלע בתי מדרשים, דאס איז קיין לעבן נישט און דאס מאכט דעם מענטש אויס מענטש און רופט זיך אן אויף די שטוב און אויף די קינדער און אלעס ארום.
איך האב דא געשריבן גאר אין קורצן דעם מהלך, און איך האף אז עס איז גענוג קלאר, אבער איין זאך וויל איך נאכאמאל שרייבן בעפאר איך ענדיג דעם ארטיקל: מ'דארף נעמען הילף! און ס'איז נישט קיין בושה.
האט א לעכטיגן שבת