יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

תכלית, וויפיל צאלט מען? – הלכה למעשה

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת אמור תשפ"ג

א גוט יאר חשוב'ע ליינער.

מיר האבן דעם פארגאנגענעם וואך אויפגעברענגט א נושא וואס אויבנאויף האט אונז עס אויסגעקוקט ווי בלויז נאך א דעטאל אינעם סוגיא פון זוכן א דזשאב, און פארלאנגט נישט צופיל אויפמערקזאמקייט.

די גריסן וואס מיר האבן צוריקגעהערט פון דעם ארטיקל האט אונז אבער איבערראשט, ערהאלטנדיג אזויפיל בריוון און מעסעדזשעס פון ליינער וועלכע בעטן מ'זאל ממשיך זיין אין דעם פרט און אויספירן אביסל להלכה ולמעשה.

ערשטנס וויל איך זיך באדאנקען פאר די אלע וואס שיקן אריין מעסעדזשעס, סיי די פראגעס און סיי אנדערע קאמענטארן. דאס העלפט צו קענען האלטן דעם קאלום אויף א שניט וואס די ליינער גלייכן, און עס שרייבט זיך פיל בעסער ווען מ'הערט צוריק פידבעק.

צום ענין. זענען אריינגעקומען מערערע שאלות פון אזעלכע וואס ספראווען זיך טאקע מיט אט דעם פראבלעם, און דער חידוש איז אז די פראגעס זענען געקומען פון ביידע ריכטונגען. סיי פון בעלי בתים וועלכע האבן אזעלכע ארבייטער, און דאס זעלביגע פארקערט, פון ארבייטער וואס שפירן אז דער בעל הבית אנערקענט נישט זיין ארבעט מער ווי אויפ'ן אפגעשמועסטן צענט.

לאמיר ענטפערן פאר די ביידע סארט שאלות, מיטן אויסקלויבן 2 פון די אריינגעשיקטע פראגעס.

שאלה א':

איך בין א מענעדזשער אין א ביזנעס, און איך האב איין ארבעטער וואס איז ממש אן אפשפיגלונג פון וואס איר האט גערעדט פאריגע וואך. ער ארבעט גראדע גוט, און ווען ער טוט עפעס איז עס געווענליך בשלימות, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם אומאיינגענעמען אטמאספעהר וואס דרייט זיך ארום אים, ווען יעדע מאל עפעס אומגעראכטן קומט אונטער, אפילו א קלייניגקייט וואס נעמט נישט קיין גאנצע 5 מינוט, אויב איז עס נישט קלאר זיין אויפגאבע וועט ער ענטפערן קאלט "איך באקום נישט באצאלט פאר דעם".

מיין שאלה איז וואס קען איך טון דערצו, און וויאזוי זאל זיין מיין צוגאנג צו אים? ער איז דאך למעשה גערעכט אז ס'איז נישט זיין אויפגאבע, אבער פון די אנדערע זייט, אויב זאל יעדער טון נאר וואס ער מוז טון קען א ביזנעס באנקראטירן ביי יעדן אומפארגעזעענע טשאלאנדזש.

שאלה ב':

איך בין אן ארבייטער וואס טראגט א היבשע אחריות'דיגע אויפגאבע אינעם געשעפט וואו איך ארבעט, און מיין אויפגאבע איז צו באדינען קליענטן און מאכן זיכער אז אלעס אינעם געשעפט קלאפט.

איך פרוביר צו זיין א געטרייע ארבעטער, און אסאך מאל ארבעט איך מער ווי איך דארף און איך טו זאכן וואס באלאנגען נישט פאר מיר, נישט ווייל איך וויל באצאלט, נאר ווייל איך וויל זיין א געטרייע ארבעטער.

וואס מיר שטערט אבער איז; ערשטנס אז מיין בעה"ב אנערקענט נישט מיין ארבעט, און קען זאגאר זיך אויסדרוקן אזעלכע פראזן ווי כאילו ער קוקט עס אן ווי עס באלאנגט אזוי און ס'נאר נארמאל אז איך טו דאס. צווייטנס, אז אזויפיל וואלט איך יא ערווארטעט אז אין א פארנומענעם סעזאן ווען איך ארבעט אסאך אווער-טיים, זאל ער מיר געבן עפעס א באנוס.

איך זע אין מיין בעה"ב פונקט דאס פארקערטע ווי דאס וואס איר האט געשריבן. ביי אים איז נישט דא אזא זאך ווי געבן פארן ארבעטער עפעס מער ווי מ'האט אפגעשמועסט, נישט קיין געלט און נישט קיין קאמפלימענט.

איז דא עפעס וואס איך קען טון צו צייגן מיין בעה"ב אויף א שיינעם אופן אז דאס שטערט מיר?

אלזא לאמיר צענעמען דעם טעמע און פרובירן צו מאכן קורץ און קלאר.

ביידע שאלות זענען אינטערסאנטע און אמת'דיגע אומאיינגענעמע סיטואציע'ס וואס טרעפן זיך אסאך, און איך וויל נישט באציען זיך דוקא צום שרייבער וועלכער וועט נאך מיינען אז איך מיין אים דירעקט, אבער אין מיין עקספיריענס האב איך זייער אסאך מאל ווען עס איז געקומען צו אזא פראבלעם זיך ארויסגעשטעלט אז די מעשה איז נישט איינזייטיג.

דהיינו, איך האב געבעטן דעם באטרעפנדן צו טראכטן פון פעלער וואס ער האט געוויזן זיין קאלעגע בערך דעם זעלבן אומרעספעקט אדער אויב ער קען טראכטן ווען ער איז באגאנגען אקוראט דעם זעלבן פעלער צו זיין בעה"ב אדער ארבייטער. און ארויסגעשטעלט האט זיך עס אז אין זייער אסאך פעלער איז עס נאר א קייט רעאקציע, וואס פאנגט זיך אן ערגעץ אומוואוסנד, און אין מח נעסטעוועט א געוויסע אומצופרידנהייט ביים בעה"ב אדער ביים ארבייטער וואס ברענגט אז זיין אויפפירונג כלפי זיין ארבייטער אדער בעה"ב זאל זיין גאנץ אנגעשטרענגט.

איך זאג נישט אז עס איז אלס אזוי אבער זיכער איז כדי זיך צו באטראכטן און פרובירן צו געדענקען אויב האט זיך נישט געמאכט אזא פאל צו זאל עס זיין אנהייב ווען מ'איז אריינגעקומען אין די קאמפעני, אדער אפשר שפעטער אין די צייט, ווען מ'האט געוויזן ווילנדיג אדער אומווילנדיג אזא סארט פירונג און דאס האט געברענגט צו אן אנגעשטרענגטקייט.

אין שלום בית זעהט מען זייער אסאך מאל אז א קליינעם רוק מאכט שיעף דעם גאנצן שלום בית און פאר די עקספערטן איז די שווערסטע חלק צו טרעפן דעם קליינעם טפח וואו עס האט אנגעהויבן צו גיין קרום און אזוי ארום צוריק שטעלן אין פלאץ.

אבער צו ענטפערן די פראגע'ס ווען מ'האלט שוין אין אזא מצב, און לאמיר אננעמען אז די חשוב'ע לייענער וועלכע האבן אריינגעשיקט דעם פראגע האבן יא די רעכט, און עס איז זיכער נישט געווען זייער שולד, סיי די ארבייטער און סיי די בעה"ב (דארף איך נאר גיין איבערקוקן צו ס'איז נישט דער זעלבער בעה"ב וואס שיקט די שאלה כלפי זיין ארבייטער, און דער ארבייטער כלפי דעם בעה"ב...)

וואס טוט מען אין אזא פאל?

די אנגענומענע און בעסטע (עכ"פ אין רוב פעלער) מהלך ווערט אנגערופן "דער באנוץ פון די קאלטע מינוט".

פארשטייט זיך אז עס ארבייט נאר מיט נארמאלע מענטשן, און אמאל אין א אויסנאם פאל ווען דער בעה"ב אדער ארבייטער פאלט נישט אריין אין די קאטאגאריע פון נארמאל, קען מען קיין סאך זיך נישט העלפן, אבער עס איז אלס וויכטיג איידער מ'באשלוסט אז יענער איז נישט נארמאל, צו מאכן דעם טעסט וואס מ'האמיר שוין אמאל אויסגעשמועסט.

ווען איינער איז אין טאג טעגליכן לעבן א נארמאלער מענטש און ווען ס'קומט צו געוויסע נקודות זעהט מען א אויפפירונג וואס וואלט ענדערש גערופן געווארן נישט נארמאל, איז עס ע"פ רוב נישט קיין "פראבלעם גברא" נאר א "פראבלעם חפצא" דאס מיינט אז עפעס איז דא פארגעקומען וואס מאכט דעם פערזאן טון אינטערסאנטע אדער אומריכטיגע זאכן ווייל ער מיינט אז ס'איז ריכטיג.

אבער נאכדעם וואס מ'ווייסט שוין אז מ'רעדט פון נארמאלע מענטשן און עס איז יא א פראבלעם דער אומקאאפעראציע צווישן בעה"ב און ארבייטער וואס טוט מען?

די קאלטע מינוט

סיי וועלכע אומבאקוועמליכקייט ווא סשאפט זיך צווישן צוזאמארבייטער, איז די ערשטע וויכטיגסטע נקודה נישט צו באהאנדלען דעם ענין אין די הייסע מינוט, דאס הייסט בשעת מעשה ווען א מענטש איז אין דעם מצב פון כעס אדער אויפברויז, ווען דער אומרעכט ווערט געטון, אויב וועט ער עס באהאנדלען דעמאלס וועט עס נישט פירן צו קיין גוטע רעזולטאטן נאר צו מער עגמת נפש, עס ווערט אין בעסטן פאל א דעבאטע, און אין ערגערע פעלער ווערט עס א מלחמה.

אלזא דאס איז אמאל זיכער אז אויף די הייסע מינוט איז כדי צו לאזן דעם שטורעם פון געפילן די ברויזנדע וואסערן דורכשווימען, און זיך פארצייכענען צו געדענקען אז אין די קאלטע מינוט זאל מען קענען באהאנדלען דעם פראבלעם.

ווען איז די קאלטע מינוט?

די קאלטע מינוט איז ווען די געמיטער זענען רואיג, אדער נאך בעסער ווען די געמיטער זענען גוטמוהטיג, עס איז געווען א געלונגענער טאג ארבייט אדער א הצלחה אין א געוויסן ענין, אדער ווען מ'האט א גוטען שמועס איבער אנדערע נישט ארבייט אנגעלעגנהייטן, אלס גוטע פריינט וכדו'.

אין אט די קאלטע מינוט, קען מען מיט חכמה אדרעסירן די געפילן, און בעטן דעם בעה"ב אדער ארבייטער צו פארשטיין דעם שלעכטן נאכטעם וואס זיין אויפפירונג ברענגט און וויאזוי עס רופט זיך אן אויפן סוקסעס פון די קאמפעני.

אין א קאלטע מינוט גייט אריין די ווערטער כמים קרים, און ס'ווערט דערפון א קאנסטראקטיווער שמועס, וואס דאס קען ברענגען צו א אויפריכטיגן טויש אין בעסטן פאל, אדער אין נישט אזא גוטן פאל קען עס עכ"פ ברענגען אז מ'זאל צוריקהערן פון דעם בעה"ב אדער ארבייטער דעם אמת וואס עס שטערט אים, און געוואויר ווערן אז מ'איז אליינס אביסל שולדיג אין די סיטואציע, און זיך אליינס פארבעסערן.

דאס איז די ערשטע תפקיד וואס מ'קען טון און וועט העלפן 90 פראצענט פון די פעלער.

אמאל מאכט מען דעם טעות ווען מ'נעמט די מהלך פון "סטראשענען" אדער ווייזן קאנטראל וכדו', וואס אמאל אויף די מינוט קען עס העלפן ווייל די סטראשע איז א אויפריכטיגע אדער די קאנטראל איז ריכטיג, אבער אין די ענדע דארף מען געדענקען אז יש מחר לאחר זמן און עס בלייבט אין א קעמערל אין מח א געוויסע אומצופרידענער אטמאספערע וואס קען ארויסקומען אין אומבאקוועמע אופנים נישט דוקא ווען מ'וויל, און עס איז א שאדע צו גיין אויף דעם מהלך.

אין סיכום אלס אן ענטפער צו די אלע וואס האבן געפרעגט, סיי די בעה"ב און סיי די ארבייטער, ביטע נוצט שכל, און ארבייט אויף די קאלטע מינוט זיך אויס צו שמועסן.

אין גריכיש איז דא א ווארט וואס מ'נוצט אין ביזנעס צומאל פאר אזא סיטואציע, מ'רופט עס א "טעמענאוס קאנווערסעישאן", וואס אין גריכיש מיינט עס א שמועס וואו יעדער פון די צדדים לאזט אראפ די חומה, און מ'רעדט אפן, מיט א באשלוס זיך צו פארשטיין, און מ'מעג אין דעם שמועס אפן זאגן וואס מ'שפירט אדער מ'וויל מעורר זיין.

עס זענען דא ביזנעסער וואו מ'באשטימט א צייט פאר אזא שמועס לכתחילה אלס איינמאל א חודש אדער וויפיל, געוויינליך איז עס נאר מיט די העכערע ראנג ארבייטער'ס וואס טראגן אן עקזעקיוטיווע ראלע אין די ביזנעס, וואו דער בעה"ב און דער שליסל ארבייטער האבן א באשטימטע צייט וואס מ'האט א טעמענאוס קאנווערסעישאן, און מ'שמועסט זיך אויס ווי גוטע פריינט, און דאס ברענגט גאר גוטע רעזולטאטן.

ווען אזא סארט שמועס איז א באשטימטער פון פאראויס, איז עס גאר געזונט פארן ענווייראמענט פון די ביזנעס, און עס ברענגט אז אפי' בשעת רוגזה זאל מען געדענקען אז מ'וועט האבן די געלעגנהייט זיך אויסצושמועסן און מ'מוז נישט ריעקטן אויף די הייסע מינוט.

האטס מיר א גוטן שבת.