יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת אחרי־קדושים תשפ"ג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ג

מיר לערנען יעצט פרקי אבות אין די שבתים פון זומער, זאגט אונז די משנה א גאר וויכטיגע מושג אין עבדות ד', אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל פרס, און הגם, איך לערן נישט פאר פרק דא אין דעם קאלום, וויל איך נוצן דעם משנה אלס אריינפיהר אין דעם נקודה פון דעם היינטיגן שמועס אין טרעפן און אנהאלטן א דזשאב מיט הצלחה.

אז איר וועט אויבערפלעכליך קוקן אין די ווערטער פון חז"ל וועט אייך שווער זיין דער לשון אל תהי' כעבדים וכו', עס וואלט געדארפט שטיין, אל תשמשו על מנת לקבל פרס, אדער סיי וועלכע אנדערע לשון וואס זאגט דירעקט אזוי ווי ביי אלע אנדערע מאמרי חז"ל וואו עס ווערט קלאר ארויס געשריבן אז דאס זאל מען יא טון אדער נישט טון.

דער לשון דא זעהט אויס ווי עס איז עפעס פארנעפלט, מ'זאל נישט זיין אזוי ווי די וואס טוען אזוי, זייער א דרך ארוכה און טראץ וואס דער פירוש איז זייער קלאר איז עס געזאגט מיט א לשון פון רינגס און ארום.

איך וויל נוצן דעם מאמר און דעם לשון אלס דער יסוד אין דעם קומענדיגן נקודה:

ווען מ'טרעפט אדער מ'זוכט א דזשאב דארף עס אויך זיין אויף דעם שטייגער פון אל תהיו כעבדים וכו', דאס הייסט אז טראץ וואס די סיבה פון גיין ארבייטן איז דאך קלאר על מנת לקבל פרס, עס איז נישטא קיין אנדערע סיבה צו זוכן א דזשאב נאר די איינע אז מ'זוכט פרנסה, און אויב האט מען גענוג קען מען דאך זיצן און לערנען, אבער דאס איז טאקע אמת, נאך אלס איז דא א "דרך" וואס די משמשין על מנת לקבל פרס נוצן, און דאס זאלט איר נישט טון.

לאמיר מסביר זיין.

א איד לאזט זיך ארויס אויף די יארכע טרעפן א פרנסה, ער ווייסט שוין אז ער האט א בודזשעט פון 8 טויזנט דאללער א חודש, און ער ווייסט אז ער מוז בהכרח טרעפן א פרנסה וואס זאל אים ברענגען וואס עס פאדערט זיך צו דעקן די הוצאות, און דאס איז עפעס וואס ער האלט פאר די אויגן.

ווען ער איז שוין געזיצן ביי אפאר אינטערוויו'ס אדער געטון אנדערע השתדלות, ווייסט ער שוין נאך זאכן, ער ווייסט שוין אביסל בעסער וואס ער זוכט, ער ווייסט אביסל בעסער וואס מ'איז אים באמת גרייט צו געבן. ער קען שוין האבן א שמעק אביסל אין וועלכע אינדוסטריע אדער פאך ער וואלט פאסיג געווען אריינצולייגן א כח צו מצליח זיין, און אלעס טאקע כדי צו קענען אנקומען צו זיין פארדינסט און אהיים טראגן פרנסה, און אפשר קען ער שוין אויך אביסל זעהן א וויזיע פון וואקסן און אפי' מצליח זיין באזירט אויף זיינע שמועסן מיט עקספערטן, און זיך דרייען אין די מארקעט פון זוכען א דזשאב. ער ווייסט אסאך מער ווי ווען ער האט אנגעהויבן.

אבער דא פאסירט עפעס גאר מאדנע וואס ער ווייסט צומאל נישט, און אמאל ווען מ'ווערט עס געוואויר איז שוין צו שפעט.

ער ווערט געוואויר אז טראץ דעם וואס זיין ציהל איז "געלט" און יעדער ווייסט אז זיין ציהל איז "געלט" און קיינער פאפט זיך נישט אז ער וויל ארבייטן פשוט ווייל ער האט א גוט הערצעלע און וויל העלפן בעלי בתים וואס זוכן ארבייטער. פון דעסטוועגן אויב וועט זיין שמועס אין דעם אינטערוויו פראסעס טראגן דעם כאראקטער ווי "געלט איבער אלעם" וועט ער פון דעם נישט נאר נישט פארדינען נאר דערלייגן גאנץ אסאך גוטע געלעגנהייטן.

טראץ וואס ווען מ'זוכט א גוטן סעילסמאן אדער איינעם וואס באקומט א פראפיט פון די ביזנעס וואס דאן זוכט מען געוויינליך איינעם וואס געלט איז ביי אים א גרויסער משמעות, און דער בעה"ב גלייכט צו זעהן דעם ווארשיינליכן ארבייטער אין א רייץ פאר אסאך געלט ווייל דאס איז דאך וואס 'מפארקויפט אים, אז ער וועט דא נתעשר ווערן, עכ"ז אפי' אין אזא פאל דארף דאס האבן א גבול און קען נישט זיין דער שפיץ פון יעדע שמועס, מ'מוז קענען רעדן פון אנדער חלקים מיטן זעלבן הייפער, און נישט אויסזעהן ווי איינער וואס געלט איז אלעס און אלעס איז געלט.

אין דעם אינטערוויו פראסעס מיט א סתם פעיטשעק ארבייט איז עס זיכער על אחת כמה וכמה און דארט איז עס ממש אמאל א עיקר וואס ברענגט אדער טראגט אוועק דעם אפפער, אויב זעהט מען אז דער נייער ארבייטער רעדט פון דעם געלט מיט אזא סארט רייץ וואס דערשרעקט אמאל דעם בעה"ב. און ער וויל נישט אנהייבן מיט אזוינעם.

איך וויל זיך בעסער מסביר זיין, מ'רעדט דא צו אידישע קינדער, און איך פארשטיי אז עס איז דא גבולים און פריאריטעטן, און אודאי וועט קיינער נישט זאגן פאר א צוקונפטיגן בעה"ב אז עם גייט גארנישט אן נאר דאס געלט, אבער פון דעם משמעות פון א שמועס ווי גארנישט טראגט נישט קיין וויכטיגן כאראקטער נאר געלט, קומט סיי ווי ארויס דער געדאנק און עס שרעקט איבער א ווארשיינליכן בעה"ב.

מ'מעג רעדן פון געלט, און מ'דארף פרעגן וויפיל ס'צאהלט (ווען צו פרעגן איז א פרשה פאר זיך) און אודאי מעג מען און דארף מען וויסן וואס דער פאטענציעל פון די דזשאב איז, אבער אויב אנדערע שאלות ווערן נישט גרונטליך דורכגעשמועסט און ביים געלט שאלה ווערט פלוצלינג א שקלא וטרי' שלא מן הסדר ווערט עס אביסל פארדעכטיגט און שאפט א שאטן וואס באגלייט פאר תקופות.

דאס איז ביים זוכן דעם דזשאב, אבער לאמיר גיין א טריט ווייטער ביים אננעמען און טאקע אריינקומען ארבייטן אויף א נייעם פלאץ, דארט איז עס פי כמה וויכטיגער. און דא פעלט שוין אויס חכמה, און דעת מיט אביסקעלע בינה אויך.

צוריק צו די משנה: מ'מעג ארבייטן על מנת לקבל פרס (איך רעד נישט יעצט פון עבדות ד') אבער נישט ארבייטן ווי דער עבד וואס איז על מנת לקבת פרס, דהיינו נישט זיין ביי די ארבייט אזוי ווי יענער וואס דער גאנצער טאג און וואך, יעדער שמועס, יעדע פעולה, אלס דרייט זיך ארום זיין פעיטשעק, עס ווערט פארגרוילט ביים בעה"ב, און עס ברענגט א גאר שווערן עיפוש ריח פון זעלבסט "איכערקייט" דהיינו עס פאנגט אן אויסצוזעהן ווי דער מענטש איז נישטא צו טוהן דעם דזשאב, ער איז דא אהיים צו גיין מיט געלט. וואס טראץ דאס איז טאקע דער אמת, טאר זיך עס נישט אנזעהן ביי יעדן טריט און שריט.

מ'דארף געדענקען אז דער ציהל פון געלט ווערט געמאכט און באשלאסן און דורכגעשמועסט נאר ביים אנהייב. ווי נאר דער מענטש נעמט אן דעם פאסטן דארף ער צושפארן דעם חלק פונעם שמועס און עס אוועקלייגן פאר ריוויו ווען די צייט וועט קומען, צו ווען מ'וועט זיך ארום זעהן אז מ'וויל זוכן מער אדער ווען מ'איז שוין געצייטיגט פאר א רעיז, ביז דעמאלס דארף ער פארגעסן דעם נושא, און עס נישט מאכן פאר קיין וועזן אין קיין שום הינזיכט.

ער דארף דא זיין און געדענקען אז יעצט ארבייט ער "בחנם" צו בויען זיין רעזומעי, און צו טוהן א שלימות'דיגן ארבייט צו וועלכן ער האט זיך פארפליכטעט.

דער נושא איז נוגע סיי פאר די וואס זוכן א דזשאב, סיי פאר די וואס האבן און זוכן צו גיין ווייטער אויפן לייטער, און אזוי אויך פאר די וואס זיצן באקוועם אויף א גוטן באצאלטן דזשאב.

ביי יעדן מאכט זיך דער צייט ווען געפיהלן פון דעם בעה"ב אדער ארבייטסגעבער זענען שטארק מכריע, און קען זיין דער שליח לטב ולמוטב, און עס איז וויכטיג אלס א חלק פון השתדלות צו טוהן וואס אימער עס פעלט זיך אויס צו מאכן א געשמאקע אטמאספערע סיי דארט וואו מ'זיצט שוין באקוועם און אודאי דארט וואו מ'איז נאך נישט מיט ביידע פוס אינעווייניג.

שטעלט אייך אריין אין דעם בעה"ב פלאץ און קלערט וויאזוי איר וואלט געווען באקוועם מיט איימיצן וואס מ'קען צו אים נישט רעדן אן קיין קאסט אסאשיעיטעד אינעם שמועס, ווי אלס האט צו טוהן מיטן געלט, און ער טוט גארנישט פארן תכלית פון דעם בעה"ב נאר פאר זיך. דאס ווערט גערופן "סעלפיש" און איז זייער געמיין, און ביי די ארבייט איז עס א שטארקער רוצח אין די אטמאספערע, וואס דאס ברענגט נישט קיין שום איבעריגע ריוח פאר קיינעם.