יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת תזריע־מצורע תשפ"ג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ג

א גוטן זומער טייערע לייענער,

איך וויל באדאנקען די אלע וואס נעמען זיך די צייט צו קאמענטירן אדער אפי' קריטיקירן דעם קאלום, עס ווייזט ב"ה אז דער שטובל ווערט געליינט דורך אן ערנסטן קונדשאפט, וואס עס איז מיר א כבוד צו זיין א חלק פון די סביבה.

אונז האלט מיר אינדערמיט דעם שמועס פון "דזשאב'ס" און איך וויל נישט אוועקקערן פון דעם עיקר, אבער שטייענדיג יעצט גלייך נאך דעם הייליגן יו"ט וויל איך מאכן א קורצע הפסקה אין א ענין וואס איז מער שייך אויף די ברענענדיגע מינוט.

אסאך האב איך זיך באגעגנט אין די פארגאנגענע צוויי וואכן מיט פראגעס איבער דעם אנהייב פון א זמן, אין ליכט פון אן אינטערוויו וואס איך האב געגעבן אויף קול מבשר איבער דעם נושא פון צוריק קומען צו די ארבייט נאך א רוחניות'דיגע הפסקה פון א פולע וואך מיט אן גודש, וועל מיר בארירן די נושא, און אפשר איז כדי זיך דאס צו פארצייכענען פאר אנדערע זמנים פון יאר ווען עס קומט אויס דאס זעלביגע, עס וועט אייך בעז"ה בייהילפיג זיין.

דער נייער זמן אין דער ארבייט! יא איך ווייס אז מ'רעדט נישט פון א זמן אין ישיבה וואס דאס וועל איך לאזן פאר די ראשי ישיבה, אבער אין א קורצן פארגלייך איז יא וויכטיג אביסל קלאר צו פארשטיין וואס דער דיפערענץ פון א נייעם זמן אין ישיבה איז, קעגן דעם נייעם זמן אין פרנסה, און ביי דער ארבייט.

פארשטייט זיך אז יעדער איד האט זיך זיין גפן ותאנה צו וואס ער קערט זיך ווען ער דארף צוריק אריינגיין אין אפיס אדער וועירהאוז אדער קאר טראק וכו' וואס דארט האט אים דער בורא עולם געגעבן דעם צינור צו ציען זיין חיונה פארן הויזגעזונט, וואס דערפאר איז ביי יעדן דער מציאות אנדערש, אבער ווי איר ווייסט שוין פון אונזער קאלום האבן מיר יא א מהלך פון שטעלן דעם כלליות'דיגן טאן און פון דארט קען יעדערער נעמען און לערנען פאר זיינע אייגענע געברויכן און זיין אייגענעם מציאות וויאזוי צו אדאפטירן סיי וועלכע פון די "טאט און ראט" אין די נושא.

דער זמן אין ישיבה הייבט זיך אן מיט א מורא'דיגן הייפער, דער ראש ישיבה שטעלט זיך אויף געוויינליך מיט א פייערדיגע פתיחה דרשה, ווי ער ברענגט ארויס דעם געוואלדיגן מתנה פון א פרישע התחלה, און וויאזוי יעדער בחור קען יעצט אנהייבן און שטייגן למעלה מן המשוער.

ווידעראום ביי אונז פשוט'ע המון עם אידן וועלכע גייען אין די ארבייט צו טון אונזערע פליכטן, הייבט זיך אן דער זמן צומאל אן קיין שום חיזוק אדער שטופ פאראויס, נאר אדרבה טייל מאל אין א געפערליכן דרוק וואס נעמט זיך פון א ווינקל אין מח מיט וועלכן מיר זענען נישט אזוי באקאנט, און אויב ווערן מיר אביסל מער באקענט דערמיט וועל מיר וויסן וויאזוי דאס צו באהאנדלען.

דער קליינטשיגער ווינקל אין מח וואס הייסט "רוטין" אדער "סדר היום" וכדו' איז עפעס וואס ווערט אפעקטירט פון טוישן אין טאג טעגליכן מהלך החיים, דאס הייסט אז דער מח ווערט צוגעוואוינט און צופרידן מיט א געוויסן רוטין וואס עס האט יעדן טאג, און ווען עס קומט א קוועטש אדער א טויש וועקט זיך אויף דער ווארעמל רוטין און פרעגט נוגנדע קשיות, ער וויל פארשטיין מה היום מיומים.

איך האב אמאל געהערט פון דעם לעגענדארן איש המעש הרה"ח ר' ישעי' קארנבלי ע"ה דער אונטער גבאי אין גרויסן ביהמ"ד אין סאטמאר וויליאמסבורג אויף ראדני סט. פאר לאנגע יארן, פון וועם איך האב אסאך געהערט ווען ער פלעגט זיך אוועקזעצן דארט אין בית שני ביי אונזער חברותא און זאגן אפאר שיינע געדאנקען און ווי אויך געוויסע ערפארונגען פון זיין לעבן, (ער האט געשריבן דעם גאר באקאנטן ביכל פון זיינע יארן אין די מלחמה "ווען דער טאטע הייסט לויפן", וואס איך האב דורכגעליינט דוכט זיך אן קיין אטעם ביזן סוף).

האט ער מיר אמאל געזאגט לגבי דעם ענין פון רוטין אז ווען ער פאסט אין א יום התענית איז זיין שווערסטע דורכגאנג די שעה ווען ער איז געוואוינט צו עסן פרישטאג, וואס הגם מיר זענען אלע עדות צו דעם ביי אונז אליין איז עס מיר געווען א שטארקער חידוש צו הערן פון א איד וואס אויב איר וועט לייענען זיין בוך וועט איר זעהן אז דער איד האט געפאסט מער ווי איין דרייערל אין קריג, און ער וואלט פון א קליינעם תענית'ל נישט געדארפט ווערן אפעקטירט בכלל.

אבער די נקודה וואס ער האט ארויסגעברענגט האט גאר שטארק עושה רושם געווען צו הערן פון אזא איד אז וויבאלד היינט צו טאג האט ער א רוטין, איז דאס וואס זיין מח פארלאנגט, און אפי' ער זאל דערמאנען דעם מח'ל אז מיר האבן דורכגעלעבט א קריג אין ערגערע אומשטענדן, איז דער מח נישט מקבל קיין תירוצים.

לענינינו, מיר אלע האבן פליכטן ביי די ארבייט, און ווען מ'קומט אריין אין אפיס, אדער וואו עס איז וואס מיר טוען אונזער דזשאב, ווייסט שוין דער מח אביסל וואס צו ערווארטן, און ער שטעלט אריין דעם מענטש אין רוטין, ביי איינעם איז עס קודם די קאווע נאכדעם טשעקן די אימעיל'ס און ביי א צווייטן איז עס צו איבערקוקן די ביינאכט אקטיוויטעטן פון די ארדערס וואס קומען אריין אנליין וכו',

על פי רוב ווען עס איז נישטא קיין אויסערארדנטליכע הפסקה איז דער יום העבודה פון דעם פרנסה ברענגער ווי א יומא אריכתא פון הבדלה ביז קידוש, כאטש וואס מ'איז אינדערהיים אויך, שפירט מען נישט אזוי ווייט דעם הפסק עס איז מער ווי א שטיקל לאנטש ברעיק, און מ'גייט צוריק וואו מ'האט געהאלטן.

ווען אבער דער מענטש פעלט פון די ארבייט פאר א וואך אדער מער, ווען ער קומט צוריק איז ער נישט נאר ווי איינער וואס הייבט אן פריש אין א געוויסן הינזיכט וואס דאס אליינס האט עפעס א בחינה פון כל ההתחלות קשות, נאר עס קומט מיט בעגעדזש אויך ווייל אין אונטערוויילעכץ פונעם מח האט ער זאכן וואס האבן ווען געדארפט ערלעדיגט ווערן, און אפי' אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט עס אויך נישט געווארן ערלעדיגט שנעלער, אבער ער האט געשפירט ווי ער האלט די לייצעס, און קאנטראלירט דעם מצב אביסל. דא קומט ער אריין צו א אומקאנטראלירטן מצב אנע לייצעס אין די הענט, און דער מענטש שפירט זיך ווי ער שפאצירט אריין אין אן אקטיוון וואולקאן.

ביי געוויסע מער ווי ביי אנדערע, אבער דער איבערוויגנדער מערהייט פון ארבייטער האבן א געוויסען קאפוויי וואס מ'שפירט נישט אזוי אפט, און אסאך מאל ברענגט עס אז פאר עטליכע טעג איז דער מענטש נישט אין זיין בעסטן צושטאנד אין די ארבייט, און טוט נישט בשלימות וואס ער ברויך טון.

די וואס האבן נישט דעם עקספיריענס איז ע"פ רוב אדער ווייל זיי זענען פראדשעקט אריענטירט, און זיי קענען אפשטעלן דעם פלוס פארן אריינגיין אין א יו"ט און זיי הייבן טאקע אן פון ניי, אדער צוליב דעם וואס אנדערע ארום זיי אדער העכער זיי טראגן דעם אחריות, און זיי שפירן זיך אביסל ווי זיי דארפן נאר אריינקומען אינעם שיפל און עס וועט שוין פארן סיי ווי.

אבער אפי' אין די פעלער ווערן אסאך אפעקטירט פון דעם אנגעצויגענעם ארום, און דאס האט א שווערן אפעקט אויפן טעגליכן לעבן.

דער אמת איז אז כדי נישט צו קומען צו דעם מצב איז באמת וויכטיג א פראעקטיווער צוגאנג פון זיך גרייטן פארן יו"ט מיט שליסן די אפענע קניפן, און מאכן זיכער אז ווען מ'קומט צוריק איז דער טישל גרייט פאר א נייעם זמן, אבער נישט אין אלע פעלער איז דאס גענוג, און נישט אלס איז דאס דער רעאליטעט וואס מענטשן טוען, צו ווייל פאר יו"ט איז מען גאר פארנומען און מ'קען נישט טראכטן אדער מ'וויל נישט טראכטן פון נאך יו"ט, אדער פשוט מ'האט אמת'דיג נישט קיין צייט, און מ'לויפט צו בדיקת חמץ מיט די נשמה אין איין האנט און א ליכטל אין די צווייטע.

פראקטיש גערעדט איז א שאדע צו פארברענגען צייט אויף וואס מ'וואלט געקענט טון בעפאר יו"ט צו פארמיידן דעם כאאטישן געפיהל, לאמיר רעדן פון "יעצט", וואס דארף דער מענטש טון ווען ער טרעפט זיך צוריק אין אפיס און ער ווייסט נישט וואו אנצוהייבן, ער קוקט אויף דעם ארבייט זאמלונג וואס אלעס פארלאנגט זיין קלארע און

אויסשליסליכע אכט און מחשבה,

דאס ערשטע איז וויכטיג צו טון עפעס וואס די ביזנעס לייט מיט וועם איך ארבייט כסדר זענען זייער באקאנט, דאס איז דער "עקזעקיוטיוו מאמענט" עקסערסייז.

טראץ וואס נישט יעדער איז אן עקזעקוטיוו, וואס דאס באדייט איינער וואס איז אויף עפעס א העכערע פאזיציע אין מאכן באשלוסן וכדו', איז אבער יעדער ארבייטער א עקזעקוטיוו אין זיין אייגענע פירמע וואס דאס איז ער אליינס, און אפי' אויב דארף ער נישט מאכן קיין באשלוסן אין די ביזנעס לעוועל, ער האט אנדערע העכער אים וואס טוען דאס, איז ער נאך אלס דער העכסטער אויטאריטעט אין זיין עולם קטן, און אין זיין פאמיליע, און עס פעלט זיך אויס אן עקזעקוטיוו מאמענט אין דעם גרויסן מישמאש פון מחשבות און צעמישענישן אינעם מח.

דאס איז אן עקסערסייז וואס מענטשן האבן אנגעהויבן טון אויפן טאג טעגליכן פארנעם, און עס האט זיי פיל געהאלפן, אבער ווען ס'קומט צום אנהייב פון א נייעם זמן, איז עס זיכער עפעס וואס אפי' די וואס טוען נישט געוויינליך וואלטן עס געדארפט פראקטיצירן.

אין קורצן איז עס א 15 מינוט פון בלעקאוט, אן קיין טעלעפאן, אן קיין אימעיל, אן קיין שום פארבינדונגען נאר צווישן זיך און א פאפיר, (אדער א קאמפיוטער) און מ'שרייבט אפ אויפן פאפיר אדער פייל, אלעס וואס ליגט אין קאפ אז עס דארף געטון ווערן, סיי אין ביזנעס, סיי אין פערזענליכן לעבן, אזוי ווי א טעסק ליסטע, אבער אן קיין שום דעטאלן, נאר ממש רוי ארויס פון מח אראפ אויף פאפיר, און מ'קוקט נישט צוריק,

עס דארף זיין דעזיגנירט א קלארע 15 מינוט וואס אפי' אויב מ'זעהט זיך אינמיטן אז מ'האט שוין נישט וואס צו שרייבן, טראכט מען ווייטער, און גאר אינטערסאנט איז אז רוב מאל דערמאנט מען זיך ווי פון אונטערן קארפעט קומט פרישע פרעשור וואס מ'האט שוין פארגעסן אויף די מינוט, און ס'וואלט ארויפגעשווימען שפעטער אין טאג צו פייניגן.

דער פאפיר ווען מ'איז אים פארטיג, לייגט מען אין די זייט און מ'קען אויף דעם קוקן וואס צו פריאריטיזירן און וואס נישט, (איך וויל נישט אריינגיין צו טיעף אין דעם פראגראם, עס נעמט אביסל מער ווי אן ארטיקל, אבער אלס א צייטווייליגן עקסערסייז איז דאס אויך גוט)

די סיבה פארוואס דאס איז אזוי וויכטיג קען מען פארשטיין ווען מ'טראכט איבער דעם משל פון דער מענטש וואס האט באקומען א באפעל צו מאכן א טעלעפאן קאלל, און מ'גיבט אים א טעלעפאן נומער, ער דארף יעצט ארויסגיין צו א פובליק טעלעפאן צו מאכן דעם קאלל, אבער ער האט נישט אפגעשריבן די נומער אין ערגעץ ער האלט עס אין קאפ און לויפט ארויס צום טעלעפאן צו מאכן דעם קאלל.

אונטערוועגנס שטעלט אים אפ זיין חבר און פרעגט אים עפעס, און דער איד ענטפערט נישט, ער מאכט מיט די הענט דעם קמץ צייכן ווי איינער וואס בעט זיך גיב מיר א מינוט, איך קום שוין צוריק, ווייל ער האט דאך מורא ער וועט פארגעסן דעם נומער.

אויפן וועג צוריק פרעגט אים זיין חבר, איך פארשטיי נישט, דו האסט דאך א גוט קעפל, ווי קען זיין אז נארישע 10 נומערן זאלן אויפהאלטן דיין גאנצן אייזענעם מח. און די תירוץ איז פשוט אז ווילאנג דער מענשט האט מורא אז ער גייט פארגעסן איין נומער אדער פארדרייען דעם סדר קען ער מער נישט פאוקסן אויף גארנישט אפי' ס'איז אזא קלייניגקייט.

כ"ש וכ"ש ווען ער האט א הויפן מיט קליינע און גרויסע דאגה'לעך פון זאכן וואס ער דארף ענדיגן אדער אנהייבן, וויאזוי וועט ער אנהיבן דעם זמן ווען ער ווייסט אז טיעף אין מח קען ער פארגעסן וויכטיגע זאכן, און דער מח פויקט אים אויף הויכע טענער די אלע דערמאנונגען: הערסט? פארגעס נישט פון דעם , אה און פון דעם אויך נישט! און געדענק אז דו האסט נאך נישט געטון דאס! און אז דיין ווייב האט געבעטן זאלסט אהיים ברענגען יענץ וכו'. און אזוי ווערט דער גאנצער ריזיגער מח א גרויסער שמות באקס.

ביז דער מענטש שרייבט זיך אדער פארצייכנט זיך די אלע נארישקייטן אדער אפי' וויכטיגע זאכן אויף א פאפיר'ל וואס אפי' דער שוואכסטער מח איז מער ווערד ווי א שורה אויף פאפיר, און אזוי ווערט דער מח פארלייכטערט און מ'קען אנהייבן דעם טאג אדער דעם זמן בעז"ה.

נעקסטע וואך וועל מיר ממשיך זיין אי"ה. ביזדערווייל האט אלעכטיגן שבת.