אויפן פארלאנג פון חשוב'ע לייענער פירן מיר אריבער דעם שמועס צו א טעמע וואס די "ראט און טאט" פאסט קעסטל האט באקומען מערערע שאלות, און ווי עס זעהט אויס איז עס א טעמע וואס קען אפשר בייהילפיג זיין פאר א גרויסן טייל פון די חשובע לייענער.
לאמיר רעדן פון די טעמע פון "דזשאב'ס", אנגגעהויבן ביים אל"ף פון זוכן און באקומען די ריכטיגע פרנסה געלעגנהייט, און ווי אויך פאר די וואס זיצן שוין באקוועם אפי' אויף א פאזיציע מיט פארשידענע ראט און טאט וואס קען העלפן סיי אין פארגרינגערן ווען ס'איז שווער, ווי אויך פארבעסערן אפי' עס איז שוין גוט בעז"ה.
די משנה אין אבות זאגט: רבן גמליאל בנו של רבי יהודה הנשיא אומר יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ, שיגיעת שניהם משכחת עון, וכל תורה שאין עמה מלאכה, סופה בטלה וגוררת עון.
די סיבה פארוואס א איד דארף ארבייטן אויף דער וועלט איז כדי די תורה וואס ער לערנט זאל נישט בטל ווערן צוליב דעם וואס דער גוף דער גשם דארף האבן א קיום און א שלימות, וואס נאר אזוי קען דער נפש דערגרייכן צום שלימות אין תורה און נישט בטל ווערן.
מיר גייען נישט פארלערנען א שיעור אין פרק, אבער פאר א וויכטיגע סיבה ברענג איך אראפ דעם משנה, ווען מ'רעדט פון פרנסה, פון גיין ארבייטן, איז וויכטיג קודם צו פארשטיין אז אפי' אויב זעהט עס אויס עפעס פארהוילן און נסתרים די ווערטער פון רבן גמליאל, און מיר פארשטייען און גלייבן אז חז"ל תורתם אמת ממשה מסיני, מיר זעהן אבער אזוינע וואס ארבייטן און ליידער זענען זינדיג, און אזוינע וואס ארבייטן נישט און זענען גאנץ הייליג אין אונזערע אויגן.
עס זעהט עפעס אויס ווי א סתירה, און די מפרשים ראשונים ואחרונים רעדן פון דעם נושא, אבער איך וויל עס באטראכטן פון אונזער קוק ווינקל, און ארויסברענגען א קורצן אמת'ן געדאנק וואס אונז פשוט'ע אידן זעהן אין די ביזנעס וועלט, אז עס איז א גרויסער חילוק צווישן א איד וואס האט א דזשאב, און א איד וואס ארבייט.
מ'טאר נישט מאכן א טעות, אין די ריזיגע גויאישע וועלט איז דער ענין פון פרנסה און דזשאבס און קעריער'ס נישט נאר דער מקור פאר פרנסה וואס דארף צו ברענגען אויפן מענטש רואיגקייט און שלות הנפש נאר אויך און אפשר נאך וויכטיגער א כמו שטעמפל אויפן מענטש וואס ער איז, דהיינו דער פאזיציע באשטימט דעם פערזענליכקייט, אויב איז איינער א פראפעסיאנאל אין סיי וועלכע פעלד וועט דאס זיין דער כאראקטער מיט וואס מ'וועט דעם מענטש פאררופן און באצייכענען.
אין די אידישע וועלט אין דער אלטער היים איז עס אויך געווען אסאך שטערקער, מ'האט גערופן מענטשן לויט זייער פאך, און ביי דעם איז עס געבליבן, דאס מיינט אז אויב איז איינער געווען א בעל עגלה, אפי' אויב האט ער געווינען דעם לאטעריא נאכדעם איז ער נאך אלס געבליבן די לעצטע נאמען בעל עגלה, דאס איז שוין געווען זיין טיטל אויף אייביג.
היינטיגע צייטן איז גאר אנדערש, א מענטש קען זיין אין פארשידענע אינדוסטריעס אדער טון פארשידענע פאכן, אזוי לאנג ווי ס'איז נישט א אויסנאמליכע פאך וואס ווערט רעספעקטירט ביי געוויסע אויף א געוויסן אופן ווערט דער מענטש נישט אנגעקלעבט מיט דעם צונאמען. יא מ'קען אלס א סימן נוצן א דזשאב אדער קאריערע צו באצייכענען א מענטש אבער איינמאל ער טוישט זיין פאזיציע בלייבט עס נישט אויף אייביג זיין מהות.
פארוואס שמועס איך דאס אויס, ווייל ווען מ'רעדט פון טרעפן א דזשאב אדער קאריערע איז דאס געוויינליך די זארג און אויפן געוויסן פון די אינגערע דור, און ווען מ'זוכט פאר די ריכטיגע פרנסה קען דער מח פארקירוועט ווערן אין דעם נישט ריכטיגן ריכטונג ווען אנשטאט צו קוקן אויפן תכלית וואס פרנסה דארף מיינען קוקט מען אויף די ארומיגע נארישע תוצאות וואס אין די היינטיגע וועלט זענען באמת עפעס וואס מ'דארף נישט צו קוקן.
לאמיר געבן א קורצן משל דערויף.
איך רעד צו א אינגערמאן וואס זוכט א דזשאב, און ער זאגט מיר אז מ'האט אים פארגעלייגט פארשידענע אפציעס און מיר האבן א שמועס איבער די אפציעס (מיר וועלן אי"ה שפעטער אין דעם קאלום שמועסן פון דעם חלק פון וויאזוי צו אידענטיפיצירן דעם בעסטן אפציע פאקטיש און נישט מיט חלומות און געפילן) איז געבליבן אויפן טיש 3 אדער 4 וואס קען ווען ארבייטן, און יעצט דארף מען גיין צום חלק פון מאכן א באשלוס. (אלעס ביז אהין האט נישט אויסגעפעלט קיין ארבעט פון "באשליס מאכעריי" עס איז געווען א מהלך פון עלימינירן די וואס זיכער נישט, און מ'איז געבליבן מיט די געציילטע וואס קענען יא ארבייטן און פעלט אויס צו מאכן א באשלוס)
איך האק אריין א מינוט, די היינטיגע וועלט האט א גרויסן פראבלעם מיט באשלוסן, עס איז פון די שווערסטע שטערונגען אדער אנשטרענגונגען פון דעם מענטש ווען ער מוז נעבעך קוועטשן דעם מח ארויסצוקומען מיט א באשלוס (האפנטליך וועל מיר צוריק קומען צו דעם אויך)
דער איד זאגט מיר אויף איין פאך אז דאס וויל ער נישט טון, און אויף מיין שאלה פארוואס? האט ער מיר געענטפערט "ווייל איך האב קיינמאל נישט געוואלט זיין א ....
ווען איך האב אים איבערגעפרעגט פארוואס ער וויל נישט זיין א .... (איך שרייב נישט ארויס די פאך, אבער ער האט זיך באצויגן צו א ספעציפישן פאך) האט ער נישט געענטפערט ווייל ער קען נישט אדער וויל נישט טון די זאך נאר ווייל ער וויל נישט אזוי באצייכנט ווערן אין זיין עתיד אלס בערל דער .....
און דא קום איך צו צום נקודה, אז דאס איז נישט אלעמאל קיין ריכטיגער וועג פון באשלוסן אויף א פרנסה, אודאי דארף אמענטש פרובירן צו טון דאס בעסטע און שענסטע וואס אים געפעלט, אבער אין דעם רעאליטעט פון לעבן איז נישט אייביג אזוי, און אויב געדענקט מען אז היינטיגע צייטן זענען דא גרויסע מוצלחים א גרעסערע טייל פון זיי זענען געווען אין אנהויב אין אנדערע אומבאקוועמע פאזיציעס און זענען נישט געבליבן איינגעשטעקט מיטן נאמען אויף אייביג, נאר אדרבה ווי נאר זיי זענען געגאנגען ווייטער אויפן לייטער איז געוון פושט צורה ולובש צורה און זיי האבן אנגענומען מיט זייערע נייע ראלעס אויך נייע אידענטיטעטן.
איך אליינס בין געווען אין מיין ערשטן דזשאב א קינדערגארטן מלמד, א הייליגע און ליכטיגע ארבייט, אבער נישט עפעס וואס איך האב געוואלט ווערן אידענטיפיצירט אויף אייביג, פשוט ווייל מיין מהות איז נישט געווען אין מיין מיינונג פאסיג פאר דעם אידענטיפיקאציע אלס א קינדערגארטן מלמד, אבער ווי נאר איך בין ארויס פון דעם מלומדות איז עס ווי פארגעסן געווארן ווען נישט איך מאך זיכער דאס כסדר צו דערמאנען (בפרט פאר טויזנטער לייענערס אינעם שטובל...)
דאס איז נאר א נקודה פון הקדמה צום ענין וואס מיר שמועסן איבער, לאמיר צוגיין צום עצם דיסקוסיע.
ווי שוין געשמועסט, טרעפן א דזשאב איז נישט ווי טרעפן א אידענטיטעט. עס קומט געוויינליך ווען א איד זעהט אז ער גייט ארויסגיין פון כולל, אדער גייט חתונה האבן און מוז ברענגען פרנסה, און ער פאנגט אן זוכן וואס ער קען טון צו מאכן פרנסה.
אויפן וועג פון זוכן טרעפט ער כל ערליי אפציע'ס, ער פאנגט אן באמערקן קלאסיפייד עדס וואס ער האט ביז היינט נישט געוואוסט אז זיי עקזיסטירן, ער הערט איבער רעקרוטינג קאמפעני'ס וואס העלפן ענטשיידן דעם מיליאן דאללער פראבלעם פון "וואס זאל איך טון פאר פרנסה"? ער רעדט צו זיינע נאנטע און ווערט וואך צו די נושא פון "פרנסה".
ער באגעגנט זיך מיט אפציע'ס אויף וועלכע ער האט אלס געהאט אן אנדערן בליק, און דא ווען ער מוז נעמען ערנסט דעם חלק פון פרנסה ברענגען און ס'איז מער נישט סתם מקוה גאססיפ קוקט ער אריין דערין פון א מער אינטעליגענטן בליק, ער וויל פארשטיין צו דאס קען ער טון בעצם, און וואס דאס ברענגט, און וואס ס'וועט אים קאסטן אין צייט און אין כח.
געוויינליך א דזשאב איז אן עקסטשענדזש פון ארבייט פאר געלט, עס איז נישט א פלאץ ווי א גמ"ח אדער פאבליק סערוויס וואו מ'שרייבט זיך איין און מ'באקומט א טשעקל יעדע וואך. מ'דארף זיין זייער קלאר צו די ארבייט פאר וועלכען מ'וערט אויפגענומען איז אזא סארט וואס מ'קען טון פולקאם בשלימות.
נאך א גאר וויכטיגע זאך ביים זוכן א פרנסה איז א זאך וואס אין אנדערע פעלער ווערט באטראכט אלס א "מארקעט ריסק" דאס מיינט אז מענטשן ווען זיי זוכן א פרנסה וועלן צומאל פאלן א קרבן פארן איצטיגן פייער וואס ברענט אין די מארקעט, למשל אויב יעצט זענען דא אידן וואס זענען שיין מצליח אין עמעזאן – מארטגעדזשעס – וכו', און ווייל די מארקעט איז יעצט אויפן הויכן שטאפל אין די ביזנעסער וועט ער זיך ווענדן גראד צו דעם און פרובירן זיך ארויפדראפענען אויפן לייטער וואו ער זעהט סוקסעס פאר די אויגן.
נישט צו זאגן אז סיי וועלכע דזשאב דארף זיין אויסגעשלאסן ווייל ס'איז יעצט א גוטער מארקעט, אבער מ'טאר נישט ווערן פארבלענדעט און אויסמישן די צוויי פרטים פון די אייגענע כוחות און קוואליטעטן מיט א כוואליע פון א מארקעט הייב אין א געוויסע אינדוסטריע. אמת אז מענטשן זענען אין געוויסע קאריערעס וועלכע האבן תקופות ואס זענען גאר גוט, און אויב זענען זיי אין א סטאביליזירטע ביזנעס אפי' ווען עס גייט נישט אזוי גוט וועלן זיי שיין אויסקומען, און ווען ס'קומט צו א מארקעט טויש צום גוטן פאר סיי וועלכע סיבה זענען זיי די וואס שניידן די פרוכט און פארדינען נאך שענער.
אבער צו זאגן פארדעם אז יעדער וואס זוכט היינט אריינצוגיין אין ביזנעס זאל נעמען די איצטיגע העכסטע מארקעט אויפן וואגן און פארדעם באשליסן אז דאס איז זיין פרנסה פארן לאנגן טערמין איז גאר א שוואכער מהלך, און צומאל גאנץ קאטאסטראפאל.
די אידן וואס זענען שוין אין די ביזנעס וועלט פאר א לאנגע צייט ווייסן צו פארציילן און הערן אסאך פון אידן וואס ווען ס'איז געווען דער ריעל עסטעיט בום פאר 2008 קראך און יעדער וואס האט געזוכט פרנסה האט געזוכט א ווינקל אין ריעל עסטעיט, און מ'הערט היינט פון אזויפיל וואס פלאגן זיך פאר פרנסה און זייער ערשטע זאץ וואס זיי וועלן נוצן ווען מ'שמועסט אויס דעם מצב איז: ווייסט דאך אז פונקט ווי יעדער בין איך אויך אריינגעפאלן אינעם ריעל עסטעיט משוגעת מיינענדיג אז דארט איז די גליק".
איז דען נישט אמת אז ס'איז געווען אידן און ס'איז נאך אלס דא, וואס זענען ב"ה שיין מצליח אין ריעל עסטעיט, אודאי אז יא, אבער דאס אריינגיין אין א ביזנעס וואס מ'האט נישט קיין שום אנדערע שייכות נאר דאס אז אויב יעדער קען קען איך אויך, דאס ארבייט ע"פ רוב נישט נאר מיט גאר אסאך מזל.
דאס זעלבע האט זיך איבערגעשפילט מיט פארשידענע אנדערע אינדוסטריעס, וואו מ'האט געזעהן זייער קלאר אז די אידן וואס האבן געעפנט די ביזנעס "דארט צו ארבייטן" און האבן אויפגעשטעלט א ביזנעס מיט א לאנג טערמיניגן מהלך נישט נאר מיט כאפן דיעלס אויף די מינוט, די האבן געקענט דורכשוויצן אפי' ווען ס'איז געגאנגען שווער. ווידער די וואס האבן פונקט דעמאלס געזוכט פרנסה און אויף אלע זייגערלעך האט געוויזן אז דארט מאכן אידן שיין פרנסה און דערפאר האבן זיי דארט געלאנדעט די האבן שין געהאט גאר אן אנדערע עקספיריענס מיט די שוועריגקייטן.
ווען עס איז געווען דער ריעל עסטעיט עפאכע און איך פלעג זיצן ביים טיש און אינטערוויוען אידן פאר מיין ביזנעס אין די לייף אינשורענס ליין, פלעג איך אסאך הערן דעם פאלגענדן פראזע: איך גיי יעצט אריין אין ריעל עסטעיט ווילאנג ס'איז הייס דארט, און ווען ס'וועט ווערן קילער וועל איך זיך דעמאלס זארגן וואו צו גיין.
דאס איז זייער שיינע רעטאריק, און עס שטעלט זיך ארויס אז דאס וואס איך פלעג דאן זאגן פאר די אידן איז געווען א גאנץ קלארע נבואה, אז ווען ח"ו ס'גייט ווערן קילער לויפט מען נישט אזוי שנעל ארויס ביז ווען מ'פרירט פאר קעלט, מ'שפירט נישט אזוי שנעל און אזוי פונקטליך ווען מ'דארף זיך ארויסרירן. און זייער אסאך אידן ווען זיי טוען שוין עפעס צו טרעפן בעסערס זענען שוין משוקע בחובות למעלה מראש און ס'איז גאר שווער זיך ארויס צו זעהן דערפון בשלימות.
דער מציאות איז אז א גוטער מארקעט אין א אינדוסטריע העלפט געוויינליך נאר די וואס זענען דערין פאר די לאנגע טערמין און נישט די וואס קומען אריין צו כאפן מציאות, דעריבער איז וויכטיג ווען מ'באשלוסט אריינצוגיין אין א פאך צו נעמען אין באטראכט צו מ'וויל דארט אויך זיין אדער מ'קען דארט זיין אויך ווען די מארקעט איז רואיגער.
אין קורצן: צו באשליסן א פרנסה האט גארנישט צו טון מיט די יעצטיגע ברען פון די מארקעט.
לאמיר גיין צו די צווייטע נקודה לגבי זוכן א פרנסה
עס מאכט זיך אז א אינגערמאן האט א געוויסע געפיהל אדער אפשר גאר א פאך אין א געוויסע נושא וואס קען עווענטועל ברענגען א גרויס הצלחה, לאמיר נעמען א דוגמא א מוזיקאנט אדער זינגער, א פאך וואס אויב קומט מען אן הויך קען מען שיין פארדינען און אפי' אלס א סתם פארדינער איז עס אויך נישט שלעכט פאר פרנסה בריוח, (ווערט נישט ברוגז, איך רעקאמענדיר נישט אדער העץ קעגן סיי וועלכע פאך, איך נוץ נאר לדוגמא...) ווען דער אינגערמאן זוכט פרנסה, קען ער נישט נעמען זיין פאך אלס די איינציגע מהלך וואס ער איז גרייט צו טון פאר פרנסה, ער מוז קוקן אויפן תכלית און נאר טון דעם פאך אויב באמת וועט עס קאווערן זיינע הוצאות, מ'קען נישט לעבן אין חלום ווען מ'האט א שטוב אויסצוהאלטן.
אין קורצן: ווען מ'נעמט א זאך אלס א פרנסה דארף עס ברענגען געלט, אלע זייטיגע בענעפיטן זענען זייער שיין און פיין אבער נאר אלס א טפל צום עיקר.
לאמיר גיין א טריט ווייטער און אונז באציה מיר זיך נאך אלס צו דעם וועלכן זוכט א פרנסה,
איינע פון די נייע דור פראבלעמען וואס קומען מיט מיטן גרויסן צעמישעניש פון גוי און איד להבדיל איז דער חלק פון אויסגעפונען צו וואס מ'טויגט.
עס איז א שטארקער אמת אז ווען א מענטש ווייסט צו וואס ער איז באשאפן אדער צו וואס ער טויג, און וואס ער קען, איז עס א מעלה נשגבה, און העלפט זייער ארויס אין דעם מארש פון טרעפן א פרנסה, ווען איך טרעף א אינגערמאן וואס קען מיר אין צוויי ווערטער זאגן וואס ער זוכט אפי' אויב ער ווייסט נישט באמת וואס ער רעדט און ס'ברענגט מיר א באהאלטענעם שמייכל אסאך מאל צו הערן גאנץ נאאיווע סטעיטמענטס, אבער עס פארלירט נישט מיין רעספעקט ווייל דער פאקט אז א מענטש רעדט זיך אפי' איין אז ער האט א ידיעה אין דעם איז אויך לויבנסווערד.
אבער עס איז זיכער נישט א זאך וואס דארף איינעם אפהאלטן, און גיין ספענדן שווערע געלטער זיך צו לאזן טעסטן און פארהערן צו זעהן וואס פארא אניגראם אדער קאליר מ'איז, דאס איז אבסאלוט נישט וויכטיג אין רוב פעלער און ארויסגעווארפן אידיש געלט.
לאמיר נישט אויפרעגן די אינדוסטריע וואס פארדינט פון דעם א שיינעם געהאלט, עס איז זיכער אז ווען איינער האט באשלאסן אז ער זוכט א קאריערע, נישט א דזשאב, דאס מיינט ער גייט צו צו דעם ענין אלס א אינטער נעמער און איינער וואס וויל זיין אין זיין אייגענעם געשעפט און ארבעטן פאר זיך, אין סעילס, אדער אין אנדערע ביזנעסער אונטערנעמונגען, און ער איז באמת דערביי, און ער איז אויך ביכולת דורכצושוויצן, למשל ער האט געלט אוועק געלייגט פארדעם אדער ער האט עלטערן וואס העלפן אים, איז עס זייער א גוטע זאך צו טון, זיך לאזן פארהערן און זעהן וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט.
אבער ווען איינער זוכט א דזשאב, ער איז א מתחיל, און מ'זעהט אים שוין לויפן צו עקספערטן זיך פארהערן און פארשטיין מה טיבו, איז ארויסגעווארפן אידיש צייט און אידיש געלט, חבל על הזמן.
טרעף א דזשאב! הער וואס דער אינטערוויוער זאגט דיר, און אויב זעהסטו אז מ'נעמט דיך נישט אן, פרוביר צו דערהערן פארוואס, און פון דארט און ווייטער זוך עפעס וואס איז יא בעסער פאר דיר. דער סוף פסוק וועט סיי ווי זיין אז דו וועסט טרעפן א דזשאב וואס איז אוועילעבל, און נישט א דזשאב וואס דו טויגסט דערצו, (קען זיין דו טויגסט דערצו אבער נישט דאס וועט זיין דער טריגער וואס וועט דיר ברענגען דעם דזשאב)
מער פון דעם איז אויך וויכטיג צו פארשטיין אז ע"פ רוב די אלע טעסטן ברענגען די בעסטע רעזולטאטן פאר אזוינע וועלכע האבן שוין געטון עפעס אין פארגאנגענהייט און האבן שוין געוויסע עקספיריענסן אויף וואס מ'קען בויען א שטיקל רוח הקודש אויף דעם נאטור. ווען איינער קומט פון ישיבה אדער כולל איז עס ווייניגער פון 25 פראצענט גערעכט, און די 25 פראצענט וואס איז יא גערעכט קען איך אייך זאגן אן דעם וואס מיר זאלן זיך פערזענליך טרעפן, עס איז געוויינליך זייער קלאר.
צו פארפעסטיגן דעם יסוד אין די קאנטראווערסיאלע סטעיטמענט וואס איך האב יעצט געמאכט וואס קען ברענגען אפשר מחלוקת הפוסקים, וויל איך קודם זאגן אז איך בין נישט דא צו געווינען די דעבאטע איך זאג נאר די מיינונג פון איין מאן, און אפשר וואס איך האב געהערט פון ביזנעס לייט דא אדער דארט אין ליין פון מיין ארבייט, און איר מוזט נישט אקצעפטירן. אבער איין שטיקל דערהער וואס ברענגט בעסער ארויס דעם נקודה כדי בעסער צו פארשטיין איז ווען מ'קוקט אויף די וועלט פון גיין אין קאלידזש זיך לערנען א פאך.
איך פארצייל אסאך די מעשה, און איך וועל עס דא אראפ ברענגען יעצט צום גמר פון דעם ארטיקל די וואך.
אלס א ניו יארק לייף פארטנער בין איך פאר א געוויסע תקופה געווען ממש דער איינציגער חסידישער אינגערמאן אין דעם פאזיציע, ניו יארק לייף איז גאר א גרויסע פירמע אבער אין דעם פאזיציע איז נישט געווען קיין חסידישער אינגערמאן אין די תקופה פון וועלכן איך רעד. שוין געווען אפאר פארדעם און שוין דא היינט נאך, אבער דעמאלס איז נישט געווען.
זיצן מיר אמאל אסאך פארטנער'ס ביי איינע פון די מיטינגס ביי א טיש, און איך בין דער איינציגער חסודישער איד מיטן וואלענעם טלית קטן, און עס פארגייט א שמועס איבער די יארן פון קאלידזש וכדו' און יעדער ארום די טיש פארציילט זייערע שאיפות וואס זיי האבן געהאט אין די צענערלינג יארן ווען זיי זענען געגאנגען לערנען א פאך , איינער זאגט ער האט געארבייט צו באקומען א דעגרי אין די מעדיקל ליין, א צווייטער אין געזעץ, א דריטער ערגעץ אנדערש און אזוי ווייטער.
ביז עס איז געקומען מיין רייע און מ'פרעגט מיך וואס מיין לימוד איז געווען, און איך ענטפער פארשטייט זיך "ראביניקעל קאלידזש", זיי קוקן מיך אלע אן פון די לבנה, דו האסט געוואלט זיין א ראביי? און איך בין זיי מסביר אז ניין, דער ציל אין ראביניקעל קאלידזש איז צו לערנען תורה, און איך גיב זיי א שטיקל חסידישע קבלה שמועס וועלכע איך האב פרובירט אין קורצן צו מאכן ווי שנעלער, און זיי האבן אפשר יא אדער אפשר נישט אינגאנצן פארשטאנען.
אבער איינער רופט זיך אן מיט אזא מיטליידישן קרעכץ: יצחק, דו וועסט שוין נישט מאכן דעם טעות מיט דיינע קינדער זיי צו לאזן לערנען אין ראביניקל קאלידזש, וואו קומט מען אן???
און איך ענטפער אים מיט פאטאס: אונז זיץ מיר דא ביים טיש 14 פארטנערס פאר ניו יארק לייף, יעדער פון ענק האט געלערנט א אנדערן פאך, קיינער האט נישט געזאגט אז ער האט געלערנט "לייף אינשורענס" פאר א פאך, און דא זיץ מיר אלע ב"ה זייער צופרידן אבער פארט נישט קיינער פון ענק אנגעקומען צום חלום פון די צענערלינג יארן. אפשר זאגסטו מיר פארוואס איך בין דער וואס דארף טוישן מהלך???
לענינינו די נקודה איז זייער פשוט, מענטשן מאכן באשלוסן אינגגערהייט ואוס זיי ווילן אדער וואס זיי וואלטן געוואלט וועלן, און רעדן זיך איין אז דאס איז דער צוקונפט, און ס'איז בכלל נישט אזוי, דער אנהייב איז: גיי ארבייט, בוי אויף דיין אייגענע רעזומעי, מאך זיכער אז דו ארבעטסט גוט און געטריי, אן האלט די אויגן אפן פאר די געלגענהייט וואס קומט אונטער בעז"ה.
מיר וועלן גיין ווייטער אי"ה קומענדיגע וואך.