יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת ויקהל־פקודי תשפ"ג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ג

עס זענען אריינגעקומען שאלות בנוגע די נושא וואס מיר שמועסן אויס "בודזשעטינג", רוב פון די פראגעס ווערן בעז"ה געענטפערט אין די ראמען פון דעם קאלום, אבער עס איז לויבנסווערד און איך באדאנק די וואס נעמען זיך די מיה צו שרייבן אדער שיקן סיי וועלכע שאלות אדער קאמענטארן. שרייבן אין א קאלום איז זייער שווער, מ'זעהט נישט דעם אוידיענץ און אויב איז נישטא קיין רעספאנס קען מען אמאל שפירן אז מ'רעדט צו די וואנט, דעריבער באדאנק איך אלע קאמענטירער און אויב שיקט איר א אימעיל מיט א אדרעסס צו קענען ענטפערן וועלן מיר אייך ענטפערן פערזענליך אפי' אויב עס קומט נישט אן אין דעם קאלום.

איינע פון די בריוון וועלכע מיר ווילן יא אראפברענגען בערך די שאלה, וואס איז נוגע, און מיט דעם וועל מיר אויף דערווייל גומר זיין דעם "בודזשעטינג" סעריע, און זיך נעמען בעז"ה צום נעקסטן טעמע בשעטומ"צ. אבער דעם בריוו איז וויכטיג צו אדרעסירן און איך וועל עס נישט לאזן אויף די קומענדיגע געלעגנהייט.

א אינגערמאן שיקט אריין א בריוו אז ער איז 23 יאר אלט, זיין שווער האלט אים אויס אלע קאסטן, צאלט זיין דירה, און אלע הוצאות עד פ"א, אלזא פארוואס זאל אים זיין וויכטיג צו מאכן א בודזשעט אדער בכלל זיך צו יאווענען מיט די נושא?

איך וועל פרובירן אין קורצן צו אדרעסירן דעם שאלה וואס איז נוגע אין זייער אסאך חלקים אין לעבן, סיי ווען ס'קומט צו בודזשעטן, און ווי אויך ווען ס'קומט צו לייף אינשורענס, און אין אנדערע תחומים אין לעבן וואס עס איז דא א געוויסע געדאנקען גאנג אז אויב האט מען א שווער אדער א טאטע וואס העלפט מיט די הוצאות איז מען נישט באאויפטראגט מיט די אלע זאכן,

טייערער שואל: אידן האבן פרנסה פון פארשידענע עסקים, איינער פון מסחר, א צווייטער פון מלומדות, און א דריטער פון ירושה, אדער פון רייכע עלטערן. מ'קען זיך דינגען אויף די זאכן וועלכע ס'איז גרינגער אדער שווערער, און דאס איז זיכער אז מ'קוקט אן איינעם וואס לעבט פריי פון דארפן צאלן אליינס די הוצאות ווי מ'איז א בר מזל, און אין א געוויסן הינזיכט קען עס זיין אמת.

אבער ווען מ'רעדט פון הוצאות און הכנסות לאמיר קודם אוועק נעמען דעם מציאות פון וואו די הכנסות קומען, לאמיר קודם רעדן וואו די הוצאות גייען, און איך וועל דיר באלד מסביר זיין פארוואס דאס איז אזוי וויכטיג אזוי צו באטראכטן.

דיינע שטוב הוצאות זענען פונקט אזוי ווי פון אנדערע, עס דארף ווערן געדעקט יעדע חודש. יא? נאר וואס דען, ראובן שאפט זיינע הכנסות פון 8 שעה א טאג ארבייט, און דו שאפסט דיין געלט פון דיין שווער. נאך אלס איז אמת אז דא זענען דא הוצאות און הכנסות. אין קורצן, דו האסט א אנדערע אומגעוויינליכע פרנסה וואס איז גרינגער און מאכט אז זאלסט לכאורה קענען זיצן און לערנען פלייסיג.

וויכטיג איז צו געדענקען אז ווען מ'רעדט פון א בודזשעט רעדט מען נישט ווייל מ'האט מורא אז ס'איז נישט דא קיין הכנסות, ווייל אלע אידן ארום דיר מאכן אויך געלט, נאר יעדער אויף אן אנדערן אופן. פון דעסט וועגן דאך דארפן זיי אלע האלטן א חשבון און די סיבה איז נישט צוליב די שוועריגקייט אדער גרינגקייט פון שאפן דאס געלט.

אין קורצן: א שווער וואס צאלט די הוצאות איז א "פרנסה" וואס הקב"ה האט דיר געשיקט. עס האט אין זיך אלע ריסקס וואס סיי וועלכע פרנסה האט, און ס'מאכט נישט אויס לגבי דעם סטאנדארד פון לעבן לגבי די הוצאות.

יא, איך ווייס וואס דו ווילסט מיר ענטפערן, און איך קום שוין אן דערצו. אפי' ווען א שווער גיבט געלט אן א שיעור און פרעגט נישט קיין קשיות, און מ'שפירט ווי מ'לעבט אין אוצר המלך, דארף מען געדענקען אז ער איז אויך נאר א מענטש, און נישט נאר דאס, ער האט אנדערע וואס באקומען אויך פון אים געלט די אנדערע קינדער אדער אייניקלעך, און ווען ח"ו זאכן ווערן אביסל מער אנגעשטרענגט ברענגט אזא ווירטשאפט א געפערליכע פראבלעם וואס מ'האט ליידער שוין אסאך געזעהן, וואס דאס איז אסאך שווערער צו באהאנדלען ווי סתם א בודזשעט.

לאמיר עס צולייגן מיט אפאר עכטע מעשיות וואס האבן זיך שוין אפגעשפילט, און קען זיין א שטיקל אנווייזער פארוואס עס איז אזוי וויכטיג.

א איידעם וואס האט געלעבט אויפן שווער'ס חשבון, דער שווער האט גארנישט פארלאנגט, ער איז געווען א איד א צדיק'ל נאר געוואלט געבן פאר די קינדער וואס ער קען,

ויהי היום, די ביזנעס האט געכאפט א שטיקל רוק, און טראץ וואס ער האט נאך געהאט שיין צום לעבן און צום געבן, האט ער צוזאם גענומען די קינדער און מסביר געווען אז ער מוז אביסל צוזאמציען דעם רצועה און יעדער זאל זיך צושטעלן צום מציאות.

פארשטייט זיך אז ער איז קיינעם גארנישט שולדיג, און קיינער האט אויף אים קיין טענות נישט געהאט, אבער וואס ס'האט פאסירט נאכדעם צווישן די געשוויסטער, איז טראגיש און גאר שווער צו פארציילן, די מחלוקות פון ווער עס איז אן אויסנוצער, און ווער עס דארף ווען נישט באקומען אזויפיל אדער ווער עס איז א שווענדער וכו', האט געברענגט צו א גאר שאנדפולע ענדע צו א היימיש רעספעקטירטע משפחה.

איך מיין נישט צו זאגן אז מ'דארף ח"ו טראכטן אויף דעם, אבער געדענק אז פונקט ווי אין יעדע פרנסה וואס אידן האבן און זיי שפירן זיך באקוועם דערין, שפירסטו דיך באקוועם אין דיין פרנסה, אבער דו מישט אויס איין שורה וואס דו דארפסט קלאר איבערקלערן, דאס פארלאזן זיך אויפן שווער אז ער איז ווי א ג'טליכער כח וואס גיבט דיר די פרנסה איז אומריכטיג, און פונקט ווי פרנסה קומט פון שטיין אין גראסערי און מ'קען איבער נאכט פארלירן, קען מען ביי אזא סארט פרנסה מער פארלירן.

וואס איז אבער אויב דו האלטסט א קלארן חשבון, און דו לעבסט מיט א חשבון, אפי' אויב ח"ו עס קומט אמאל צו א שווערע צייט, ווייסטו וואו דו האלטסט אויף די וועלט, און וויאזוי זיך צו ספראווענען דערמיט. אן דאס דערמאנט מיך פון א צווייטע געשיכטע נישט אזוי טראגיש אבער גאר א שווערער קעיס וואו איך בין געווען אינוואלווד.

דער זון האט געארבייט ביים טאטן, און געלעבט ביים טאטן אין טאש, ער פלעגט נאר ארויסקומען פון דארט ביי תשליך און כפרות שלאגן, דער האט זיך געבאדן אין געלט, ניטאמאל געוואוסט אז געלט האט עפעס א ריכטיגען ווערד, ער האט געהאט אלעס וואס ער האט געברויכט ווען ער האט געדארפט אן קיין פראבלעמען, א גליקליך לעבן אזוי גערופן.

ויהי היום און די ביזנעס איז געווארן אויסגעקויפט פון א שותף, דער טאטע האט באשלאסן אז צייט צו גיין רעטייערן, און ער האט עס געטון מיטן שענסטן אופן, געגעבן פאר די קינדער זייער סכום מיט וואס זיך צו באגיין און עס איז נישט געווען קיין קליינער סכום.

אונזער חבר דידן האט אויך באקומען א מאיאנטעק פון געלט און געלעבט דערפון, ביז... ביז עס איז אויסגעגאנגען, און ער האט זיך ארוםגעזעהן אז ער איז א עני ואביון מגוזלו, נישט געווען וואו זיך צו ווענדן נאר צו א ארגעניזאציע וואס העלפט אידן אין אזא מצב.

די שווערסטע חלק איז געווען אז דער איד האט נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס זיין לעבן קאסט, זיין ווייב וועלכע האט זיך צוגעוואוינט צו אזא שטייגער לעבן איז געווען גאר אומצופרידן מילד גערעדט, און ווען די עסקנים זענען אריין אינעם בילד האבן זיי געטראפן כאאס.

מיין טייערער חבר, עס איז נישט מיין ציהל צו איבערשרעקן, אבער איך וויל זייער קלאר מסכם זיין דעם שמועס מיט אפאר קורצע כללים וואס וועלן דיר העלפן פארשטיין און האפנטליך זיין א תירוץ צו דיין פראגע.

א בודזשעט איז נישט געמאכט געווארן דוקא פאר איינעם וואס פלאגט זיך פאר פרנסה.

עלטערן וואס געבן געלט פאר די קינדער איז אזא סארט פרנסה וואס דער באשעפער שיקט, און די עלטערן זענען אויך אין דעם זעלבן באשעפער'ס וועלט, און מ'קען זיך נישט פולקאם פארלאזן אויפן רייכן טאטן אדער שווער.

ווען מ'האט אנדערע געשוויסטער וועלכע באקומען אויך געלט איז דער פראבלעם פון אזא פרנסה פילפאכיג מער און מ'דארף זיין גאר שטארק וואך איבער דעם (און אויב דו פרעגסט מיך, איך האב שוין געזעהן אסאך קלוגע אידן וואס האבן טאקע באקומען געלט אזוי, אבער אנגעהויבן צו ארבייטן צו ווערן אומאפהענגיג כדי נישט צו אריינפאלן אין אזא סאמאטוכע, און טראץ זיי האבן גאר שטארק רעספעקטירט און איינערקענט זייערע עלטערן האבן זיי מיט גרויס דרך ארץ געארבייט צו קענען זיך אליינס שטעלן אויף די פוס – די נקודה איז אפשר נאך די וויכטיגסטע און קען פארנעמען אן ארטיקל פאר זיך, דעריבער טראכט אביסל אריין דערין- )

א בודזשעט איז געמאכט פאר א געזונטע שטוב מיט גוטע אינקאם נישט קיין חילוק פון וואו ס'קומט.

עס איז עפעס וואס שטעלט אראפ דעם מענטש אויף א סטאנדארט אז ווען ח"ו א פראבלעם איז ער נישט פארלוירן, און פראבלעמען קומען נישט דוקא אייביג פון דעם מקור הפרנסה, עס קען קומען פון דעם פתח ההוצאות, און עס קען שאפן געוואלדיגע דרוק טראץ וואס מ'באקומט אלעס.

איך האף אז דער ארטיקל איז גענוג קלאר, און אידן אין דעם מצב וועלן פארשטיין ווי וויכטיג עס איז נישט צו קוקן מיט אזא בליק.

איך וועל מיט דעם ענדיגן דעם טעמע פון "בודזשעט" פאר דערווייל, איך וועל צוריק קומען דערצו ווען עס וועלן זיין שאלות דערוועגן, אבער האפנטליך וועלן מיר אריבער גיין צו אן אנדערע טעמע די קומענדיגע וואך, אויך עפעס וואס מענטשן פרעגן און עס זעהט אויס צו זיין וויכטיג פאר אסאך פון די לייענער.

וועל מיר זיך זעהן קומענדיגע וואך אי"ה.