מיר האבן פאריגע וואך אנגעהויבן רעדן איבערן וויכטיגקייט פון צוזאמארבעט מיטן אוועקשטעלן א בודזשעט, און עס איז אויסגעשמועסט געווארן דאס אז עס מוז זיין אייניגע פארשטענדעניש איבערן נחיצות דערפון כדי דאס זאל קענען ארבעטן.
לאמיר אצינד רעדן איבער נאך א נקודה אינעם קאטעגאריע פון "פארשטענדעניש" וואס פעלט זיך אויס צו זיין קלאר ביים מאכן החלטות, און דאס איז א מיינונגס פארגלייך איבער געוויסע וויכטיגע נושאים און פריאריטעטן.
דאס צו עררייכן איז די ערשטע זאך וויכטיג צו אראפשרייבן צוזאמען אויף א צעטל אדער פייל, די "ווילן" און "מוזן" פון די שטוב.
לאמיר מסביר זיין. עס זענען דא מיינונגס פארשידנהייטן אויף געוויסע זאכן אין א שטוב צו דאס איז א "מוז" אדער סתם א "גוטער ווילן". למשל: וואקאציע! ביי געוויסע איז דאס א חיוב, (מיר פרעגן נישט אפ און מיר רעדן נישט אריין, מיר ברענגען דאס נאר אלס משל) און ביי געוויסע אנדערע איז עס אפשר א גוטע ווילן אין בעסטן פאל, אדער גאר א לוקסוס וואס מ'דארף בכלל נישט.
ווען מאן און ווייב ווילן באשליסן אויף א צוזאמארבייט אויפן בודזשעט, מוז ווערן אראפגעשטעלט די יסודות איינמאל מיט א קלארקייט, ווייל אויב נישט וועט אמאל איינער דעם צווייטן באשולדיגן אויף ספענדעריי אדער פארקערט אויף קארגשאפט און פון דארט ביזן בי"ד איז א קורצע טריפ. ס'פעלט נישט אויס, און ס'ברענגט גארנישט קיין שלוה אין שטוב.
מ'מוז קודם מיט א קלארקייט אויסשמועסן וואס איז ביי אונז א "מוז"? למשל די רענט, די מארטגעדזש, יוטיליטי'ס, חתונה מאכן, וכדו'. און וואס איז ביי אונז א "וויל"? למשל קויפן א דירה איז א גוטער ווילן? אדער איז עס עפעס וואס מיר קענען נישט אנדערש עקזיסטירן? האבן א קאר? גיין אויף וואקאציע? וכדו'.
ס'איז אינטערסאנט צו באמערקן אז ס'דא די זאכן וואס זענען קלאר א "מוז", ווידעראום זענען דא די סארט וואס זענען קלאר נאר א "וויל", דער אויסשמועסן גייט אויף די וואס זענען ביי די דינע ליניע וואס דארט איז דא אמאל מחלוקת הפוסקים, אמאל צוליב די וועג ווי מ'איז אנדערש אויפגעוואקסן אדער אנדערע סיבות פארוואס מענטשן האבן אנדערע מיינונגען ווי געוויינליך. אבער אויב ווערט עס געהעריג אויסגעשמועסט און עפעס בלייבט נאך א ספק מיינט נישט אז מ'קען נישט וואוינען אינאיינעם פאר מ'גראדט אויס דעם איבעיא, מ'קען עס לייגן אויף דערווייל אין א זייט און מאכן א באשלוס מיט די צייט.
דאס איז אמאל זיכער אויב איז עס א שמועס, און עס ווערט געהעריג ארומגענומען וועט מען קומען צו א בערך'דיגן עמק השוה, און אפי' די זאכן וואס מ'פארשטייט זיך נאך נישט פונקטליך וועלן אויך ווערן עכ"פ מער וואכזאם באטראכט און מ'וועט נישט טון גארנישט אזוי אומאיבערגעטראכט ווי ווען מ'האט נישט געהאט דעם שמועס פון בעפאר.
אין סיכום איז צוויי נקודות: מ'דארף ארבייטן צוזאמען מאן און ווייב, און מ'דארף מאכן א קלארע ליסטע פון די "מוז" מיט די "וויל", און הערשט נאכדעם קען מען גיין צו דעם בודזשעט גופא.
תכלית גערעדט, מיט די אלע הקדמות קומען מיר צו צום עצם פינטל פון א בודזשעט וואס איז בכלל נישט קיין שווערע זאך צו טון, און איז גארנישט קאמפליצירט. מען ברויך פשוט וויסן וואס דער ציהל איז, און וואס איז דער מהלך אנצוקומען צו דערגרייכן דעם ציהל.
איך בין אמאל געווען אויף א טרענירונג קלאס פאר סעילס וואו איך האב געמוזט גיין צו קוואליפיצירן צו קענען פארקויפן א געוויסע אייטעם, און איינער פון די נקודות וואס מ'האט דארט געטון איז געווען אויסגעשטעלט אלס א ווארקשאפ, וואס דאס מיינט אז ס'איז נישט געווען סתם איינער האלט געהאלטן דרשות, נאר מ'טוט פארשידענע אקטיוויטעטן אריינצוברענגען אין מח א קלארקייט אדער אן איבערצייגעניש אויף געוויסע זאכן וואס מ'דארף וואשן דעם מח אליינס צו קענען זיין סוקסעספול אין סעילס (פארציילט נישט פאר קיינעם אז איך זאג דאס איבער...)
האט איינער פון די טרעינערס דארט ארויסגעגעבן א פארלאנג אז ער וויל אז אלע 150 אנוועזנדע זאלן אים זאגן באיזה אופן די ווערטער, און יעדער זאל ניצן א אנדערע מעטאד, יעדער האט געדארפט זאגן: איך גיי קיין מאהאווע ניו דזשורסי! אבער די חכמה איז געווען אז קיינער האט נישט געקענט זאגן די זעלבע וואס דער פריערדיגער אדער איינער האט שוין געזאגט פארדעם. למשל דער ערשטער האט געזאגט איך גיי קיין מאהאווע, דער צווייטער האט געזאגט איך לויף קיין מאהאווא, דער דריטער האט געזאגט איך פאר קיין מאהאווא, קיינער האט שוין נישט געקענט זאגן די לשונות מ'האט געמוזט טרעפן אנדערע אופנים פון טראנספארטן זיך פון ברוקלין צו מאהאווא.
אנהייב האט עס אויסגעזעהן ווי א פיל בחודו של מחט ווי קען מען טרעפן 150 לשונות פון גיין און נישט איבערנוצן די זעלבע ווערטער? דער טיטשער איז געשטאנען מיטן מארקער און געשריבן יעדנס לשון און מ'האט ממש נישט געלאזט קיינעם איבערנוצן.
וואס זאל איך אייך זאגן נאך א קורצע צייט האט יעדער געענדיגט און מ'האט געטראפן 150 וועגן פון זאגן אז מ'גייט אן איבערנוצן די זעלבע נאכאמאל. פארשטייט זיך אז ווי שפעטער אינעם רייע האט מען אלס געמוזט ווערן מער קריעטיוו צו טרעפן אופנים וואיזוי צו זאגן, אבער צום סוף האט יעדער געזאגט.
זיין נקודה אויף די מינוט איז נישט וויכטיג פאר יעצט, אבער איך ברענג עס ארויס לגבי דעם חלק פון מאכן א בודזשעט, אז וויאזוי צו מאכן דעם בודשעט צי מ'זאל עס שרייבן, טייפן, מאלעווען, וכדו' איז אומרעלאוואנט, מ'קען עס טון אויף 150 אופנים און יעדער דארף עס טון ווי ס'איז אים באקוועם.
איך קען מענטשן וואס האבן זייער קריעטיוו אויסגעטראפן זייער וועג פון געדענקען זייער בודזשעט, מאנכע אויף א פראפעשאנעל וועג מיט פראגראם'ס אדער סאפטווער'ס, און אנדער מיט א געלע מעמא פעד אדער נעפקין. דאס איז נישט די חילוק, וואו מ'שרייבט עס, אדער רעקארדירט עס. די גאנצע חילוק איז נאר אז עס מוז ווערן "פארשטאנען קלאר" און רעקארדירט באופן מ'זאל קענען דערצו צוריק קומען און זיך באטראכטן פאר פראגרעסס.
מיט דעם האבן מיר פארענדיגט אונזער אריינפיר אינעם נושא פון בודזשעטינג, וואס ווען מ'הייבט אן א קאלום וואס זאל רעדן פון פינאנציעלע ענינים איז דאס דער סאמע יסוד וואס דארף געשטעלט ווערן, ווי מיר האבן ארויסגעברענגט באריכות, אז דאס איז נוגע יעדן מענטש און אין יעדן מצב, און נאר אזוי קען מען אנהייבן אריינגיין אין ווייטערדיגע נושאים.
ב"ה מיר הערן צוריק גאר פאזיטיווע גרוסן פון דעם קאלום, און ווי עס שיינט צאלט זיך אויס די כוחות וואס מיר לייגן אריין דערין, עס קומט נישט אן גרינג צו שרייבן יעדע וואך און זיך צושטעלן צו דעדליינס זייענדיג שוין אזוי אויך גענוג פארנומען אין ביזנעס און אין פארשידענע אנדערע עסקנות פראיעקטן, אבער אז מ'הערט צוריק פון אידן וועלכע נעמען ארויס דערפון הלכה למעשה, און ווערן פאקטיש געהאלפן פון דעם קאלום, גיבט עס דעם שטופ צו גיין ווייטער בעז"ה.
מיר האבן ערהאלטן עטליכע בריוון פון ליינער מיט שאלות איבערן נושא פון בודזשעטינג, וואס טייל פון זיי זענען ווערד אן אריכות פאר זיך, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן אויף די פראגעס דא אין ראמען פון דעם קאלום.