יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

בודזשעטינג מיט שלום בית

ראט און טאט · "דער שטיבל" · פרשת תצוה תשפ"ג

א גוט יאר חשובע ליינער.

באמת האב איך געקלערט צו פארקירעווען דעם שמועס אביסל אוועק פון "בודזשעט" בעצם, און גיין צו ווייטערדיגע נושאים אינעם פינאנציעלן וועלט.

אבער צוליב געוויסע אנפראגעס פון לייענערס וואס ברענגט אויפן אויבערפלאך א געברויך צו רעדן פון א זייטיגן אבער וויכטיגע טעמע, וועלן מיר אצינד יא בלייבן רעדן פון בודזשעטינג, און אריינברענגען א פרישן פערספעקטיוו אינעם בילד.

אונזער טעמע פאר די וואך איז א זייטיגער פאקטאר אינעם בודזשעטינג הינזיכט, אבער גאר וויכטיג, דאס איז "שלום בית". יא, איר וועט זיך וואונדערן וויאזוי די צוויי האבן שייכות, איז לאמיר מסביר זיין, און אביסל ארומשמועסן אין די נושא.

איינע פון די גרויסע שטערונגען אין דעם נושא פון מאכן א בודזשעט, איז דער "פעיס'ן ריאליטי" ווי מ'רופט עס אין ענגליש, צו קוקן דעם אמת אין פנים אריין און וויסן וואס מ'איז און וואס מ'איז נישט, וואס מ'קען און וואס מ'קען נישט, און וויסן קלאר דעם מצב – אריינגערעכנט אז ווען מ'איז אויף א נישט געווינטשענעם שטאנד זאל מען דאס אויך אנערקענען. עס איז עפעס וואס אין די באקוועמע וועלט אין וועלכן מיר לעבן זאגן די טעראפיסטן אז מ'זאל נישט טון ווייל מ'קען נעבעך אריינפאלן אין טראומא.

מענטשן היינט האבן אנגעהויבן פארשטיין דעם מהלך המחשבה פון דעם בת היענה אויף א שטארקן פארנעם, מ'פלעגט אלס אפלאכן פון דעם פייגל, וואס איז דאס זיך אריינשטעקן די קאפ אין זאמד? וואס מיינסטו? עפעס וועט זיך טוישן ווייל דו זעהסט נישט? אבער זעהט אויס אז די בת היענה האט עפעס זכות אמהות און מ'האט אנגעהויבן צו טרעפן אין דעם מענטשן סארט אויך אזא סארט מהלך המחשבה, און מ'האלט ביי דעם אז מ'פארשטייט היינט זייער גוט דעם "קאפ אין זאמד" מהלך.

און דאס איז געזאגט געווארן ווען דער מענטש איז צווישן זיך און זיין קערפער, קיינער זעהט נישט, קיינער ווייסט נישט, ער דארף בס"ה זיין אויפריכטיג מיט זיך אליינס און זיך אליינס קוקן אין שפיגל, עכ"ז האט ער א פראבלעם אז ער קען נישט קוקן דעם אמת אין פנים.

שטעלט אייך פאר ווען ער ווערט א פלג גופא, און ער דארף קוקן דעם אמת אין פנים מיט די אנדערע פלג גופא דערביי, דאס איז שוין טאקע עפעס אן אפקומעניש.

אויב ווען ער איז געווען אליינס האט ער געזוכט אריינצושטעקן דעם קאפ און זאמד, שפירט ער שוין יעצט א דראנג זיך אינגאנצן אריינצוטראסקען אין די זאמד מיט אלע רמ"ח אברים.

זיך צו נעמען און טוישן א מהלך אין לעבן ווען מ'איז אליינס, איז שווער. דאס צו טון ווען מ'האט נאך איינעם אלס שותף און מ'דארף צוזאמען מאכן החלטות, איז שווערער. עס איז נישט נאר שווער דער חלק פון פארשטיין דעם אמת'ן מצב צוזאמען, אבער אויך די חלק פון אננעמען די תוצאות און מאכן שינויים אין סדר החיים, און כדי צו פארמיידן די עגמת נפש, וועלן מענטשן צומאל ארויסנעמען פון שופלאד דעם "קאפ אין זאמד" מהלך, און זיך פילעווען דערין.

ס'איז געווען א איד אין וויליאמסבורג וואס האט געהאט א געשעפטל, ער איז שוין געווען אן עלטערער איד, און געהייסן גאנץ בעל בתי'ש. מיט א פרישקייט אריין יעדן טאג אין געשעפט און אליינס אנגעפירט מיטן ווירטשאפט, און פון דעם האט ער געלעבט און געברענגט פרנסה אין שטוב.

ווען ער איז נפטר געווארן לאורך ימים האט ער איבערגעלאזט פאר די קינדער דאס געשעפט, אבער ווען די קינדער האבן געוואלט איבערנעמען די ווירטשאפט און אריינגעקוקט אין די ביכער איז שווארץ געווארן פאר די אויגן. ארויסגעשטעלט האט זיך אז דער איד האט קיינמאל קיין געלט נישט געהאט, עס האט זיך געדרייט פון איין לעדל צום צווייטן די ביללס מיט די רעסיט'ס, און עס איז געווען אזוי צעמישט אז צו זיין גוטן מזל רוהט ער אין לעכטיגן גן עדן אנע דעם וואס ער זאל אפי' האבן געוואוסט אז ער איז געווען א עני ואביון מגוזלו.

אן ענליכע מעשה צום פריערדיגן ווערט פארציילט, איבער אן איד וואס האט פארמאגט א גרויסן ביזנעס, און פאר איינעם פון זיינע קינדער האט זייער געשטערט דאס אז ביים טאט'ן אין אפיס איז שרעקליך אנגעווארפן און נישט מסודר, דער פאטער איז דאך א שיינע בעל פרנסה, קומען און גייען גבאי צדקה, נו פארוואס זאל נישט דער אפיס געבן א שטיקל בעסערן געשטעל.

האט ער זיך אריינגעלאזט צום טאט'ן אין אפיס, און אנגעהויבן מסדר זיין די אומצאליגע פאפירן, אריבעררוקנדיג אלעס צום היינטיגן פארגעשריטענעם וועג פון ארבעטן. פון צענדליגע ביכער מיט אלטע בלעטער איז געווארן איין קוויקבוקס סיטעם, א.א.וו.

ביים ענדיגן מסדר זיין שטעלט זיך ארויס דער שווארץ בילד, אז דער סך הכל איז א רויטער מיינוס וואס איז פשוט נישט ארויסגעזען געווארן ביז היינט פון צווישן דעם הויפן דאקומענטן און נאטיצן. דער אינגערמאן רופט אן דעם טאטן פארציילן דער בראך, אויף וואס דער טאטע רעאגירט "טו מיר ביטע א טובה, צעווארף צוריק מיין גאנצן אפיס! גיי ווייס ווי לאנג איך לעב שוין אזוי און ס'גייט מיר גוט, צו וואס האט אויסגעפעלט דאס מאכן סדר??"

אלזא, פאר דעם איד איז עס יא געלונגען, אבער פאר אסאך אנדערע איז דער מזל נישט אזוי פויגלדיג און זיי לעבן איבער דעם קורץ טערמיניגן קאפ אין זאמד מצב, און זיי מוזן מיט צייט בהכרח זעהן דעם אמת, און דאס איז שוין געווענליך ווען אנדערע ווערן אפעקטירט אדער מ'ווערט א בעל חוב וואס מ'קען נישט טראגן מער, די אידן נעבעך האבן שוין יא א פראבלעם, און דאס איז די טעמע ביי אונז.

צום פינטל וואס דארף ווערן ארויסגעברענגט איז דער צוזאמארבעט פון א מאן און א ווייב ווען עס קומט צום בודזשעט. אויב ווילט איר אנהייבן א מסודר'דיגן פינאנציעלן לעבן, אדער אפי' טוישן ווען מ'האלט שוין ווייט אינעם געמויזעכץ פון א צעפארעניש, פעלט זיך אויס דאס ערשטע אז די צוויי שותפים זאלן זיך צונויפשמועסן און אפמאכן שוה בשוה אז דאס איז דער פלאן, און אז מ'גייט נעמען די זאך אין די האנט מיט אן ערנסטקייט, און א קלארן פארשטענדעניש.

געוויינליך איז עס סיי ווי אזוי אז איינער פון די צוויי וויל אזוי, מ'דארף נאר די קאאפעראציע פון ביידע אינאיינעם, וואס דאס איז דער לעצטער שטופ צו קענען מצליח זיין אין שטעלן א בודזשעט.

דערפאר פעלט אויס דאס צו באהאנדלען קלוג און צוגיין דערצו מיט א נארמאלן צוגאנג, ווייל דער איינציגער וועג וויאזוי מען קען מצליח זיין דערמיט איז נאר אויב איז עס געווען אן אויפריכטיגער פארשטענדעניש און צוזאמענארבעט, און טאקע אינגאנצן אויפריכטיג.

למשל אויב דער מאן וויל פון היינט און ווייטער א געהעריגן בודזשעט, וועט זיך אויספעלן אז ער זאל ווייזן אן אפנקייט פאר די בני בית לגבי אלע הכנסות און הוצאות, און ווייזן געטרוי אין איר, מ'קען נישט אהיים קומען און ארויסגעבן א באפעל ווי אחשורוש אז פון היינט און ווייטער איז דא א בודזשעט, עס ארבייט נישט. עס פעלט אויס בנועם דברים צו אויסשמועסן דעם נושא פארוואס ס'איז וויכטיג, און וויאזוי מ'קען זיך העלפן אויף ווייטער, און אינאיינעם איבערגיין אלע הוצאות און הכנסות.

פארשטייט זיך אז אמאל איז דער מאן און אמאל די פרוי די וואס הייבט אן דעם שמועס, אבער בכל אופן דארף מען מאכן זיכער אז ביידע זענען אויפן זעלבן מיינונג, ווייל אויב נישט איז דער גאנצער בודזשעט פלאן חספא בעלמא און נישט ווערד די צייט.

יעצט אז מיר האבן דאס קלאר ארויסגעברענגט, לאמיר נאך איין מינוט פארברענגען אין די נושא.

איך הער, און איר הערט אודאי אויך אסאך מאל, דעם אויסרייד אז מיין ווייב אדער מיין מאן איז א גרויסער ספענדער, און מ'קען פשוט נישט נאכקומען גענוג דעם קרענק פון אויסגעבעריי.

דאס איז געווענליך אזא סארט יאוש אויסרייד ווען דער מענטש שפירט זיך פארלוירן אז פאר אים אדער איר וועט שוין גארנישט העלפן ווילאנג מ'גייט נישט אויף ערשטע הילף פאר ספענדעראציע.

דא איז וואו עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז אין רוב פעלער ווען איינער פון די צוויי ספענד אן קיין חשבון (אסאך מאל איז עס לגמרי נישט וואר, נאר א דיפערענץ אין אפיניאן'ס וואס ספענדן מיינט) איז דער פראבלעם אז איינער פון די צוויי פארשטייט נישט די הוצאות והכנסות פון די שטוב, און ווען ער אדער זי וועלן פונקטליך ארויסהאבן די מהלך הממונות אין שטוב וואלט יענער נישט געספענדט אזוי פיל אן קיין חשבון.

און דאס איז נאך א סיבה פארוואס ס'איז אזוי וויכטיג צו צוזאמארבייטן ווען מ'באשליסט צו ווערן גראד, און מאכן אלעס צוזאמען, סיי די החלטות און סיי די נאכפאלגענדע ארבייט וואס עס נעמט.

אינעם קומענדיגן וואך וועלן מיר בעז"ה ממשיך זיין אין דעם נושא, און אויסקלארן דעם צוגאנג צו אוועקשטעלן א בודזשעט אינאיינעם.