יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

פרשת תרומה תשפ"ג

ראט און טאט · "דער שטיבל" · שנת תשפ"ג

מיר האבן אנגעהויבן פאריגע וואך צו שרייבן אביסל טיעפער אין דעם ענין פון בודזשעט אין א אידישע שטוב, און ב"ה דער אפקלאנג איז גאר פאזיטיוו, עס איז אן ענין וואס בארירט יעדן פון אויבן ביז אונטן, יעדער אויף זיין שטייגער ברויך האבן א בודזשעט.

אבער לאמיר פארקירעווען דעם שמועס א מינוט און אויסשמועסן די קלאסן פון מענטשן, און א אינטערסאנטע מציאות מיט וואס איך באגעגן זיך כסדר אין דעם ענין,

עס זענען דא אין דעם נושא 3 קלאסן, ואין מוקדם ומאוחר,

מיר וועלן אנרופן קלאס נומער 1, די אידן וואס דער אויבערשטער האט זיי געגעבן עשירות, אדער גאר ברייטע פרנסה און זיי האבן ב"ה הרחבת הדעת אין דעם קריעת ים סוף פון פרנסה, די צווייטע קלאס זענען די בעל בתי'שע אידן וואס זענען אפשר נישט אזוי ברייט מיטן געלט אבער קענען זיך אויסקומען ווי געהעריג, און אויב מאכט זיך א הוצאה אומגעראכטן זענען זיי נאכנישט באנקראט, זיי קענען אנגיין מיטן טאג טעגליכן מיט א געוויסן ברייטקייט, און דערנאך איז די דריטע קלאס פון רוב רובו פון די מענטשהייט וואס ווי מ'רופט זיי אין אמעריקע לעבן פעיטשעק צו פעיטשעק, אדער אפי' פעיטשעק ביז כמעט פעיטשעק, דאס מיינט אז מ'פלאגט זיך אביסל מיט קאווערן די באנק, אדער גאר אסאך,

די סטאטיסטיקס אין אמעריקע זענען אז רוב פון פאלק געהערט צו די דריטע קלאס, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך, לענינינו איז נאר א נקודה וואס איז וויכטיג צו פארשטיין צום שמועס אז ס'איז אינטערסאנט ווי יעדע פון די דריי קלאסן האט א אנדערע סיבה פארוואס פאר אים איז נישט נוגע די גאנצע ענין פון בודזשעטינג,

די ערשטע קלאס ענטפערט מיט פאטאס וואס ברויך איך די גאנצע זאך, ווילאנג ס'רינט געלט פונעם קראן, וואס דארף איך וויסן וואס און וויפיל? די איינציגע צייט אין יאר ווען איך דארף א שטיקל חשבון איז ווען איך דארף פיילן מיינע טעקסעס, און דאס איז אויך נאר וויאזוי דער אקאונטענט וועט פסק'נען בדיל ויעבור.

די דריטע קלאס טענה'ן מיט אייפער, וואס האב איך פון אנשטרענגען מיין מוח מיטן רעאליטעט, ס'איז גענוג ביטער וויאזוי ס'איז, וואס דארף איך קוקן דעם טיגער אין די אויגן אריין און זעהן קלאר אז איך האב נישט, און אז מ'רעדט שוין יא, ווען איך וועל מאכן א בודזשעט וועל איך האבן עפעס מער געלט דערפון?

די צווייטע קלאס שטעלט זיך ארויס גאר אינטערסאנט א מציאות אז זיי שטעלן זיך כסדר אריין אין וועלכן קלאס זיי ווילן, למשל מאנכע פון די צווייטע קלאס ערקלערן זיך פאר גרויסע נגידים טראץ וואס די באנק איז נישט אלס מסכים מיט דעם, און זיי שפילן דעם ראלע און אנשטעל ווי דער בערזל איז א מעיין המתגבר, און זיי ברויכן נישט די עקסטערע טירחא פון ציילן, מ'לייגט אריין די האנט אין טאש און מ'נעמט ארויס און מ'נוצט.

ווידעראום איז דא אזוינע פון די צווייטע קלאס וואס פאר סיי וועלכע הומאנעטארישע געברויכן שטעלן זיך אוועק אלס קבצנים אדער עכ"פ אין דריטן קלאס, און זיי וויינען אויפן מצב, און שרייען אז ס'איז א שאדע צו קוקן, דער מצב איז נישט גוט סיי ווי. זיי שפירן אז אויב וועלן זיי זעהן דעם טאטעל וועלן זיי ווערן דעמאראליזירט.

און אזוי דרייט זיך די וועלט, און קיינער שפירט נישט אז פאר אים איז וויכטיג דאס פלאנירן.

די אמת'ע סיבה דערצו איז אבער ווייל ס'איז שווער פאר א מענטש זיך אוועקצוזעצן טון א זאך מיט ישוב הדעת אויב פארשטייט ער נישט דעם נוצן דערפון. ס'איז בכלל נישט קיין פרייליכע אקטיוויטעט דאס זיצן און מאכן נומערן, אבער אויב זאל מען באמת פארשטיין אז נישט נאר ברענגט דאס קלארקייט צום מח, נאר אין געוויסע פעלער ברענגט א אמת'ן ריוח אין געלט אויך וואלט גרינגער געווען צו טון וואס מ'דארף.

נאך א נקודה דערין איז דאס אנקוקן דעם בודזשעט מאכעריי ווי א בארג, וויבאלד עס איז געוויינליך אין די עקספערטן וועלט א גאנצער עקסעל שיעט מיט פראגרעם'ס און סאפטוועירס וואס העלפן מיטן בודזשעט, קוקט עס דער מענטש אן ווי עפעס וואס מ'דארף גיין 4 יאר אין קאלידזש צו קענען מאכן, און דער ניו יארק טיים'ס זאגט קלאר אז אונז האב מיר נישט די מעגליכקייטן פאר דעם, אלזא האלט ער זיך צוריק פון אנהייבן בכלל.

וואס אין אן אמת'ן איז עס בכלל נישט אזוי, א מענטש דארף מאכן זיין בודזשעט לויט זיינע קענטעניסן און לויט זיין מח, ס'האט דאך גארנישט מיט קיינעם, מ'שרייבט נישט קיין בוך צו פארקויפן אין די געשעפטן, מ'שרייבט עפעס פאר זיך אליינס, און מ'מאכט עס אויף אן אופן וואס איז סיי גרינג "פאר מיר" צו טוהן, און סיי גרינג "פאר מיר" צו פארשטיין.

איך טרעף זיך כסדר מיט מענטשן, און ס'איז גאר אינטערסאנט צו זעהן וואס פארא מעטאדן מענטשן נוצן אלס וואס פשוט רעדט מער צו זייער נפש, ווי למשל איינער וואס האט אין באנק מערערע אקאונטס און יעדע נאמען פון אקאונט איז פאר אנדערע עקספענסעס און אזוי האלט ער דעם חשבון דורך דעם באנק אקאונט.

א צווייטער וואס האט מיר פארצייילט פון אן ענוועלאופ סיסטעם וויאזוי ער צוטיילט זיך די געלט און אודאי הייבט זיך עס אן מיט א געוויסע מפתח הענינים וואו ער איז קלאר וואס די נומערן זענען אבער דער אנגייענדיגער נאכגיין דעם בודזשעט מאכט ער זיך גרינג לויט זיינע באקוועמליכקייטן.

איך האב שוין כמה פעמים פארציילט איבער דעם איד וואס האט מיר געזאגט אז ער האט א כאלאטל אין יעדן שטוב פון זיין הויז און איבעראל אין טאש ליגט געלט פון אנדערע געברויכן וכו'.

דער אונטערשטער שורה איז אז עס איז נישט "וויאזוי" מ'מאכט דעם סך הכל אדער די חשבונות, עס איז דער מציאות אז מ'דארף בערך וויסן וואו מ'האלט אויף די וועלט און אזוי קען מען ארבייטן ווייטער אויפן עתיד מיט אן אויסגערעכנטקייט.

לאמיר א מינוט צוריק גיין צו די דריי קלאסן מענטשן, און זיך אויסשמועסן מיט זיי איש כפי מהללו. צו אייך ערשטע קלאס מיטגלידער וואס פארשטייען נישט פארוואס זיי זאלן דארפן אפי' זיך מטריח זיין צו ציילן אדער מאכן חשבונות ווען געלט פארט דאך סיי ווי וויפיל מ'דארף ב"ה.

אין דעם מצב ב"ה ווערט עס אנגערופן "פארלירן מעגליכקייטן" און אין ענגליש Lost opportunities דאס הייסט, אז אזוינע אידן וואס זענען ב"ה שיין מצליח, ווען זיי זעהן פונקטליך וואו זיי האלטן, און וויפיל זיי האבן, קענען זיי באמת אנקומען פיהל ווייטער, סיי לגבי גשמיות ווען מ'רעדט פון אינוועסטירן, סיי ווען מ'רעדט פון רוחניות צו קויפן זכותים אויב דאס איז אין זייער מהות, מ'זעהט אז די פארמעגליכע אידן וואס זענען מסודר קומען אן אפי' מיט ווייניגער געלט גאר אסאך מער, און עווענטועל רופט זיך עס אפ אויף די קינדער און אייניקלעך וויפיל מ'קען טון פאר זיי אויך.

יא איך האב שוין געהערט דעם תירוץ אויף דעם, זאלן מיינע קינדער ארבייטן פאר זיך, און אזוי ווייטער, אבער דאס איז גוט צו זאגן פאר א סעילסמאן וואס וויל אייך פארקויפן אן אינוועסטמענט פאר די קינדער, צווישן אונז גערעדט די ארבייט וואס איר לייגט אריין אזוי שווער די אלע יארן ווילט איר נישט זאל גיין לטמיון, נאר ברענגען רעזולטאטן אפי' נאכדעם וואס איר דארפט מער נישט.

נאך א נקודה פאר דעם איד אין די ערשטע קלאס, טראץ וואס איר זענט ב"ה מצליח ווייסט איר אודאי אז עס מאכט זיך אמאל א שוועריגקייט אדער אן אומפאראויסגעזעהנע פינאנציעלע דורכגאנג, אין אזא פאל זעהן די עקספערטן זייער אסאך מאל ווי דער גרויסער נגיד וואס האט געטיילט גרויסע געלטער און איז געווען ברייט מיט אלע זיינע הוצאות ווערט פלוצים פארשווינדן און מ'דארף אים ראטעווען פון זיין נויט. און איך רעד נישט ווען ס'פאסירט ח"ו א קאטאסטראפע, און פארשטייט זיך אלעס קען פאסירן ביזן גרעסטן ביליאנער, איך רעד ווען ס'איז א קליינער דריי מיטן ראד, וואס דער איד וואלט זיכער געקענט פארמיידן אויב וואלט ער געוואוסט וואו ער האלט און צייטליך באמערקט אז זאכן זענען אביסל אומגעוויינליך, און געקענט צייטליך טון דערצו. והדברים נכונים

לאמיר זיך ווענדן א מינוט צו דעם דריטן קלאס איד, וועלכער וויל נישט זעהן דעם מציאות, און שטעק אריין דאס קעפל אין די זאמד, און שרייט איך בין נישט אינדערהיים.

יא, אמת אז די פאקטן זענען אמאל שווער צו פארנעמען, און ס'מאכט אמאל טראכטן אז מ'דארף זיך אונטערגארטלען אדער אביסל מינערן אין די הוצאות און אזוי ווייטער, אבער מ'דארף געדענקען שטארק אז ווען מ'מאכט צו די אויגן ווערט נישט עכט טונקל...

אידן וואס האבן אין דעם מצב זיך גענומען אין די האנט אריין און יא געמאכט א באלאנסירטן בודזשעט, אפי' אויב דער אונטערשטער שורה איז געווען רויט, אין א מיינוס, האט עס זיי געהאלפן פילפאכיג, און איך זעה עס יעדן טאג.

ווען די אידן ווייסן פונקטליך וויפיל ס'פעלט זיי, קענען זיי כאטש זיך ספראווענען מיטן קליינעם נומער און זיי קענען אפי' נעמען ערגעץ הילף דערפאר. אבער ווען ער ווייסט נישט וואס דער נומער איז, ווייסט ער נאר אז בכלליות האט ער נישט קיין געלט, און דער פראבלעם איז פון אנהייב ביזן סוף אלעמאל.

לאמיר נעמען א משל פון א געזונטהייט שטאנדפונקט. א איד וואס האט א געוויסע ווייטאג ח"ו און ס'גייט נישט אוועק און ער ווערט באזארגט, ער דרייט זיך ארום נישט ביי זיך, ער האט צעשטערטע טעג און וואכן, ער טראכט פונעם ארגסטן, ער חלומ'ט שוין פון זיינע קדיש'לעך ער האט שוין רחמנות אויף די ווייב און קינדער זיין טאג איז נישט קיין טאג און זיין נאכט קיין נאכט.

ביז.... ער גייט צום דאקטאר, און דער דאקטאר זאגט אים אז עס איז סך הכל עפעס א דורכגאנג וואס קען זיך מאכן, און ער האט נישט וואס צו זארגן דערויף. פון דעם טאג און ווייטער איז ער צוריק צום האלטן, אזוי ווייט אז ניטאמאל געדענקט ער אז עפעס טוט אים וויי.

ווען א מענטש האט 10 ביללס א חודש צו באצאלן, און ער ווייסט אז ער איז אלס אין א דריידל מצב שלעפט פון דא שטופט דארט, און ער האט נישט קיין עקסטערן דאללער, איז יעדע בילל א עקסטערע קאפוויי, וואס איז אויב ער ווייסט אז ס'פעלט אים פונקטליך אזויפיל אויפן חודש, קען זיין אז די לעצטע פון די 10 ביללס וועט זיין קאפוויי אבער די איבעריגע 9 וועט ער צאלן פרייליך.

נאך א חלק איז דא, עס העלפט דעם מענטש צו קענען פאזיטיוו טראכטן פון פלענער, ווייל ער פארשטייט דעם פראבלעם און ער ווייסט ווי טיעף אדער נישט טיעף עס איז, אמאל רעדט זיך דער מענטש איין ער איז אויף צרות, אבער ווען ער קוקט גוט זעהט ער אז עס איז בכלל נישט אזוי, ער דארף פשוט אביסל מער זיך אויפשאקלען און אלעס וועט ארבייטן.

אמאל איז טאקע נישט אזוי, און ער דארף אנקומען צו הילף פון אנדערע, איז אויך אינגאנצן אנדערש ווען ער בעט הילף מיט א קלארקייט. שטעלט אייך פאר ווען א איד קומט און ער זאגט איך האב נישט צום לעבן, און איר ווייסט אז ער ארבייט פאר פרנסה, אדער דער איד קומט און זאגט איך ארבייט פאר פרנסה, און ס'פעלט מיר 250 דאללער פארן חודש, ווען איז גרינגער צו שפירן אז מ'וויל העלפן דעם איד, זיכער ווען מ'זעהט אז מיט מיינע פאר דאללער קען איך ערגענצן דעם לאך און מ'רעדט נישט דא פון א מים שאין להם סוף.

די זעלבע ווען ער בעט פון זיין בעה"ב א רעיז ווייל ער קומט זיך נישט אויס, שטעלט אייך פאר דעם שמועס ווען ס'איז סתם כלליות'דיג, איך קום נישט אויס, אדער ווען דער שמועס איז קלאר, איך בין אין א שארטפאל פון אזויפיל געלט, ווי אנדערש ארבייט זיך מיט דעם ארבייטער וואס איז קלאר און דער פראבלעם זעהט זיך ביים בעה"ב אסאך מער אויפריכטיג, און ער וועט זיכער פרובירן צו טון עפעס דערצו.

פארשטייט זיך אז צום צווייטן קלאס איד רעד איך נישט, ער דארף באשלוסן אין וועלכע קלאס ער געהערט ווי אויבנדערמאנט, און פארשטיין זיין שטייגער לויט ווי ער זעהט עס.

צום שלוס: דער קאלום איז נישט פאר בודזשעט אדער פינאנץ, נאר דאס איז געווען יעצט דער פארלאנג, מיר זענען אפן פאר סיי וועלכע אנדערע געדאנקען וואס די לייענער ווילן איבערשמועסן, און מיר ווילן באדאנקען די אלע וואס האבן ביז אהער געשיקט זייערע קאמענטארן, מיר באציען זיך צו יעדע קאמענט מיט אן ערנסטקייט בעז"ה. האטס א גוטע געזונטע וואך.