א גוט יאר אייך חשוב'ע ליינער.
דעם פארגאנגענעם וואך האבן מיר אביסל געעפנט דעם נושא פון "בודזשעטינג", און אלס א הקדמה צו פארשטיין די וויכטיגקייט דערפון, האבן מיר אנגעכאפט א פראגע, ווען און וואס ברענגט די הנאה פון האבן געלט.
ווי מיר האבן שוין אויסגעשמועסט, איז קלאר אז דער הנאה פון געלט קומט נישט פונעם מאכן דאס געלט, און קומט אויך נישט פונעם פארמאגן דאס געלט. די 2 דערמאנטע זענען בלויז זייטיגע פרטים וואס לייגן אפשר צו צו די שמחה ווען די ריכטיגע הנאה איז קלאר אוועקגעשטעלט.
לאמיר אצינד אריינקוקן אינעם 3'טן אפציע וואס מיר האבן פארגעשטעלט אינעם פראגע, דאס איז דער חלק פון נוצן דאס געלט.
מיר גייען אצינד צום איבריגן חלק המון עם, מענטשן וואס זייער לעבן איז נישט דוקא פאר יענעם, און אויך נישט פארן געלט. מענטשן וואס נוצן געלט אלס א לעגיטימער גורם צו ברענגען דאס וואס זיי דארפן באמת האבן.
די מענטשן האבן הנאה ווען זיי נוצן זייער געלט אויף די זאכן וואס זיי האבן געשטרעבט זיי צו נוצן. זיי פרייען זיך יעדע מאל ווען זיי צאלן א בילל, ווייל געוויינליך א בילל איז פאר א סערוויס אדער אייטעם וואס דער באשעפער האט אים געשאנקען און ער קען עס אליינס באצאלן, ער פריידט זיך אז ער צאלט שכר לימוד, ער פריידט זיך ווען זיין געלט גייט פאר זאכן וואס זענען גינסטיג, און דער מענטש קוקט נישט אזוי ווייט אויף וויפיל געלט ער האט ווי אויפן מציאות אז ער קען ב"ה לעבן און דארף נישט אנקומען צו קיין צווייטן.
דער אדם מאדמה דער פשוט'ער איד וויל איין זאך, ער וויל הנאה האבן פון זיין געלט ווען ער נוצט עס, ער האט נישט עפעס קיין ספעציעלע הנאה פון מאכן געלט, ווייל קיין עשירות ברענגט אים דאס נישט, ער האט אבער הנאה פון דעם פאקט אז מיט די פאר דאללער וועט ער קענען טון די זאכן וואס זענען אים וויכטיג, און דערפאר איז זיין לעבן צופרידן און בשלוה.
אט דאס איז די ריכטיגע שמחה וואס געלט ברענגט. דאס הייסט ריכטיג "עשירות", און אויף דעם איז געזאגט געווארן דער משנה "איזהו עשיר השמח בחלקו". פשוט פשט דער מציאות וואס מ'זעט טאג טעגליך.
אצינד זענען מיר קלאר אז די אלע אנדערע הנאות זענען בלויז זייטיגע פאקטארן, און דער עיקר הנאה האט מען פון נוצן דאס געלט, און עס נוצן ריכטיג.
אויב אבער דער מענטש האט נישט קיין שום בודזשעט, וואס דאס מיינט ער ווייסט נישט וויפיל ער דארף, און ער ווייסט נישט וויפיל ער האט, און ער ווייסט נישט וויפיל ער בלייבט, ער ווייסט נישט צו ער איז גאנץ אדער האלב, צו ער איז שולדיג אדער אומשולדיג, ער ווייסט נישט גארנישט, איז נישטא קיין שום געהעריגע הנאה פון די שווערע ארבייט וואס ער לייגט אריין אין זיין וואך, און יא, ער האט געהאט אנגעשריבן פון הימל וויפיל ער וועט פארדינען, אבער ער ווייסט נישט וואס וויפיל אדער וויפיל נישט. איז די ברכה נישט מצוי ביי אים.
דאס איז אלעס גערעדט טעאריש און טראץ וואס ס'איז פארשטענדליך, ליגט אבער אין דעם עצם האבן א בודזשעט פיהל טיעפערס, וואס ביי דעם קען מען זיך טועה זיין און פארפארן פונעם ציהל באלד ביים אנהייב.
א בודשעט איז א פלאן, נישט קיין פלאן וויאזוי צו מאכן געלט, דאס איז עפעס וואס הייסט א "חלום". א בודזשעט איז א ווירקליכער פלאן וואס די פאקטן זענען קלאר, ער פלאנירט זיין לעבנס שטייגער באזירט אויפן מציאות, ער ווייסט וואס ער האט, ער ווייס וואס עס קאסט אים דאס לעבן, און ער ווייסט וואס ער מעג אדער מעג נישט טון, און ווען אדער ווען נישט צו ספענדן געלט. ער האט א געוויסע קלארקייט וואס ברענגט אים נישט נאר א גייסטישן שלוות הנפש, נאר א מציאות'דיגן מעגליכקייט צו טון וואס איז ריכטיג און פארמיידן אומזיסטע קאפ וויי.
לאמיר א מינוט זיך ווענדן צום אומבאלאנסירטן בודזשעט און רעדן מיט דעם איד וואס האט ממש נאר גענוג אויף דאס ביסל וואס ער דארף, אדער אפי' אמאל ווייניגער דערפון, און ווייל ער האט נישט קיין בודזשעט, יעדע מאל ווען ער עפנט אויף ביים פאסט קעסטל א בילל קומט אים ארויף די בלוט דרוק צו העכערע שטאפלען, ער ווייסט נישט צו ער קען באצאלן, ער ווייסט נישט וואס נאך ביללס עס ווארט אים, ער שטייט ביים פאסט קעסטל ווי א פארמשפט'ער צום שרעק פון עניות.
ווידעראום זיין שכן דער זעלבער מצב, האט ממש נאר דאס וואס ער, ער פארדינט די זעלבע און טיילט די זעלבע הוצאות, אבער ער ווייסט פונקטליך דעם מציאות, ער ווייסט וויפיל ער ברענגט אריין א חודש, און וויפיל עס קומט פון אנדערע פלעצער, און וויפיל דאס לעבן קאסט אים, און אזוי ווייטער. ווען ער שטייט ביים פאסט קעסטל און נעמט ארויס דעם בילל, קוקט ער דערויף ווי איינער וואס האט געטראפן נאך א שטיקל פון א פאזל וואס ער האט אליינס געמאכט, ער פארשטייט אז עס איז א חלק פון א גרויסן בילד וואס ער ווייסט פונקטליך וויאזוי עס וועט אי"ה אויסזעהן ביים ענדע פון חודש, און ער ווייסט אז ער קען בעזר ד' רואיג עפענען דעם פאסט קעסטל אן קיין עקסטערע בלוט דרוק פיללן אין טאש.
ווען מאכט מען א בודזשעט?
די צייט צו מאכן א בודזשעט איז "נעכטן", אבער וואס זאל מען טון אז נעכטן קומט נישט צוריק, דארף מען עס טון היינט, סיי ווען איינער האלט נאך אנהייב, די שטוב איז נאך א נייע, מ'קען זיך נאך גרינגער מסדר זיין, אבער אפי' איינער וואס האלט שוין יארן נאך די חתונה, קען באשטימען אז פון היינט און ווייטער וועט ער לעבן באלאנסירט, פארשטייט זיך אז ס'וועט אים נעמען אביסל לענגער צו אנקומען צום פולקאמן סדר אבער ער וועט זיכער בעסער פארן אפי' אין די תקופה פון די שווערע ארבייט פון זיך גראד שטעלן.
דאס ערשטע דארף ער אנהייבן ארביייטן צו "פארשטיין דעם הווה" פארשטיין זיין מציאות, וויסן די פאקטן, און זיך נישט פאפן. געוויינליך ווען מ'הייבט אן ארבייטן אויף א בודזשעט אפי' נאך יארן פון נישט וויסן, וועט מען זיך טרעפן שאקירט עטליכע מאל ווען זאכן וואס זענען אזוי קלאר און אפן אלעמאל געווען פאר די אויגן און דער מענטש האט אפי' נישט באמערקט דעם מציאות, און נאר ווען מ'גייט צו מיט א וואכזאמקייט דערצו ווערט מען געוואויר די אלע זאכן וואס זענען פאר די אויגן אבער אומזעהבאר.
פלוצלינג זעהט ער אז ער פארדינט מער אדער ווייניגער ווי ער האט געמיינט, אז ער וואלט געקענט אפשר אוועקלייגן געלט, אדער וואלט געדארפט אפשר ווייניגער פארנוצן אויף זאכן וואס ער האט געמיינט אז ער מעג יא.
פלוצלינג זעהט ער אז רוב אומוויכטיגע עקספענסעס אויף וואס ער האט חרטה ווערט געמאכט די טאג אדער צוויי נאכדעם וואס ער קריגט דעם טשעקל, אלעס ווייל זיין מח האט אים איינגערעדט אז דער דיקער בערזל מיינט אז ער האט געלט, און דערפאר האט ער נעבעך אויסגעגעבן געלט וואס וואלט געדארפט גיין פאר זיינע וויכטיגע הוצאות און איז געגאנגען פאר מינדערוויכטיגע נארישקייטן וואס ער וואלט אפי' נישט געטון ווען ער האט ווען די פאקטן פאר די אויגן.
אפי' ווען א מענטש איז ח"ו אין א שווערן געלט מצב, אויב ווייסט ער וואס דער מצב איז, וועט ער סיי האבן ווייניגער קאפוויי, און סיי זיך גרינגער קענען העלפן, ווייל ער ווייסט פונקטליך וואס ער דארף, און האט א קלארקייט דערין, אפי' ווען ער דארף בעטן הילף פון א צווייטן, איז אזויפיל אנדערש ווען ער ווייסט וואס פעלט, און בעט זיין חבר א הלואה פאר א באשטימטע סכום געלט, ווי איידער איינער וואס ווייסט גארנישט און לויפט סתם ארום אן א קאפ און שרייט ראטעוועט אבער קיינער ווייסט נישט וויפיל און וואס ער דארף, און אין א זייטיגן קעמערל טראכטן זיך זיינע גוטע פריינט אז דער מענטש ווייסט באמת נישט צו ער דארף טאקע אדער ער איז פשוט נישט מסודר, און מ'ווייסט נישט צו מ'וויל אים אויף דעם מצב פון אומקלארקייט העלפן.
מענשטן האבן ליב צו העלפן א צווייטן אויב מ'ווייסט א באשטימטע דבר קצוב וואס די געברויך איז, נישט סתם אין די וועלט אריין ווי א מים שאין להם סוף.
נעקסטע וואך וועל מיר פרובירן צו גיין טיעפער אין די נושא, מיט פראקטישע עצות און אזוי ווייטער. ביזדערווייל לאמיר אייך מיט חומר למחשבה, און אדרבה שיקט אריין אייערע געדאנקען אדער פראגן און מיר וועלן אי"ה פרובירן צו ענטפערן כפי המצב.
א בודזשעט; וויכטיג בלויז פאר מיטל-קלאס פארדינער?
א וויכטיגע פונקט אינעם נושא פון שטעלן א בודזשעט, איז דאס וואס מ'זעט אפטמאל מענטשן זיך טועה זיין, און מיינען אז די וויכטיגקייט פון א בודזשעט איז נאר ביי איינער וואס לעבט פעי-טשעק צו פעי-טשעק אדער גאר דאס אויך נישט, און ברויך פשוט הילף מיטן באצאלן די חובות.
לויט וואס מיר האבן אויסגעשמועסט איז אבער קלאר אז דאס איז גענצליך אומריכטיג אפגעלערנט פשט אינעם ציהל פון א בודזשעט, און איז טאקע ווארשיינליך א שטארקע סיבה צו דעם וואס מ'זעט גרויסע עשירים מיט ריזיגע פארמעגנס וואס זענען אומצופרידן און שטעלן א פנים פון עניים ואביונים, מיינענדיג אז מיט א באנק אקאונט פון 7 ציפערן דארף ער נישט קענען זיין בודזשעט.
זייענדיג קלאר מיט אונזער צוגאנג אז די הנאה פון געלט איז בלויז ווען מ'נוצט עס ריכטיג, איז קלאר אז אפגעזען וויפיל געלט מ'האט, דארף מען אלעמאל לעבן מיט א בודזשעט. דער עושר קען זיך טאקע ערלויבן צו פארשווענדן געלט פאר נארישקייטן, אבער דארף אויך וויסן וואס, ווען, און וויפיל. נישט ווייל ער וועט פארארימט ווערן פון שפענדן אן איבריגן טויזענטער אדער אפילו א מיליאן, נאר ווייל דאס האלטן א בודזשעט איז וואס ברענגט אים די הנאה פון זיין געלט.
אלזא, אויב זעהט איר אז איר דעקט גוט דעם חודש, און איר בלייבט נאך איבער מיט אפאר דאלער אוועקצולייגן, איז נישט פשט אז דער בודזשעט קען ווערן געווארפן אין גניזה און ווארטן דער מצב זאל צוריק שמאל ווערן.