זייענדיג איינע פון מיינע עסקנות און ביזנעס אקטיוויטעטן צו העלפן אידן מיט מאכן און האלטן א בודזשעט, וועל מיר אנהייבן מיט די נושא אבער מיר וועלן אי"ה רעדן פון אלס און אלעמען במשך הזמן, כפי המצב והזמן, בעזהשי"ת.
צום ערשט לאמיר פארשטיין אביסל בעסער, וואס איז דער ציהל פון א בודזשעט, און פארוואס ווערט דאס אנגעקוקט ווי דער שליסל צו הצלחה, אפגעזען וויפיל די אינקאם איז.
מ'האלט אין די וואכן פון ביזת הים, די אידישע קינדער זענען ארויס פון מצרים און יעדער ווי אלע האבן געמאכט א פארמעגן וואס ווי חז"ל זאגן איז געווען חוץ מדרך הטבע, און פאר דעם פשוט'ן מח איז שווער ארומצונעמען וויאזוי אידן האבן געקענט אזויפיל מיליאנען מענטשן טראגן אזויפיל מיליאנען פון אוצרות, און אלעס אן קיין שום טעכנעלאגישע אדער סיסטעמאטישע הילף נאר מיט די קלארע יד ד' ברמה וואס האט געהאלפן די אידן פירן דעם ריזן אוצר אריין אין ווייטן מדבר.
עס האט מיך געגעבן א שטיקל נקודה אויף צו אנהייבן אונזער ערשטע טעמע אין דעם קאלום, וואס פון דארט אפשר וועל מיר קענען איינער דעם צווייטן העלפן מיט "טאט און ראט" אויף א וויכטיגן חלק אין דעם מהלך החיים פון א איד.
האט איר שוין אמאל אריינגעקלערט, גאנץ כלל ישראל איז רייך, יעדער האט מיליאנען, מ'גייט אין מדבר אריין, נישטא וואס צו קויפן, נישטא וואו צו שאפפן, מ'עסט אויפן חשבון פון דעם בעסטן רעסטוראנט דעם מאכל השמיימי אן קיין נאמען, מ'רופט עס מן, און מ'טרינקט פון דעם באר וואס פארט מיט איבעראל, און אזוי שלעפט זיך דאס גרעסטער אוצר אין דער וועלט מיט א וואנדערדיג פאלק, אלע זענען עשירים צוגלייך, אבער דאס געלט טראגט נישט קיין ספעציעלע משמעות בכלל, מ'קען נישט קויפן פראפערטי'ס, מ'וואוינט אין געצעלטן וואס שטעלט זיך אויף אין א שעה, און לייגט זיך צוזאמען אין ווייניגער. היינט איז מען דא, און מארגן דארט, קיינער ווייסט נישט וואו מ'וועט מארגן זיין.
דאס געלט, דאס אוצר די אלע גאלד און זילבער, שלעפט מען מיט, אלעס מיט די אמונה שלימה אז מ'וועט אנקומען צום אזוי געגארטן ארץ הקודש וואו מ'וועט נוצן די געלטער צו בויען דעם בית ד', און ברענגען קרבנות און אויפשטעלן כלל ישראל אויף א קביעות'דיגן פלאץ.
דאס איז אבער זיכער, אז די 40 יאר אינעם מדבר, זענען די אוצרות מיטגעשלעפט געווארן אן דעם וואס עס זאל צוגעבן סיי וואס.
טראכט איך אזוי, ווען יעדער איז רייך, יעדער האט געלט, איז עס אפי' אינטערסאנט? אדער איז עשירות נאר דעמאלס א צויבער ווען איך האב מער ווי דער צווייטער? הא? קען מיר זיין אויפריכטיג? איז דער שוויות פון דעם דאללער מער ווערד ווען קיינער האט נישט?
ס'הערט זיך ווי א קינדישע שאלה, אדער אפשר גאר סארקאסטיש, אבער ווען מ'טראכט גוט אריין ליגט דערין א גרויסער אומפארשעמטער אמת, און אויף דעם איז די טעמע פון וואס איך וויל רעדן די וואך וואס קען אונז ברענגען צו עפעס תכלית און העלפן שטייגן צוזאמען אלס א כלל ישראל.
דאס איז זיכער אז דער ריכטיגער הנאה פון געלט איז נישט דאס. דאס אז עמיצער געפונט זיך אין א גוטן פינאנציעלן שטאנד צווישן אנדערע וואס שטייען אויפן זעלבן שטאפל ווי ער, ברויך נישט אוועקנעמען דעם הנאה פון האבן אסאך געלט. און עס איז זיכער אז אין מדבר ווען די אידן האבן זיך ארומגעטראגן 40 יאר מיט א פארמעגן האבן זיי נישט געשפירט עפעס ווייניגער זעענדיג ווי די שכנים פארמאגן אויך ריזיגע אוצרות.
נאר וואס דען? ווען א דאללער איז נאר אזויפיל ווערד וויפיל מ'וועט עס קענען רעספעקטירן אלס א געווינס אדער אן אזויגערופענע אייגענע הצלחה מיט וואס דער מענטש קען זיך גרויסן און שפירן ווי א יש, און דער גאנצער הנאה פון א פארמעגן איז נאר דער געפיל פון האבן מער פון א צווייטן, אדער אפילו אזויפיל וויפיל יענער פארמאגט, איז עס אודאי נישט אינטערסאנט צו זיין רייך צווישן רייכע. אבער ווען מ'קוקט מיט א ניכטערן בליק און מ'פארשטייט אז דער דאללער איז עפעס וואס דארף קענען ברענגען וויכטיגערס פון דעם, עס דארף העלפן בויען די אידישע שטוב, עס דארף העלפן ברענגען שלות הנפש מ'זאל נישט דארפן זיין פארחובות'ט, מ'זאל קענען מחנך זיין די קינדער, דאן קוקט מען אוועק פון דעם גרויסן בילד און מ'קוקט אריין אין אייגענעם טאש, און דאן ווערט זייער וויכטיג דער ווארט "בודזשעט".
"בודזשעטינג" איז דער שליסל צו קענען קוקן אויפן דאלער מיט א ניכטערן בליק, און נישט אוועקדרייען דעם פאקוס צו זייטיגע פאלשע הנאות.
וואס איז א בודזשעט?
די ערשטע און וויכטיגערע שאלה איז "וואס איז געלט?" און צוריק צו אונזער הקדמה, איז געלט א חפץ וואס מאכט דעם מענטש וויכטיגער, און ס'מאכט דעם מענטש שפירן קליגער?, אדער איז געלט עפעס וואס דארף ברענגען רעזולטאטן, און ביי א אידישע שטוב, גאר וויכטיגע רעזולטאטן.
א מענטש קען האבן אסאך געלט און נישט האבן קיין פרייליך לעבן, און ווידעראום זעהט מען פארקערט אויך. וויפיל געלט א מענטש זאל האבן איז אנגעשריבן פון ראש השנה, און וויאזוי צו נוצן די געלט, און וויאזוי הנאה צו האבן דערפון אויף ווי ווייט דער אויבערשטער לאזט ווענדט זיך אסאך אין דעם מענטש'ס בחירה.
יעצט מיר פארשטייען זייער קלאר אז געלט איז נאר א גורם, געלט איז נישט קיין דירעקטער רעצעפט פאר שמחה, נאר ס'איז עפעס וואס אויב ניצט מען עס לטובה וועט עס ברענגען פרידן, און אויב נישט נישט. אפגעזעהן וואס די ציפערן אין באנק זענען.
האב איך צו אייך א צווייטע שאלה. גאר אינטערסאנט. ס'איז אמאל זיכער אז ס'איז דא עפעס א עקסטערע הנאה אין געלט, און אין נכסים. מיין שאלה איז, ווען איז די הנאה? ווען מ'מאכט די געלט? ווען מ'האט די געלט? אדער ווען מ'נוצט די געלט? איר האט שוין אמאל אריינגעקלערט?
למשל ווען איינער געווינט א גרויסן סכום געלט פון די לאטערי, אדער פון סיי וועלכע אומגעראכטענעם פלאץ, שטעלט זיך ארויס אז די שטורמישע הנאה פון "נתעשר ווערן" פון מאכן א אומגעראכטענעם סכום געלט, האט עפעס א קנאקעדיגן אימפעקט אויפן מח, דער מענטש קען ווערן פארטעמפט, און ממש פארלירן גלייכגעוויכט פון פרייד, ממש אריבער די גרעניץ פון הוללות (פארשטייט זיך פאר קיין שום איד געזאגט קיין הוללות), אבער ווי נאר דער געלט ווערט פלאצירט אין באנק אדער וואו, פארלירט דער מענטש דעם ריזיגן שמייכל וואס האט זיך אים אויסגעקנייטשט אויפן פנים, און ער פאנגט אן צו רעאליזירן געוויסע פאקטארן וואס ברענגען רוב מאל דאגה און זייער אסאך מאל קומט דער גרויסער נייער עושר אן צו אומגעהויערע טרויעריגע קבצנות (דאס איז דער מציאות ווען מ'גייט נאך די סטאטיסטיקס)
פארוואס איז עס אזוי? ווייל די הנאה פון אזא סארט אומבאארבעטע געלט, איז נאר די קורצזיכטיגע הנאה פון "מאכן דאס געלט" ס'איז לופטיג, און נאכדעם וואס דער מענטש האט אויסגעצאהלט זיינע חובות און דרוקענישן, טרעפט ער זיך אז די "מער" געלט וואס ער האט העלפט אים נישט עכט אויפן טאג טעגליכן, אדרבה עס ברענגט אים א וועלט פון דאגות, און אויב האט ער נישט קיין מהלך וואס ער וויל דערגרייכן מיטן געלט, וועט ער שוין קיינמאל נישט עכט הנאה האבן פונעם געלט נאר ווי א שיכור וואס פון איין כוס צום צווייטן שפירנדיג דעם גרילצישן נאכטעם פון שכרות האט ער נאר הנאה פון דעם אז ער וועט מארגן נאכאמאל טרינקען, ער ווערט נישט ווייניגער דארשטיג אדער מער זאט, ער גיבט אויס די געלט פונקט ווי א צווייטער, און האט דערפון אפשר נאך ווייניגער, די איינציגע חילוק איז אז ער גיבט אויס מיליאנען אזוי ווי א צווייטער גיבט אויס קליין געלט.
איין נישטיגע שטומפיגע הנאה איז דא וואס דאס איז דער נאמען עושר וואס ער האט נעבעך געחלומ'ט א גאנץ לעבן צו האבן, און ער שפירט אז מיט דעם איז ער אנגעקומען צום טרוים, און צוריק ווי אין אונזער הקדמה, דאס איז אלס שוין תלוי מיט וועם ער דרייט זיך און פאר וועם ער מוז אויפווייזן זיין גבורה און עשירות. דאס איז נישט די הנאה וואס א סתם מענטש זוכט ווען ער האלט נאך נישט דארט. ווייל עס איז גאר קורץ און ממש צייטווייליג.
דאס איז אנבאלאנגט דעם הנאה פון "מאכן דאס געלט", וואס ווי מיר זעען איז דאס נישט קיין עכטע הנאה און ברענגט נישט קיין שמחה אויב איז דאס דער ציהל.
נאכדעם איז פארהאן א מענטש וואס ער האט הנאה ווען ער "האט" דאס געלט אין באנק אקאונט, ער רופט אריין יעדן טאג הערן דעם סך הכל פון זיין קעש אין באנק, ער איז פארנומען מיטן חלק פון "האבן געלט" און ער האט הנאה יעדע מאל ווען ער הערט אדער זעהט זיין סטעטמענט פון וואס ער פארמאגט אלס. דאס איז א מאדנע הנאה וואס נישט אלע מענטשן פארשטייען, און אסאך מאל קומט עס פון א חסרון אין זעלבסט זיכערקייט, דער מענטש האט הנאה פון זיין דערגרייכונג, ווי איינער וואס האט נישט עפעס אנדערש אויף דער וועלט ווי די פאר דאללער אין באנק מיט וואס ער שפיגלט זיך.
חז"ל זאגן אונז אין הברכה מצוי אלא בדבר הסמוי מן העין, און איך קלער צו זאגן אז חז"ל באציעהן זיך מיט דעם מאמר צו די ברכה פון שמחה, דאס כסדר ציילן דאס געלט און זיך שפיגלען דערין איז בכלל נישט קיין ברכה, מ'איז ערגעץ פארקנעכטעוועט צום פאפיר און ווען די נומערן גיין ארויף שפירט מען זיך ערגענצט, אבער ווען ס'גייט אראפ אפי' פאר וויכטיגע צרכים שפירט מען נעבעך ווי מ'איז בא'גנבט געווארן, מ'קען נישט הנאה האבן פון קיין שום הוצאה אין לעבן אפי' די וואס וואלט דעם מענטש יא געדארפט דערפרייען.
דאס איז דער חלק פון "האבן דאס געלט" וואס איז ווידער קלאר אז דאס אליינס איז אויך נישט דער ציהל.
האבן מיר שוין די ערשטע 2 מהלכים, וואס זענען אויסדרוקליך נישט דער ריכטיגער שמחה וואס קומט מיטן האבן געלט, און עס בלייבט איבער בלויז אריינצוקוקן אינעם 3'טן אפציע וואס מיר האבן אנגערופן "נוצן דאס געלט".
קומענדיגע וואך וועלן מיר בעז"ה אפירנעמען דעם מהלך, און אזוי אויסקלארן וואו דער נושא פון "בודזשעטינג" קומט אריין אין בילד.