יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ ראט און טאט
ארטיקלען

אינטראדוקשן

ראט און טאט · "דער שטיבל" · אריינפיר · תשפ"ג

א גוטן אייך חשוב'ע לייענער פונעם אזוי אויפגעכאפטן אויסגאבע "דער שטובל"

אויף די נאכפראגע און בקשה פון די רעדאקציע נעמען מיר זיך צו די ארבעט פון שרייבן א קאלום אין די נושא פון ביזנעס און הצלחה ואביזרייהו, נאר בעפאר מיר הייבן אן וויל איך מיך מיט אייך באקענען, און פארציילן אביסל פון וואו עס שטאמט די חוצפה זיך אויפצושטעלן אויפן בימה און דרש'נען פארן ציבור אין א נושא וואס באלאנגט בכלל נישט עקסקלוסיוו צו מיר אדער מיין פאמיליע, נישט בירושה און נישט במציאות.

אלס א היימישער ביזנעסמאן ווי טויזנטער אנדערע, וואס וואלטן ווען יעדער אויף זייער שטייגער געקענט דערציילן ביכער פון זייערע עקספיריענס און פון יעדן עקסטער קען מען זיך לערנען א געוואלד, נאר נישט יעדער שרייבט, און נישט יעדער רעדט, און מ'דארף מיט סטראטעגישע מחשבה פרובירן צו לערנען פון די אידן, סיי ווי אזוי א איד באגייט זיך אין ביזנעס אלס איד, און ווי אויך וואס זיי האבן אלס צו פארציילן איבער זייערע הצלחות און דורכפעלער וואס קענען זיין א לימוד.

די וועלט זאגט אז מ'לערנט זיך אויף די אייגענע בארד, עס איז נישט אלס אזוי, יענעמ'ס בארד איז פונקט גוט צום לערנען, מ'דארף נאר וועלן לערנען.

זייענדיג אין ביזנעס איבער צוואנציג יאר מיט אסאך עקספיריענס אין האנדלען מיט מענטשן סיי מצד מיינע אייגענע געשעפטן, און ווי אויך מיט העלפן אנדערע אין זייערע געשעפטן, האב איך ב"ה געלערנט זייער אסאך אין מסחר, נישט אין קאלעדזש, און נישט אין קיין סעמינארן, נאר פון די שווערע טאג נאך טאג אנגייענדיגע רוישיגע ביזנעס וועלט וואס שיקט כוואליעס פון מעסעדזשעס יעדן טאג און מ'דארף עס נאר הערן און אבזערווירן.

ווי געוויינליך קומט אויס פאר מענטשן וואס זענען נישט צו שטיל אדער צוריקגעצויגן צו ווערן אריינגעשלעפט אויך אין עסקנות און מ'זענען מיר געווארן במשך פון די יארן שטארק פארנומען מיט האנדלען מיט מענטשן פון פארשידענע שטרעמונגען אינטער פארשידענארטיגע מצבים, און דאס אויב זאלן מיר מצליח זיין צוזאמנעמען לפונדק אחד, און אויף אן אנגייענדיגן שטייגער מיטטיילן מיט די חשובע לייענער איז דער ציל פון אט דעם קאלום וואס האפנטליך חפץ ד' בידינו יצליח.

אנגעהויבן האב איך אלס א מלמד אין קינדערגארטן סאטמאר אין וויליאמסבורג און פון דארט האט מיך דער עצת ד' געפירט אריין אין די לייף אינשורענס ביזנעס, קודם אין די ברוקלין פיינענשעל גרופ אין וויליאמסבורג, און נאך אפאר יאר בין איך אריבער צו די "ניו יארק לייף" פירמע, ווי איך בין שוין ב"ה טו"ב יארן צום גוטן.

אינדערצווישן פארשטייט זיך האב איך אסאך אנדערע אקטיוויטעטן עוסק געווען, און ווייטער עוסק בעזרת ד', און איך וועל נישט אריינגיין אין אלע דעטאלן, אבער האפנטליך במשך ה"קאלום" וועלן מיר זיך אי"ה מער באקענען און מ'וועל מיר לערנען פון דעם עבר סיי פון מיין אייגענעם פערספעקטיוו, און ווי אויך וואס מיר וועלן פרובירן צו נאשן און באקומען פון אנדערע חשוב'ע ביזנעס לייט וואס מאכן נישט קיין קאלום אבער האבן וואס צו פארציילן.

איך בין שוין בעצם לאנג ביי די מיינונג אז כלל ישראל האט א פארמעגן וואס ווערט פארזעהן און וואלט מער געדארפט גענוצט ווערן, און איך בין גרייט צו העלפן דאס צו מאכן געשען. אונז האב מיר א געמיינדע פון אידן וואס ווערן גערופן "עלטערע בעלי בתים" מאנכע האבן שוין רעטייערט, און אזוינע וואס האבן סעמי רעטייערט, וואס קומען פון א גאר רייכן ביזנעס פארגאנגענהייט, און וואלטן אסאך געקענט העלפן דעם אינגן דור פארשטיין גאר וויכטיגע כללים אין געשעפטן.

עס איז א טעות צו מיינען אז אין דעם הינזיכט האבן זיך צייטן געטוישט, כאטש וואס אונזערע פארגייער עשירים האבן געדרייווט טייערע בלויע סטעישאן וועגאן'ס, און די היינטיגע קבצנים דרייוון שוין יוקאן'ס און נעוויגעיטארס. (איך זאג עס גוט?) אבער דער קאנצעפט פון חשבון און מעטה האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, און דער פאך פון "ביזנעס" האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, מ'דארף נאר וויסן וואו עס צו נוצן.

ווען עפרון האט געהאנדלט אויפן פרייז אין מערת המכפלה אין די אנוועזנהייט פון די בני חת איז עס געווען א ספעקטאקאל וואס איז זיכער געווען באשריבן אויף פארמעטענע נייעס באריכטן אדער האלצערנע טאוולען אויפגעשטעלט אויף זאמדיגע סטרוקטשורס, גיי ווייס וואס זיי האבן גענוצט, אבער דער וועג וויאזוי ער האט געהאנדלט איז עפעס וואס זיינע אייניקלעך טוען נאך היינט. מיר קענען זיי אלע, און מיר ווייסן צומאל אז מיט זיי איז נישט גוט צו מאכן געשעפטן, און אמאל פאלן מיר דורך.

אבער צום פינטל איז קלאר אז עפרון איז געווען א באטריגער, און אין די היינטיגע וועלט וואלט ער נאך אלס געווען רעלעוואנט, ער וואלט נאר געהייסן א "פיפיגער ביזנעסמאן" , אלזא גארנישט האט זיך נישט געטוישט נאר די נעמען וויאזוי מ'באצייכנט אים.

לאמיר אננעמען אז המן הרשע איז געווען אויסער א רשע און עמלקי אויך א פאליטיקאנט, וואס אלס א קאבינעט מעמבער פון אחשורוש האט ער געוואוסט וויאזוי צו ארויסבאקומען א רינגל פון דעם קעניג, און מאכן א חורבן מיט דעם זיגל, וואס ב"ה לא עלתה בידו, אבער זיינע נאכגייער לעבן מיט אונז היינט, ווער פון זיי רשעים, און ווער נישט אזוי שטארק, דער מהלך איז די זעלבע.

די ווארט איז אז מ'קען אסאך לערנען פון די אלטע היים, און דאס האף איך אויך צו קענען דעליווערן אהער צו די חשוב'ע לייענער ווען מיר וועלן פרובירן צו נאשן פון די גאר ריזיגע אוצר זאפאסן פון די רעטייערטע און סעמי רעטייערטע חשוב'ע ביזנעסלייט וואס זיצן שוין היינט און לערנען, צו זעהן וואס מיר קענען פון זיי לערנען לענינינו.

פארשטייט זיך אז מ'מוז נישט זיין רעטייערט צו קענען העלפן אנדערע, ביזנעס לייט פון סיי וועלכן זייט פון די מטבע, אנגעהויבן ביי פראדוקטן און געענדיגט ביי סערוויסעס, ועד בכלל, זענען זייער וועלקאם אונז אריינצושיקן סיי וואס זיי מיינען אז עס קען העלפן דעם המון עם, און מיר וועלן ערנסט אין באטראכט נעמען פארשלאגן און טון דאס מאקסימום וואס שייך אז עס זאל ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן.

די וועלט אין וועלכן מיר לעבן היינט איז גאר פארמאל, און איינע פון די זאכן מיט וועלכן פראדוצירער פון סיי וועלכע פראדוקטן דארפן זיך ספראווען איז מיט די לעגאלע נאטיצן צו מאכן זיכער אז מ'ווערט נישט געקלאגט פאר גרויסע סומעס געלט, און מ'לייגט אריין אזוינע קליינע שורות וואס דערמיט פטר'ט מען זיך אז מ'האט געטון דאס מערסטע צו מודיע זיין דעם קאנסומער איבער די מעגליכע סכנות אדער אומגליקן וואס דער פראדוקט קען ברענגען, און אויף די אנדערע זייט פון דעם פראדוקט לייגט מען קאלירטע שרייענדיגע געוואלדאוונע מעסעדזשעס איבער דעם אוממעגליכקייט פון נישט נוצן אדער פארזוכן דעם פראדוקט. און אזוי דרייט זיך א וועלט.

אלזא בעפאר איך נעם אן דעם כבוד צו באשיינען דעם שטובל מיט אונזער נייעם קאלום, וויל איך מאכן א גאר קורצע הקדמה וואס זאל געזעהן ווערן ווי אזא סארט דיסקלעימער וואס דארף אלס אין באטראכט גענומען ווערן ווען איר ליינט אונזער קאלום.

א נייער קאלום, נישט קיין נייער געדאנק, עס יאווענען זיך אין די היינטיגע וועלט גענוג און נאך, און די שוועריגקייט פון אנהאלטן אינטערעסע אין א לייענער באזע איז מיטן כסדר אויפקומען מיט שרייעדיגע פראזן אדער חידושים וואס דארף האלטן אונזער קורצן קאנצענטראציע שפאן צו וועלן ווייטער לייענען,

ווען מ'שרייבט איבער ביזנעס, פרנסה, געלט, פינאנץ, זאכן וואס טראגן א גאר ערנסטן געוויכט, איז זייער וויכטיג צו געדענקען אז נישט אלעס וואס איז וויכטיג איז אינטערסאנט, און נישט אלעס וואס איז אינטערסאנט איז וויכטיג.

מ'דארף אויך וויסן ביים לייענען א קאלום אז ס'איז להלכה ולא למעשה, דהיינו, מ'קען נישט נעמען דעם קאלום ווי א רעסעפי ביכל און שטיין ביים טאפ און אריינלייגן אינגרידיענס, וואס דארף איך טון נעקסט? מיש אריבער! ניין, ס' ארבייט נישט אזוי, דער קאלום איז חומר למחשבה, און ווען ס'קומט למעשה איז אלס וויכטיג צו נעמען אייגענע מח און עקספערטיז פון אנדערע ווען ס' פעלט אויס, און נאר נוצן א קאלום אלס א מהלך וויאזוי עס צו באטראכטן, אבער טראכטן דארף מען אליינס.

פארשטייט זיך אז מ'קען זיך צו אונז פארבינדן פאר אזוינע שמועסן פערזענליך, אבער דאס איז נישט דער נקודה פון א קאלום.

ובזה החלי:

הצלחה איז א גאר ברייטער טערמין וואס איז שווער צו ארומנעמען מיט ווערטער, עס האט אן אנדערן משמעות אלעמאל, עס קענען זיין צוויי אידן פון זעלבן חדר און זעלבן קאליבער מיט די זעלבע מאטריאלע ווערדן, און איינער זאל זיין א מוצלח, און דער צווייטער א לא יוצלח.

מ'באצייכנט צומאל א מענטש אלס א שלימזל אדער שלימואל, אן עקסטערע דעבאטע אויף די פארשידענארטיגקייטן פון די צוויי טיטלען, אלנספאלס איז דאס עפעס וואס געוויינליך ווערט דאס אליינס ארויפגעשמירט אויפן מענטש מיט די אייגענע צוויי הענט, די גאס ליינט נאר די שילד וואס דער אידל האט זיך אויפגעהאנגען אויפן רוקן אז "איך בין א שלימזל".

שלימזלות און לא יוצלח האט נישט מיטן מזל פון דעם מענטש, עס האט מיטן נאטור און שטאנד אדער שטעלונג (עטיטוד) פונעם מענטש וואס באשטימט אים דעם טיטל. און איך וועל דאס מסביר זיין אין די רייען פון דעם קאלום אביסל מער באריכות, אבער לענין פון דעם פארווארט וויל איך צוקומען צום "דיסקלעימער".

ווען מ'שרייבט איבער פרנסה און הצלחה דארף מען אלס געדענקען אז נשט נאר אלס א דיסקלעימער נאר מיר אלע קענען אין פאקט מעיד זיין אז לא לחכמים לחם, און אין חכמה ואין תבונה ואין עצה לנגד ד'. מ'קען נאר פארדינען און האבן פונקטליך וויפיל ס'איז באשערט, און איך זאג דאס נישט ווי איינער וואס לייענט פון א סקריפט און מ'מוז דאס זאגן ווייל מ'מוז זיין אידישליך און פאליטיקעלי קארעקט, נאר זייענדיג אין מסחר פאר איבער צוואנציג יאר אויב וואלט איך אמאל ח"ו געהאט א מחשבת פני' אז מ'קען אליינס האב איך מיך שוין אויף די אייגענע בארד איבערצייגט אלעמאל אז ניין, נישטא קיין וועג, נאר תפלה און הודאה, בעטן דעם באשעפער אויפן עתיד, און דאנקען דעם באשעפער פארן עבר און הוה, נאר דאס העלפט, און אלעס ארום איז פשוט א חסד פון הימל אז מ'לאזט אונז קליינע באשעפענישן זיך איינרעדן אז מיר מאכן עפעס א דיפערענץ מיט אונזער אייגן שכל. וואס פאר דעם אליינס דארפן מיר דאנקען דעם אויבערשטן פארן אונז געבן די הנאה פון שפירן אז מיר זענען רעלעוואנט, און אז מיר שפילן עטוואס א ראלע אין טאג טעגליכן לעבן.

אלזא ווען איר לייענט עצות און טאקטיקן אין דעם קאלום, דאס איז אלעס נאר נאכדעם וואס דער הקדמה איז קלאר, און מיט דעם אין באוואוסטזיין קענען מיר אנהייבן דעם נייעם קאלום.