יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דער רויער אייזן

פתח הגליון · פרקי אבות – פרק ה'

א גרויסער פאבריק וואו עס ווערן פאבריצירט די שענסטע טעפ און כלים וועלכע ווערן דערנאך ארום געשיקט איבעראל אין דער וועלט, אין דעם פאבריק קומען אריין די רויע מאטריאל אייזן און קופער און דאס גלייכן, און ווערט גלייך אריינגעלייגט אין מאשינעריע וואס טוט זיי שמעלצן און פארמירן צו פארשידענע כלים פון אלע סארטן.

דערנאך ווען די כלים קומען ארויס פארטיג ווערן זיי געפאקט שיין און ארום געשיקט אין דער גארער וועלט און פארקויפט ביי די מאסן פאר פארשידענע פרייזן כפי זייער ווערד.

אין דעם אפטיילונג פון וואו די כלים ווערן ארויסגעשיקט טוט זיך א גרויס גערודער, מ'מוז פונקטליך וויסן וואו יעדן טעפל צו שיקן, יעדעס לענדל האט זיך זיינע אייגנארטיגע געברויכן, עס איז דא וואו א גרויסער טאפ איז גאנגבאר, עס איז דא וואו א קליין געבויגן טעפל איז א גוטער מקח וממכר, און לויט די אלע פארשריפטן זיצן צענדליגער ארבייטער און סארטירן די סחורה נישט צו פארבייטן זייערע ענדגילטיגע מארק פלעצער.

פון די אנדערע זייט אין א ווינקל זיצט זיך איין ארבייטער, ער איז דער וואס ברענגט אריבער די אייזן, די קופער פון וועלכן די כלים ווערן דערנאך געמאכט, ער קוקט זיך צו צום גרויסן גערויש ביי זיינע קאלעגען און דאס הארץ גייט אים איין פאר קנאה, פארוואס דארט דזשומעט ווי א בינען שטאק, מ'שיקט אויף אלע עקן וועלט, און ער איז נאר פארנומען פון איין פלאץ צו ברענגען די רוי מאטריאל צום פאבריק. ער האט זיך געשפירט גאר איינזאם.

ער איז אויפגעקומען אויף א וואזשנעם בייפאל, ער האט זיך געוואנדן צום בעה"ב און געפרעגט צו וואלט נישט פאסיגער  געווען אז אויב גייט מען שיקן א קופערנעם כלי קיין יאפאן זאל די קופער קומען פון יאפאן, אוון אויב שויקט מען א אייזענעם כלי קיין כינע זאל מען פון דארט נעמען דעם אייזן און אזוי ווייטער, מ'שיקט דאך דאס פאר זיי צום באנוץ.

פארשטייט זיך אז דער בעה"ב האט מסביר געווען דעם ארבייטער, אז א רוי שטיקל אייזן איז קיין סאך נישט ווערד און ס'גייט קיינעם נישט אין לעבן פון וואו דאס אייזן קומט, אבער איינמאל דער אייזן באקומט א שטיקל צורה מיין טייערער ארבייטער וועסטו זעהן אז מ'טוישט איר נאמען, ער ווערט מער נישט באטיטולט אלס אייזן נאר אלס טעפל, אדער אלס טעלער און אזוי ווייטער, וואס דאן איז ער שוין ווערד עפעס דארפן מיר נאר זעהן וואו ער איז מער ווערד און וואו מ'קען מער איינלייזן אויפן פראדוקט.

זאגט די הייליגע משנה די וואך אין פרק ה', שבעה דברים בגולם ושבעה דברים בחכם, די משנה איז מסביר חכם אינו מדבר בפני מי שהוא גדול בחכמה, ואינו נכנס לתוך דברי חבירו, ואינו נבהל להשיב, שואל כענין ומשיב כהלכה, ואומר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, ועל מה שלא שמע אומר לא שמעתי, ומודה על האמת, וחלופיהן בגולם.

עס איז באקאנט דער דיוק פארוואס דערמאנט די משנה קודם דעם גולם, אבער ווען ס'קומט צו אויסרעכענען די כללים רעדט די משנה פון דעם חכם, און ביים גולם נאר מיט די אויספיהר פון חלופיהן בגולם, עס וואלט געדארפט זיין אדער אויסגערעכנט דער חכם ערשט, אדער אויב איז דער גולם ערשט זאל די משנה דערמאנען די מדות פון דעם גולם און דערנאך וחלופיהן בחכם.

דער ברטנורא איז מסביר אז א גולם ווערט אזוי גערופן ווייל ער איז ווי א אומגעפארטיגטע כלי, ער איז אומגעפארטיגט מיט מדות, מיט דעת, און מיט חכמה. דעריבער ווערט ער אנגערופן ווי א שטיק מאטריאל א גולם וועלכער האט נישט קיין נאמען פון א כלי.

דער רמב"ם ברענגט אראפ נאך פארשידענע נעמען וואס מיר געפינען אין חז"ל צו באצייכענען אן אומגעפארטיגטן מענטש, און ער איז מסביר אז דער גולם האט באמת די מעלות און מדות אבער ער איז זיך נישט משלים אין זיי, דאס הייסט אז דער בור אדער דער עם הארץ איז אזוינער וואס ער קען בכלל נישט לערנען אדער האט בכלל נישט קיין מדות, ווידעראום דער גולם קען לערנען, ער האט מדות, אבער ער נוצט זיי נישט אויס ריכטיג.

דער גולם איז א אייזן, אבער ער איז נישט אויספארמירט ווי א כלי, ער איז א האלץ אבער האט נישט קיין בית קיבול, מ'מוז אים פשוט נאך ארום באפעסטיגן און ארום פארמירן אז ס'זאל ווערן א נוצבארער כלי. ווידער דער בור איז נאך נישט דא קיין מאטריאל בכלל, עס איז נאך נישטא קיין אייזן, נישטא קיין האלץ.

און דערפאר רעכענען חז"ל אויס דעם גולם קודם, וויבאלד דאס איז יעדער מענטש קודם, יעדער איז קודם די מאטריאל, דער רוי מאטריאל קומט פון איין און זעלבן פלאץ מאין באת, ער איז באמת גארנישט מער ווי דער אנדערער, און דאן האט ער די בחירה זיי צו נוצן ריכטיג און מאכן א כלי, און דאן ווען ער איז שוין א כלי ווערט ער גאר אנדערש ווי דער אנדערער וועלכער האט זיך נישט אויסגעארבייט.

דערפאר ווען די משנה רעכנט שוין אויס די זיבן חילוקים, רעדן מיר בכלל נישט פון דעם גולם, ער איז אין קורצן גארנישט, ער האט נישט קיין דעטאלן. ווידער דער חכם איז א אויסגעארבייטע כלי, וועלכעס האט נוצבארע אויסגעארבייטע דעטאלן פון וועלכן מ'קען מער מרחיב בדיבור זיין.