יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

אסיפה ביים אדמיניסטראטאר

פתח הגליון · פרקי אבות – פרק ד'

אין שטוב פון אדמיניסטראטאר פון א גרויסן מוסד אין אמעריקע זיצן די קאמיטע מיטגלידער און זענען זיך מתווכח איבער דברים העומדים על הפרק, מ'רעדט פון אלע פראבלעמען, און אלע געברויכן פון דעם גרויסן מוסד. יעדן טאג מאכט זיך אנדערע שטרויכלונגען וואס דארפן באהאנדלט ווערן, עס פעלט זיך אויס באזונדערע פעולות און תחבולות אין יעדע פון די אלע ענינים.

עטליכע אנוועזנדע זענען אויף די קאמיטע פון די רוחניות'דיגע ועד החינוך, אנדערע זענען די הנהלה גשמי וואס באפאסט זיך מיט די פינאנציעלע ענינים, דערנאך זענען דא די וואס גיבן זיך אפ מיט שמירה אויף די בנינים און חפצים פון די מוסדות, א גרופע וואס באפאסט זיך מיט די שוואכערע תלמידים וואס דארפן ספעציעלע שמירה און אזוי ווייטער.

דער אדמיניסטראטאר זייענדיג דער פוסק אחרון ווען מ'באשלוסט סיי וועלכע אנגענומענע באשלוס, זיצט אויבן אן און האלט מיט די ויכוחים, ער נעמט א שטעלונג, ער פרובירט צו פארשטיין, ער נוצט אלע זיינע טאלאנטן זיך אריינצולייגן אין דעם מצב און ארויסצוהאבן דעם טיעפקייט פון דעם פראבלעם, ער האט א ברייטע וויזיע, א קלארע פארשטאנד, ער מוז קענען אין די קורצע צייט פון א אסיפה קולט זיין דעם גאנצן פראבלעם מיט די פיל זייטיגע נאכווייען און תוצאות פון סיי וועלכע פעולות.

פארשטייט זיך אז ווען מ'רעדט פון חינוך זענען די ועד החינוך די וואס זענען ראשי מדברים, זיי לייגן אראפ זייערע פראבלעמען, דער גאנצער ועד הערט זיך צו מיט אינטערעסע, און דערנאך דעבאטירט מען טיעפער צוזאמען מיט פארשטאנד.

אזוי ווען די גשמיות'דיגע הנהלה נעמט דאס ווארט זיצן אויך די אנדערע און הערן זיך צו מיט נייגער, און ווייטער דערפירט זיך א שמועס צווישן אלע הנהלה מיטגלידער מיט עצות און הצעות וואס זענען רעזולטאטן פון די אינפארמאציע וואס מ'האט נארוואס געהערט פון די יושבים בראש אין דעם ענין.

און אזוי ביי יעדע קאמיטע וועלכעס רעדט פון זיינע פרטים הערן זיך אלע אנדערע צו מיט אינטערעסע, און שלאגן פאר געדאנקען און הצעות וועלכע די קאמיטע הערט אויס און קאמענטירט לויט זייער עקספערטיז אין דעם ענין, צו ס'קען זיך אויסארבעטן אדער נישט.

ביי די היינטיגע אסיפה זיצט א נייער מיטגליד ר' שלום וועלכער איז געשטעלט געווארן צו ארויסהעלפן די ועד וואס באפאסט זיך ארויסצושיקן די פאסט צו די עלטערן ווען אימער עס דארף ווערן געשיקט סיי וועלכע מודעות. עס איז נישט די וויכטיגסטע קאמיטע פארשטייט זיך אבער וויבאלד ער איז אין א קאמיטע האט ער דעם כבוד אויך צו זיצן אין דעם גרויסן אסיפה פון אלע הנהלה מיטגלידער.

גראד ביים אנפאנג ווען מ'האט גערעדט פון די חינוך האט ר' שלום כסדר אריינגעהאקט מיט זיינע הצעות און בריליאנטענע געדאנקען וויאזוי מ'קען פארבעסערן דעם חינוך הטהור אין דעם מוסד.

ווען מ'האט גערעדט פון די פינאנציעלע לאגע, טראץ וואס ר' שלום ביי זיך אינדערהיים איז ער נאך קנאפ א מבין וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט די חובות, האט ער אבער געהאט א טוץ מיט געדאנקען וויאזוי מ'קען העלפן דעם מאלטי מיליאן דאלערדיגן בודזשעט פון מוסד מיט אפאר בליציגע רעיונות.

די הנהלה מיטגלידער קענען נאך נישט ר' שלום אבער זיי קוקן מיט וואונדער ווי אין יעדן הינזיכט רעדט ער אריין, און ער שפירט ווי מ'האט אים טאקע פאר דעם גערופן ווייל מ'איז אובד עצות, און ער מיט זיין חכמה ותבונה וועט אריינברענגען א קיום צום מוסד. עס האט געקאסט א שמייכעלע, אבער די הנהלה מיטגלידער וועלן ח"ו נישט באליידיגן א איד ברבים אים צו בעטן צו שווייגן אביסל און זיך צוקוקן צו די תהלוכי הדברים קודם.

ביז עס איז געקומען די רייע צו רעדן פון ר' שלום'ס נושא, די מודעות פאר די עלטערן, עס זעהט טאקע אויס ווי א קלייניגקייט אבער דער אדמיניסטראטאר מאכט קלאר אז מ'האט דא אויפגענומען ר' שלום צו אפגעבן זיך דערמיט ווייל עס איז יא א וויכטיגע באשטאנדטייל אין דעם קאמיוניקאציע מיט די עלטערן.

מ'שטעלט פראגן פון ר' שלום, מ'וויל פארשטיין וואס די קליינע מודעות קאמיטע טוט אויף, וואס זענען די אויסגאבן, וואס מ'קען טון נאך בעסער צו מאכן.

ר' שלום זיצט ווי געלעמט, מ'הערט נישט פון אים קיין תשובות, האלבע ווערטער, און נישט געענדיגטע זאצן, ער זעהט אויס זייער אומבאהאוונט, ער קוקט זיך ארום פארלוירן, ער איז פלוצים שפראכלאז.

דער אדמיניסטראטאר נעמט זיך אן קוראזש און פרעגט: ר' שלום, ביז אהער ביזטו געווען א קופץ בראש, דו האסט אין אלעם אריינגערעדט ווי א מומחה, קיינער האט דיר נישט געזאגט גארנישט, אבער ווען ס'קומט צום ענין וואס איז דיין אויפגאבע, עס איז דיין ארגעניזאציע, דו ביזט פאר די סיבה דא היינט געקומען צו קענען מיטטיילן וואס דארט טוט זיך, און וואס מ'קען טון בעסער צו מאכן, ביזטו ווי א פארלוירענער הינדל, דו רעדסט נישט? וואס גייט דא פאר? עפעס איז נישט אין ארדענונג.

ר' שלום נעמט דאס ווארט און זאגט: איך בין באמת גאר א קלוגער מענטש, ווי איר אלע קענט עדות זאגן פון מיינע טיעפזיניגע עצות וואס איך בין כסדר אויפגעקומען אין יעדן הינזיכט פון די הנהלת המוסד, דא פלוצים ווען ס'קומט צו אזא קלייניגקייט ווי די מודעות צו די עלטערן בין איך אביסל אומבאהאוונט, און שוין ווארפט מען מיר פאר? ווער נאך ארום דעם טיש האט אזויפיל ארויסגעהאלפן ביי אלע אנדערע זאכן ווי איך? קען דען איין מענטש אלעס וויסן? בין איך דען א מלאך?

די משנה זאגט, איזהו גבור הכובש את יצרו. מ'קען מדייק זיין אין דעם לשון פון הכובש את יצרו, איז דער יצר עפעס א פארמעגן וואס געהערט צו דעם מענטש? עס וואלט געברויכט שטיין, איזהו גבור הכובש את היצר, וואס איז דער לשון יצרו?

די משנה קומט אונז לאזן הערן א גאר טיעפן לימוד, דער מענטש איז זייער גרינג כובש דעם יצר הרע, ער האט פונקטליך ארויס וואס מ'ברויך טון און וואס יענער דארף מתקן זיין, ער קען זייער שנעל ארויסגעבן א תשובה און א תיקון פארן שכן און חבר, ער ווייסט פונקטליך ווען מ'שמועסט אין ביהמ"ד וואס יענעם'ס פארברעכן איז געווען און פארוואס יענער איז נישט מצליח ברוחניות און אזוי ווייטער.

אמאל אפי' איז דער מענטש אן פשוט'ער ארבייטער וועלכער עפנט נישט אויף קיין גמרא משבת לשבת, און אמאל מחודש לחודש, אבער ווען ס'קומט צו פאשטיין די תרי"ג מצוות פון זיין חבר אדער אפי' זיין רבי פון וועם ער לערנט און וועם ער וואלט געברויכט צו רעספעקטירן, איז ער א יחיד מומחה.

ווען ס'קומט צו די קלייניגקייטן, זיין אייגענעם אידישקייט, זיין אייגענע ארימע עבודה, קוקט ער זיך אן און ער פארשטייט אז פאר אזא עובד ד' וועלכער קען זיך אויס מיט אלעמענס עבירות און מצות איז נישט קיין גרויס פעלער אז די פאר קליינע יצר הרע'לעך מיט וואס ער אליינס דארף זיך באפאסן קען ער נישט דערמיט זיך געהעריג אפגעבן, ער קען דאך נישט אלעס, ער איז דאך נאר א מענטש.

אלזא ער באזיגט דעם יצר הרע אויף אלע פראנטן, נאר די קליינע פיצינקע נישטיגע פראנט אויף וועלכן מ'האט אים געשטעלט, און מ'האט אים באאויפטראגט מיט די פולקאמע שמירה, דארט איז ער שוואך, דארט פארלירט ער לשון, און דארט ווערט ער אומווירקזאם.

דאס לערנט אונז די משנה, איזהו גבור, נישט דער וואס באזיגט "יענעמס" יצר הרע, נאר הכובש את "יצרו", דעם קליינטשיגן יצר הרע דעם אייגענעם דארף מען באזיגן.

גוט שבת