אין ילקוט מעם לועז ווערט געברענגט א שיינער משל צו פארשטיין דעם ענין וואס די משנה זאגט דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא.
פאר דעם בשר ודם איז נישט מעגליך משיג צו זיין בכלל וואס די ווערטער מיינען, וואס איז דער מושג פון דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים. פארן פשוט'ן חומר איז דער עצם ענין פון געבן דין וחשבון יא שייך צום פארשטיין און קען ברענגען דעם מענטש לידי תשובה, ווען ער בארעכנט זיך אז אלס וואס ער טוט ווערט פונקטליך פארשריבן און פאררעכנט, און גארנישט ווערט נישט פארזעהן.
דער ילקוט מעם לועז איז מסביר אז דאס וואס די משנה זאגט אז דער מענטש זאל אויך טראכטן אז דער חשבון איז לפני מלך מלכי המלכים קען מען פארשטיין ווי פאלגענד.
אין די בתי משפט און גויאישע געריכט הייזער איז דער סדר אז יעדע סארט חטא האט זיך א אנדערע פלאץ צום משפט'ן, אויב איז עס א גאר קליינער זינד וועט עס ווערן געברענגט צום לאקאלן נידעריגן שופט אין דערפל אדער שטעטל, און אזוי אויך די שטראף קען דער שופט נאר געבן א קליינעם און מינדערוויכטיגן אדער א קליינעם געלט שטראף.
אויב איז עס שוין א גרעסערער חטא דארף מען שוין גיין צו א גרעסערן שופט וועלכער איז שולט אויף א גרעסערן געביט, און קען אויך געבן א גרעסערן שטראף פאר דעם זינדיגן.
אויב איז עס גאר הארב וועט דער משפט געברענגט ווערן פארן שופט המדינה וועלכער איז געשטעלט דורכן קעניג אליינס, און דאן קען די שטראף אויך זיין גאר הארב, אזש ביז טויט שטראף.
ווען דער מענטש ווערט גענומען צום משפט, אפי' נאך פאר עס קומט ארויס א פסק דין, דער עצם גיין אין געריכט אויב ווערט ער גענומען צום קליינעם געריכט הויז וועט ער זיך נישט אזוי קימערן, אבער אויב הערט ער אז מ'פירט אים צום גרעסטן בית משפט, כאפט אים א אומגעהויערע שרעק, טראץ וואס עס קען זיין ער וועט גיין פריי פונעם משפט, אבער דאס אליינס אז אהין פירט מען אים ווייזט אויפן חומר פון די זינד, און וואס עס ווארט אים אויב ווערט ער געפונען שולדיג.
ווי מענטשן זאגן ווען מ'פירט איינעם אין געריכט אריין טראץ וואס ס'איז אנגענומען דער כלל פון "אומשולדיג ביז מ'ווערט געפונען שולדיג", שפירט מען זיך שוין באשולדיגט, און מענטשן טייטלען שוין מיטן פינגער ווי מ'וואלט שוין געפונען דעם מענטש שולדיג, ווייל אז מ'איז אים חושד מ'באשולדיגט אים מיט עפעס איז זיכער דא דערין עפעס, אזוי איז די סדר פון דעם מענטש צו טראכטן, און ווי שטערקער און גרעסער דער כאראקטער פון דעם בית משפט, אלס מער גיבט עס צו צום אומבארעכטיגטן באשולדיגונגען אויף דעם באשולדיגטן.
דערפאר דאס עצם וויסן אז מ'גייט אפגעבן דין וחשבון איז פאר זיך גאר אן אפעקטיווער מהלך צו ברענגען צו תשובה, אבער ווען דער מענטש ווייסט אז עס איז נישט קיין דין וחשבון אין קליינעם געריכט הויז, עס איז ביים מלך מלכי המלכים אליינס, און ער טראכט צו זיך, אויב איך דער יסודו מעפר וסופו לעפר, נאכן טראכטן פון מאין באת ולאן אתה הולך, פאר מיין נידעריגע זינד ברענגט מען מיך ארויף צו דעם גרעסטן געריכט וואס איז שייך צו פארשטיין, דאס ברענגט דעם מענטש צו א גרעסערע התעוררות לתשובה שלימה.
דער מענטש קען נישט פארשטיין דעם גרויסקייט פון דעם געריכט, אבער ער קען איין זאך יא פארשטיין אז ס'איז גרעסער ווי סיי וואס ער קען זיך פארשטעלן, ער ווייסט אז ס'איז עפעס גאר גרויס, טראץ וואס אומבאגרייפליך פארן מענטשליכן אויג. דאס איז וואס דער תנא זאגט:
דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון, אויסער דעם עצם געדאנק צו געדענקען אז מ'גיבט אפ דין וחשבון, געדענק אז עס איז נישט אין קיין פשוט'ן געריכט, עס איז ביים מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא אליינס.
ונזכה לתשובה שלימה
לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון