יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דער בעל חסד מיט זיין שכן

פתח הגליון · פרקי אבות – פרק ב'

ר' ישעי' איז א איד א מוקיר תורה ורבנן, א איד אליינס א גרויסער תלמיד חכם, און א שטיצער פון אלעם הייליגן. אז א איד דארף אמאל א טובה פון ר' ישעי'ן קען ער אלס ביי אים טרעפן אן אוזן קשבת, ממש א רך הלבב און איש המעש.

וואוינט ר' ישעי' אין א געביידע מיט נאך שכנים, און מ'קומט זיך ב"ה אויס זייער פיין איינער מיטן צווייטן, אמאל בארגט מען זיך חפיצים און אמאל שמועסט מען סתם אזוי א פריינדליכן שמועס אויפן וועג אהיים פון ביהמ"ד, די קינדערלעך שפילן זיך צוזאמען, א שטייגער ווי עס פאסט זיך ביי שכנים.

ויהי היום און א שווארצער קאץ איז דורכגעלאפן צווישן די שכנים, וואס האט פאראורזאכט א פארטייבנדע רוגזה שווייגעניש, קיינער רעדט נישט צו קיינעם, און קיינער גריסט נישט קיינעם, די גרינע גראז וואו די קינדערלעך שפילן זיך געוויינליך איז יעצט ליידיג און פארוויסט אן די זיסע קולכ'לעך פון די קינדערלעך, עס הערשט א קריגס צושטאנד אין בנין וואו ר' ישעי' וואוינט.

וואס האט פאסירט? א שכן האט געוואלט ארויס בויען א גרעסערן באלקאן און דער אינטערשטער שכן אונזער ר' ישעי' האט נישט געוואלט לאזן, און עס האט נישט געהאלפן קיין געבעטן און קיין הסברים, ר' ישעי' מיט זיין גוט הארץ האט זיך געהאלטן ביי זיינעם, און עס האבן זיך געשאפן צוויי מחנות צווישן די שכנים, א חלק וועלכע האבן גענומען א שטעלונג מיט ר' ישעי'ן און א חלק וועלכע האבן מיטגעפיהל מיט דעם שכן וועלכע וויל ארויסבויען.

און אזוי האט זיך פון א רואיגע און איינגענעמע סביבה געשאפן א פולווער און קריגס צושטאנד מיט אנגעצויגענע געמיטער און אלע קליפערליך מיט וואס אזא מערכה'לע קומט מיט.

א גוטער פריינד האט געפרעגט פון ר' ישעי'ן א גאר הארבע פראגע: דו ביזט דאך א איש החסד, דו לייגסט דיך אוועק פאר א צווייטן אין די לענג און אין די ברייט, ביזט גרייט אוועק צו געבן אלעס פאר א איד, און דא סך הכל האט דיין שכן געוואלט עפעס א טובה וואס וואלט דיך גארנישט אפעקטירט באמת, נאר דאס אז דו האסט די רעכט אים אפצוהאלטן פון עס טאן, פארוואס שפירסטו נישט דעם דראנג צו טון א טובה פאר דיין שכן? איז ער נישט קיין איד? בעט ער דען עפעס זאלסט אים געבן פון דיינעם?

ר' ישעי' וועלכער האט גאר גוט פארשטאנען די פראגע האט זיך אליינס געווואונדערט טאקע, וואס ברויזט אין אים אזוי שטארק? פארוואס איז ער נישט גרייט אוועק צו געבן א קליין פיצינקע פון זיינע אזויגערופענע רעכטן פאר א שכן וועלכער דארף אביסל מער פלאץ אין שטוב?

דער אמת איז אז ר' ישעי' איז נישט קיין יחיד במינו, און ליידער זעהט מען דאס זייער אסאך אז וואוילע אידן וועלכע זענען גרייט זיך צו ווארפן אין וואסער פאר א צווייטן איד, אבער ווען ס'קומט צו אן אייגענעם שכן, און אמאל אן אייגענעם ברודער, וועלן זיי זיך נישט אוועקרירן פון זייערע לעגאלע אדער ערהאבענע רעכטן וועלכע זיי האלטן אזוי טייער.

פארוואס איז דאס טאקע אזוי?

מ'זאגט נאך א ווארט אז ביי א ברודער שטייט אין די תורה לא תשנא את אחיך, און פאר א חבר איז דער לשון ואהבת לריעך כמוך, דער שכל וואלט דאך געזאגט אז אהבה איז מער שייך ביי א ברודער ווי ביי א חבר. נאר וואס דען, מ'קען ביי א ברודער נישט פארלאנגען אזויפיל ממש אז מ'זאל זיך ליב האבן ווייל ליידער דער מציאות איז אז ווי נענטער א מענטש איז מיט איימיצן איז דער שטן מער מחרחר ריב אז ס'זאל זיין מחלוקת און שנאת חנם.

אבער דער ענין האט א טיעפער דערהער, עס איז די "רעכטן" וואס דער מענטש שפירט אז ער גיבט אויף ווען ער גיבט נאך פאר א נאנטן. ווען עס רעדט זיך פון א פרעמדן, שפירט ער אז עס איז א דורכגאנג, עס איז נישט קיין פגיעה אין זיינע רעכטן, ער האט נאר ברוב טובו אוועק געגעבן, ער שפירט זיך גוט אז ער האט א טובה געטון פאר א איד, אבער ווען ס'איז ערגעץ וואו ס'זעהט שוין אויס ווי ס'איז א פארלאנג, אדער דער מקבל שפירט אז עס קומט אים, צו מכח קירבות אדער סיי וועלכע געדאנקענגאנג, שפירט זיך דער מענטש ווי מ'האט בארירט זיינע סאמע רעכטן.

איך האב מיך צוגעהערט ווי א איד זאגט פאר זיינס  א חבר א גאנצן ווידוי אז ער האט געטון א פעלער און מיט גרויס ענוה און צובראכן הארץ האט ער מסביר געווען פארן חבר ווי ער האט א טעות געמאכט, און דער חבר האט אים געהאלטן אין בארואיגן, ניין יענקל דו האסט גארנישט געמיינט, דו ביזט געווען גערעכט, מאך דיך נישט אזוי שלעכט וכו', און יענקל טענה'ט צוריק אז ער איז יא שולדיג... ביז פלוצים איז אים דער חבר מודה, ווייסט איך וועל דיר זאגן, ביזט טאקע נישט געווען גערעכט, איך פארשטיי טאקע נישט וויאזוי דו האסט אזא אומרעכט געקענט באגיין.

וואס מיינט איר האט פאסירט? יענקל האט אויסגעדרייט דעם דאשיק און אנגעהויבן מסביר זיין תוך כדי דיבור ווי גערעכט ער איז, און פארוואס עס איז יא ריכטיג וואס ער האט געטון.

וואס מיינט דאס? דאס איז מעשים בכל יום, און פארוואס פאסירט דאס?

ווילאנג יענקל האט געשפירט אז ער האט קאנטראל אויף די סיטואציע, איז נישט אזוי געפערליך אז ער שפילט ענוה אביסעלע, איינמאל עס גייט ארויס פון קאנטראל און דער חבר נעמט אן זיין מיינונג איבער זיינע אומרעכטן, שפירט ער שוין ווי עס איז  א פגיעה אין זיינע רעכטן.

אט דאס פאסירט זייער אפט ביי שכנים און קרובים, מ'האט מורא אז די אומזעהבארע און אומשאצבארע רעכטן וועלן בארירט ווערן, און דער מענטש ווערט בלינד און קומט צו א ריכטיגן אויסברוך פון שנאת חנם.

די משנה זאגט רבי יוסי אומר שכן טוב. איינע פון די זאכן מיט וואס א מענטש דארף זיין זיכער צו זיין איז א שכן טוב, און די מפרשים זענען מסביר אז אזוי וועט ער זיך לערנען גמילות חסדים און גוטע מדות פון דעם שכן, איז דאך לכאורה שווער, צו וואס דארף דאס זיין דוקא א שכן? סתם א חבר איז נישט גענוג גוט זיך צו לערנען גוטע מדות?

אבער ווי אויבן דערמאנט קען דאס טאקע זיין פשט: אמת אז א חבר טוב האט א גוטע השפעה אויפן מענטש פונקט אזוי, און סיי וועלכע סביבה וואס  אמענטש געפינט זיך אויב זענען זיי ערליך און וואויל וועט ער נשפע ווערן צום גוטן, אבער די עקסטערע השפעה וואס א שכן טוב ברענגט מיט זיך, מיט דעם וואס ער ווייזט א ריכטיגן דרך אין חסד און אין אהבת שלום, דורך דעם וואס זיינע רעכטן ווערן נישט אזוי שנעל באקריוודעט, און ער איז מוחל אויף די אזוי גערופענע רעכטן, אט דאס איז עפעס וואס מיט סתם חברותא קומט דאס נישט מיט.