יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

העלפן דעם מלמד

פתח הגליון · פרקי אבות – פרק ב'

והוי זהיר במצוה קלה כבחמורה, שאין אתה יודע מתן שכרן.

ר' נחום איז געווען א גאר גוטער מלמד, ער האט פארשטאנען צום תכונת הנפש פון די יונגע תלמידים, ער פלעגט פון צייט צו צייט געבן פאר די קינדערלעך פארשידענע צוקערלעך און אנדערע מעדנים זיי צו באפרידיגן ווען זייער אויפפירונג איז צופרידנשטעלנד און גוט.

איינמאל האט די חדר זיך געצויגן צו א נייעם לאקאל און ר' נחום אלס א טיכטיגער מלמד האט געזעהן פאר א געלעגנהייט נאכאמאל צו געבן פאר די קינדערלעך עפעס א מתנה'לע וואס זאל זיי פרייליך מאכן, האט ער זיך פאר די קינדער אזוי פארגעשטעלט ווי דאס אריבערציען דעם חדר איז עפעס וואס ער קען נישט אליינס און ער דארף די הילף פון די קינדערלעך וואס דערפאר וועט ער זיי געבן א שיינע מתנה'לע לויט זייער ארבייט.

די קינדער זענען זייער פרייליך און מונטער געווען, עס איז זיי געפעלן דאס וויכטיגקייט וואס זייער ארבייט טראגט, זיי האבן זיך פארגעשטעלט אז דער רבי זייערער איז ממש אין א פארלעגנהייט און זיי האבן דא די געלעגנהייט צו העלפן ווי גרויסע לייט, און נאך באקומען א מתנת שכר בצדו.

איין יונגעלע טובי' האט געהאט גאר א שטארקן געפיהל צום רבי'ן און ער האט אפי' געשפירט עטוואס רחמנות געפילן אויפן רבי'ן וועלכער קען זיך נעבעך נישט אן עצה געבן דא אן די קינדער, און ער האט נאר געוואלט העלפן דעם רבי'ן ווי מער.

ווען מ'האט אים צוגעטיילט זיין ארבייט צום העלפן טראגן די קליינע קונטרסים'לעך און נישט די גרויסע שווערע גמרות, האט ער פראטעסטירט אז ער וויל זייער שטארק טון עפעס וואס קען מער העלפן דעם רבי'ן ווי סתם אפאר קונטרסים'לעך.

דער רבי האט זיך געמוזט אראפנעמען צייט און מסביר געווען פאר טובי'לען אז באמת קען ער ווען אליינס אלעס טראגן און ס'איז נישט געפערליך שווער, ער וויל נאר מזכה זיין די קינדער מיט א חלק אין די מצוה, און אז זיי זאלן זיך גוט שפירן אין העלפן דעם חדר דערפאר טיילט ער איין די ארבייט צווישן אלע קינדער צוגלייך, און עס איז נישט קיין חילוק וועלכע פון די ארבייט ווער עס טוט, דער עיקר איז אז די גאנצע ארבייט ווערט געטון דורך דעם גאנצן חדר.

די ספרים הק' שטעלן זיך אויף דעם לשון פון די משנה, א מענטש מוז דאך טון די מצוות און מעשים טובים שלא על מנת לקבל פרס, אלזא פארוואס זאל דער תנא זיך באציעהן צו דעם זהירות במצוה קלה כבחמורה צוליב דעם שכר, וואס עס זעהט אויס אז דער גאנצער סיבה פון טון די מצוה איז צוליב דעם שכר.

אין ספר מדרש שמואל ענטפערט ער אז די משנה וויל לאזן דעם מענטש לערנען אז די סיבה פארוואס הקב"ה האט נישט מגלה געווען דעם שכר פון א מצוה, וואס דורך דעם וואלט דאך א מענטש געקענט זעהן און מעסטן דאס חשיבות פון א מצוה און זיך קאנצענטרירן אויף די גרעסערע מצות אדער חשוב'ערע מצות, נאר אדרבה, דער מענטש זאל טון די מצות וואס מ'האט אים מזכה געווען פון הימל צו טון ווייל יעדע מצוה און יעדע מעשה טוב איז א חלק פון דעם שלימות התורה וואס א איד האט א חלק דערין.

ווען דער איד זאל פארשטיין אז די איינציגע סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די מצוות און מעשים צו טון איז ווייל רצה הקב"ה לזכות את ישראל, און נישט ח"ו ווייל הקב"ה דארף האבן די מצוה פאר זיינעט וועגן, נאר מרוב חסדו וטובו הרבה להם תורה ומצות אז די קינדערלעך זאלן קענען הנאה האבן פון זייער חלק אין די גרויסע תורה, און נאך דערצו באקומען א מתן שכרו בצדו.

ווען די גאנצע חדר ענדיגט די ארבייט און מ'קומט צום רבי'ן פאר די פיינע קאלטע קאלירטע געטראנקען וועלכע די קינדער האבן אזוי געגארט, באקומט דאס יעדער וואס האט געהאלפן, יעדער וואס האט געהאט א חלק אין דעם גאנצן ארבייט.

דעריבער ווען א איד באקומט די זכי' צו טון א מצוה, מיינט דאס אז דער גרויסער מלמד וועלכער קען זיך באגיין אן דעם קינד'ס ארבייט אבער ער וויל אים געבן שכר האט אים געשיקט א זכי', א זכי' צו באקומען שכר, וואס דערפאר האט ער באקומען די געלעגנהייט צו טון די מצוה.

דערפאר איז ריכטיג די לשון פון די משנה הוי זהיר וגו' שאין אתה יודע מתן שכרן, נישט ווייל דאס דארף באשטעטיגן דאס גרויסקייט פון די מצוה ווען מ'ווייסט ווען מתן שכרן? נאר דאס אז מ'ווייסט נישט מתן שכרן טוט באשטעטיגן אז דער איד "דארף נישט וויסן" און די סיבה דערצו ווייל ער זאל טון יעדע מצוה וואס מ'שיקט אים אונטער.