יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

טוב משתיקה

פתח הגליון · פרקי אבות – פרק א'

שמעון בנו אומר כל ימי גדלתי בין החכמים, ולא מצאתי לגוף טוב משתיקה (אלא שתיקה) ולא המדרש הוא העיקר אלא המעשה.

לכאורה קשה והא כל מעלת האדם על החי הוא שהוא מדבר. א"כ הי' לו להיות הדיבור טוב יותר במעלה משתיקה.

בספרים הקדושים מדייקים שח"ו לחשוב שהשתיקה מוסב על שתיקה מתורה ותפילה, אלא על דברים בטלים וחדשות העולם שהם גורמים רע לעולם כמובא בבאר מים חיים פ' ויצא.

א בעל דרשן האט זיך אמאל אויפגעטון פאר זיין קאלעגע רעדנער אז ווען ער רעדט איז אזוי שטיל אין זאל אז אפי' א פליג קען מען הערן דורכפליען, האבן זיי באשלאסן צו מעסטן ווער עס קען האלטן מער געשפאנט דעם ציבור צוהערער, מ'וועט גיין קודם צו איין דרשה פון ערשטן בעל דרשן, און מ'וועט זעהן ווי שטיל עס איז אין זאל, דערנאך וועט מען גיין צו א דרשה פון צווייטן בעל דרשן, און מ'וועט זעהן ווי שטיל דארט איז.

דער ערשטער בעל דרשן האט געהאלטן א שיינע דרשה פאר א ציבור צוהערער, און עס איז טאקע געווען גאר שטיל, עס האט געמאכט א גאר גוטן רושם ווי דער ציבור הערט זיך צו געשפאנט,

ווען מ'איז געגאנגען הערן די דרשה פון צווייטן, איז געווען אסאך שטילער, אבער עס איז געווען אויך טונקל אין זאל, די וואס האבן געדארפט באשלוסן ווער עס איז א בעסערער בעל דרשן זענען נתפעל געווארן פון די טויט שטילקייט וואס האט געהערשט, עס האט אויסגעזעהן גאר שטארק אז דער צווייטער בעל דרשן איז דער געווינער.

ווען מ'האט געענדיגט די דרשה האט מען אנגעצינדן די לעקטער, און געזעהן אז דער זאל איז געווען ליידיג בשעת די דרשה, אפי' איינער איז אויך נישט אין זאל.

עס איז געקומען צום געבן דעם מעדאל פארן געווינער, האט דער צווייטער געטענה'ט אז ביי זיין דרשה איז געווען שטילער ווי ביים ערשטן.

פארשטייט זיך אז מ'האט אים שיין אויפגעקלערט אז צו האלטן עצים ואבנים שטיל איז בכלל נישט קיין חכמה, עס איז נאר א פארמעסט אויב עס זענען דא מענטשן אין זאל וואס וואלטן געקענט רעדן אבער רעדן נישט.

די חכמה פון דעם מדבר איז נישט נאר אז ער קען רעדן, די פייגל די פאפעגיי קען אויך רעדן, עס איז די חכמה פון קענען קאנטראלירן דעם דיבור, און האבן שכל ווען יא און ווען נישט צו רעדן. צו איז דען א חרש וועלכער קען בכלל נישט רעדן קלוגער ווי דער חכם וואס קען רעדן? מיר זעהן אין חז"ל אז א חרש ווערט פאררעכנט מיט דעם שוטה און קטן, זיין נישט רעדן קומט פון נישט קענען רעדן, אבער דער חכם וועלכער קען רעדן און שווייגט איז דאס די בעסטע זאך פאר אים.

פארשטייט זיך אז דאס איז דער לשון המשנה לא מצאתי טוב ל"גוף", דאס איז נאר געזאגט געווארן ביי גשמיות, אבער ביי רוחניות און ביי דברים שבקדושה אדרבה איז פונקט פארקערט מ'דארף לערנען און דאווענען הויך אויפן קול.

די משנה איז אבער ממשיך, אפי' ביי דברים שבקדושה וואו מ'דארף יא רעדן איז נאך אלס וויכטיג צו געדענקען אז לא המדרש הוא העיקר אלא המעשה, מ'איז מקצר בדיבורים און מוסיף במעשים דאס איז דער תכלית פון א איד,

צו פארשטיין דעם שתיקה טוב לגוף קען מען זיך איבערצייגן גאר שטארק אין יעדן טאגיגן לעבן. עס וועט זיין אינטערסאנט צו אבזערווירן ווען עס שטייען א קבוצה און דיסקוסירן העפטיג סיי וועלכע דברים העומדים על הפרק, מ'טענה'ט זיך איבער די נייעס, אדער אנדערע דברי הבל, און אפי' ווען ס'איז יא וויכטיגע ענינים, אבער מ'זעהט ווי אין די קבוצה שטייט איינער וועלכער רעדט נישט, ער הערט נאר אויס, און פלוצים זעהט זיך אויס ווי ער פירט דעם שמועס, יעדער רעדט צו אים.

עס וועט זיך אלס ארויסשטעלן אז אלע רעדנער, און אלע פירער פון דעם רעדל שמועסער וועלן ווענדן זייערע רייד צו דעם וועלכער שטייט די שטילסטע אין די גרופע, און די סיבה איז א פשוט'ע ער איז דער איינציגער וועמען עס לוינט צו אים צו רעדן, ווייל ער איז דער איינציגסטער וואס הערט אויס, יעדער אנדערש די אלע שרייער'ס און רעדנער'ס ווילן נאר מ'זאל זיי אויסהערן, און דאס ביסל וואס זיי הערן אויס איז נאר ווייל דאס וועט זיי בארעכטיגן נאכדעם צו זאגן זייער אייגנס. אבער דער שטילער אידל וועלכער נעמט נישט קיין שטעלונג, ער ווערט דער וויכטיגסטער פערזאן אינעם שמועס, ביי אים וויל יעדער בארעכטיגן זיין מיינונג און באקומען א הסכמה אויף זיינע רייד.

מ'זעהט דאס יעדן טאג, דער שמועס וואס יעדער שרייט איבער איינער דעם צווייטן, וועט זיך ענדיגן אז די ראשי מדברים וועלן פרובירן צו באאיינפלוסן דעם שטילן צוהערער צו זייער זייט.

דאס איז דער ענין פון שתיקה, אין א זמן ווען ער קען ווען רעדן, ווען יעדער רעדט, און ס'זעהט אויס מורא'דיג קלוג צו רעדן, דאן שווייגט ער, און דאס ווייזט אויף חכמה, און ברענגט גאר אז מ'זאל זיך מיט אים דאס מערסטע רעכענען.

דאס זעלבע איז ביי א אסיפה וואס מ'שמועסט אויס וויכטיגע ענינים און מ'הערט יעדנס מיינונג, וועט איר זעהן אז דער וואס רעדט דאס ווייניגסטע אדער די לעצטע דעם וועט יעדער שטיל אויסהערן מיט אינטערעסע, אבער דער וואס שרייט דאס מערסטע דעם וועט מען קיין סאך געוויכט נישט צולייגן.

לא מצאתי טוב לגוף משתיקה.