שמעון בנו אומר כל ימי גדלתי בין החכמים ולא מצאתי לגוף טוב אלא שתיקה וכו' וכל המרבה דברים מביא חטא.
אינעם גרויסן "פעדערן פאבריק" טראץ וואס פעדערן זענען בעצם א גרינגער מאטריאל, און האט נישט צופיל וואג, איז א חלק פון די שווערע ארבייט דאס שלעפן די פעדערן צו די קליענטן. מ'ברויך זיך זייער גוט קענען באפאסן מיט די גרינגע פעדערן אז זיי זאלן זיך נישט צופליען.
מאכט זיך אמאל אז א זעקל פעדערן רייסט זיך אויף, דארפן די שלעפער זיין באהאוונט און באוואפנט מיט די ריכטיגע כלים צוריק אריינצושלעפן די פליענדע פעדערן אין זאק אריין. יעדער פון די שלעפער האט מיט זיך די נויטיגע כלים פאר אזא צופאל, א ספעציעלער וועקיום מאשינקע וואס ציהט אריין די פעדערן און דערנאך א ספעציעלע כלי וואס בלאזט זיי צוריק אריין אין פארראכטענעם אדער נייעם זעקל.
יעדעס פעדערל דארף אנקומען צום ריכטיגן קונה, און די שלעפערס פלאגן זיך און שוויצן זיך אפ די טעג צו קענען טראגן און ברענגען און נאכלויפן די כסדר'דיגע פליענדע פעדערן.
פון צווישן די ארבייטער שטארט ארויס דאס פערזענליכקייט פון איין ארבייטער ר' ירוחם, ער איז אלס רואיג, ער שוויצט נישט, ער שלעפט זיך נישט ארום מיט די אלע כלי זיין וועלכע זענען געמאכט צו כאפן די פליענדע פעדערן, ער שפאצירט זיך רואיג מיט די גרינגע פעקלעך פעדערן און שפירט בכלל נישט קיין שוועריגקייטן.
ווען עס קומט צו באצאלן די ארבייטער, קוקן די איבעריגע ארבייטער מיט קנאה אז פאר אים גייט אזוי גרינג, און זיי פרובירן צו דערגיין וויאזוי ער באווייזט דעם וואונדער, און אלעס אן קיין שום עקסטערע כלים?
ביי א געלעגנהייט איז ירוחם מסביר פאר זיין קאלעגע שלעפער דעם חילוק פון זיין מהלך און די מהלך פון אלע אנדערע ארבייטער. ירוחם איז מסביר אז ער לייגט א גרויסן דגוש אויפן זאק, ווען ער נעמט די פעדערן, בעפאר ער נעמט עס נאך ארויס צום גאס מאכט ער זיכער אז עס ליגט אין א גאר גוטן צוגעמאכטן זאק, און ער טוט פארשידענע פעולות זיכער צו מאכן אז זיי צעפליען נישט. ער נעמט ארום דעם זאק מיט נאך א זאק, ער מאכט עס צו מיט קניפן און אנדערע מעטאדן, אזוי אז ווען ער גייט דערמיט ארויס ברויך ער נישט ארום שלעפן קיין מאשינעריע אדער אנדערע אויסמאטערנדע געצייג.
די חכמה איז צו האלטן די פעדערן פון אוועקפליען, נישט צו דארפן זיי נאכלויפן, איינמאל ס'איז שוין אינדרויסן איז שוין זייער שווער אונזער ארבייט, אבער אויב האלט מען זיי אין זאק איז די ארבייט גאר גרינג.
דער מענטש דרייט זיך ארום מיט א זאק מיט פעדערן, דאס איז זיינע דיבורים, זיי זענען א גרינג פליענדע מאטריאל, און איינמאל זיי גייען ארויס פון זאק איז זייער שווער אדער אפי' אוממעגליך זיי צוריק צו ברענגען אדער קאנטראלירן.
דאס ווארט פארלאזט דעם מענטשן'ס צונג, און עס גפינט זיך שוין אין מויל פון הונדערטער אנדערע, און אזוי ווי א פעדער פארט ער ווייט ווייט מיטן ווינט, און עס בלייבט נישט קיין שום עצה פארן מענטש אנדערש ווי צו באוויינען דעם מצב, און חרטה האבן אן קיין שום רעזאלטאטן פון צוריקציען דעם פעדער אין זאק אריין.
וויפיל וואלטן געצאלט עפרות זהב צוריק צו ברענגען א ווארט וואס זיי האבן אמאל אין א אומדורכגעטראכטע מינוט געזאגט? וויפיל חרבנות האט שוין א איבריג ווארט געברענגט, החיים והמות ביד הלשון איז דאך עפעס וואס אפי' א פשוטער מענטש קען מעיד זיין ווי טיעף און אמת דאס איז.
דאס זאגן אונז חז"ל לא מצאתי לגוף טובה יותר משתיקה. מ'רעדט נישט דא פון רוחניות, מ'רעדט נישט פון דעם חלק המחשבה און תורה'דיגן פערספעקטיוו אז יעדער ווארט דארף זיין איבערגעזייעט מיט י"ג נפה ווי דער הייליגער נועם אלימלך שרייבט אין צעטיל קטן. מ'רעדט דא פון "טובה לגוף" פשוט און פראסט פארן גשמיות'דיגן קערפערליכן מענטש. אפי' דארט איז נישטא קיין בעסערס ווי שווייגן.
א גוט שבת