אין א קליין שטעטל מיט נישט קיין גרויסע באפעלקערונג האט זיך געיאוועט צוויי רעדנער וועלכע מ'פלעגט אלס מכבד זיין צו זאגן די דרשות ביי די קליינשטעטעלישע צוזאמקונפטן, און ווי פארשטענדליך האט זיך אלס געמאכט אזא סארט קנאה און חשדנות צווישן די צוויי, ביידע האבן זיך ערקלערט אלס די שטאטישע רעדנער און אלס די בעסטע רעדנער, און האבן זיך כסדר פארהערט נאך די דרשות ווער ס'האט בעסער גערעדט.
ביז עס איז געקומען צו א צייט ווען די שטעטל מענטשן האבן באשלאסן אז מ'וועט איינמאל פאר אלעמאל זעהן דעם אמת און מ'וועט מאכן אזא מיטן קאנטעסט אין וועלכן ס'וועט באשלאסן ווערן און פארזיגלט ווערן אלס אנגענומען ווער ס'איז טאקע די בעסטע.
מ'וועט נעמען צוויי שופטים פון שטאט וואס זאלן פסק'נען דעם שווערן דין תורה, און זיי וועלן זאגן וואס זייער מיינונג איז, און ביי דעם וועט עס בלייבן סבר וקבל ביים גאנצן ציבור.
די שופטים האבן ארויסגעגעבן זייער פארשלאג: די צוויי רעדנער זאלן האלטן דרשות פאר א ציבור אין א טונקעלן שטוב, אזוי אז מ'זאל נישט באאיינפלוסט ווערן פון דעם ארומיגן גערודער, און לויט ווי לאנג דער רעדנער קען האלטן דעם ציבור שטיל און געשפאנט וועט מען זעהן ווי גוט די דרשה האט אויסגענומען.
אלזא דער ערשטער רעדנער פירט אריין די שופטים אין א גרויסן זאל, שטאק טונקל, און ער פאנגט אן צו האמערן מיט א רעטארישע דרשה, און עס זעהט אויס ווי די דרשה נעמט שיין אויס, מ'הערט דא און דארט אמאל א פיפס אבער קיין גרויס גערודער איז נישטא, עס זעהט אויס ווי דער דרשה נעמט אויס שיין ביי די צוהערער.
דער צווייטער רעדנער רופט אריין די שופטים הערן זיין דרשה, און ער פירט זיי אריין אין א זאל אויך שטאק טונקל, און ער הייבט אן זיין רעדע מיט קראפט און אייפער, ער רעדט א לאנגע צייט, און וואונדער איבער וואונדער די שטילקייט איז ממש א טויט שטילקייט, עס איז א געשפאנטקייט וואס עס איז נישט געווען ערווארטעט ביי די שופטים אויך נישט, אבער מיט א מציאות קען מען זיך נישט קריגן, עס איז זיכער שטילער ווי ביים ערשטן, און זיי זענען שוין גרייט ארויסצו געבן דעם פסק.
אבער דא האט עס פאסירט... מ'האט אנגעצונדן די לעקטער אין זאל און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז טאקע שטיל געווען ווייל אין גם אחד עס איז נישטא קיין נברא אין זאל.
דער רעדנער האט געטענה'ט אז עס איז נישט קיין חילוק יא מענטשן נישט מענטשן, עס איז געווען שטילער אין זאל ווי ביים ערשטן אלזא איז ער דער געווינער...
פארשטייט זיך אז מ'האט אפגעווארפן זיינע אומזיניגע טענות.
די וואך לערנען מיר אין די משנה: שמעון בנו אומר כל ימי גדלתי בין החכמים, ולא מצאתי לגוף טוב משתיקה ולא המדרש הוא העיקר אלא המעשה.
עס איז לכאורה זייער שווער דער גרויסער דגוש אויף שתיקה אז דאס איז גאר גוט פארן מענטש, אונז ווייס מיר דאך אז די עיקר מעלה פון א מענטש איבער א חי' און בהמה איז דער דיבור, דאס איז דער העכסטער מדריגה אין די בריאה גראד פאר די מלאכים. דומם, צומח, חי, מדבר. איז דאך לכאורה דער דיבור די מעלה פון דעם מענטש, אלזא פארוואס זאגט רשב"ג אז שתיקה איז גאר בעסער?
נאר דאס איז אמאל זיכער אז דער כח הדיבור איז א העכערער כח וואס איז זיכער א מעלה פארן מענטש, און זעלבסטפארשטענדליך אז אויב טרעפט זיך א פייגל א פאפעגיי וואס קען אויך רעדן און נאכרעדן מענטשן וועט נאך אלס נישט פאררעכנט ווערן דאס פייגל אלס א מדבר פון דעם העכסטן סארט בריאה, נאר אלס א גוטער געלונגענער טאלאנט פון נאכמאכן אנדערע.
דער כח הדיבור איז נאר א מעלה ווען עס קומט מיטן שכל און ווערט גענוצט מיט פארשטאנד, אויב איז א מענטש נעבעך א חרש און קען נישט רעדן, וועט אים דען ווערן גערעכנט לשבח דאס שטילקייט? זיכער אז נישט. נאר דער מענטש וואס קען יא רעדן, און פון דעסטועוגן דאך איז זיך מונע פון רעדן איבעריגע רייד, דאס איז דער גדר פון ולא מצאתי לגוף טוב משתיקה.
דער רעדנער וועלכער האט געהאט א שטילע זאל ביי זיין דרשה אבער עס שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט געווען ווער ס'זאל רעדן איז דען עפעס א מעלה? ווייזט דאס דען אויף זיין שטארקייט אין רעדנערישן קראפט? זיכער אז נישט. נאר ווען ער האט א פולן זאל פון שומעים און עס איז שטיל דאס ווייזט אז עפעס א קראפט פארמאגט ער מיט זיינע רייד.
אן אינטערסאנטער אנאליז וואס יעדער פאר זיך קען אליינס מאכן און אליינס אבזערווירן וועט זיין ווען איר וועט זיך צוקוקן ווי א גרופע מענטשן דיסקוסירן אן ענין, עס שטייען 6 אדער 8 מענטשן און רעדן יעדער שרייט איבער דעם צווייטן, און נאר איינער שטייט שטיל און הערט זיך צו. וועט איר זעהן ווי דער שמועס ווערט פארקירוועט און יעדער פון די רעדנער'ס קוקט ארויס צום הסכמה פון דעם שותק. עס איז ממש וואונדערליך ווי יעדער וועט זוכן זיין שטימע אין זייער מיינונג.
דער שטילער ווערט פלוצים דער וויכטיגסטער מענטש אינעם שמועס. דאס זעלבע איז סיי ביי וויכטיגע אסיפות און אפי' ביי גאר וויכטיגע ענינים וואס ס'איז א עת לדבר, פון דעסטוועגן דער וואס רעדט די ווייניגסטע און שפרינגט נישט צו כאפן דעם ווארט דעם הערט מען אויס מיט די מערסטע אינטערעסע.