יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דער סטאנדארד פון לעבן

פתח הגליון · פרקי אבות – פרק ו'

שוין פינעף און זיבעציג יאר פון ווען כלל ישראל איז אריבער די גרעסטע קאטאסטראפע זינט דעם חורבן בית המקדש, ווען מיליאנען אידן זענען נעבעך אומגעברענגט געווארן על קידוש השם מיט אכזריות און מיתות משונות רח"ל.

ווען מיר רעדן פון די צייטן, און ווען מיר הערן אויס אונזערע זיידעס און באבעס איבער די תקופה פארלאנגט זיך א מינוט פון התבוננות צו קענען פארשטיין כטיפה מן הים וואס די ווערטער באדייטן. ווען מ'הערט ל"ע היינטיגע צייטן אז א איד איז אומגעקומען אויף קידוש השם, אדער אז א איד איז נאר געווארן אטאקירט צוליב זיין אידישן אפשטאם, ווי א סקרוך לויפט דורך די ביינער נישט קיין חילוק וואו דער איד איז אויף דער וועלט, און כל שכן ווען עס איז גאר אין אייגענעם שכנות.

ווען מ'באגרייפט וואס עס מיינט אז ארויסגייענדיג צופרי אויף די גאס וואו מ'פלעגט אמאל געהעריג אנגיין מיטן לעבן איז געווען נארמאל צו זעהן א נפטר אויף די זייט פון גאס ווי א אבן שאין לו הופכין. וואס פארא בהלה וואלט ענטשטאנען ווען אזא בילד מאכט זיך ל"ע היינטיגע צייטן. און דא רעדן מיר פון מיליאנען קדושים, וואס דערמיט טאר מען נישט פארגעסן פון די הונדערטער טויזנטער וואס האבן טאקע איבערגעלעבט דעם קריג וואס זיי זענען אלס פאריבער אין די יארן פון די מלחמה.

מ'רעדט פון דעם קידוש השם פון די אידן וואס זענען ארויף על המוקד, און מ'פארגעסט אמאל פון דעם קידוש השם פון די אידן וואס האבן יא זוכה געווען צוריק אויפצושטעלן אונזער דור און די דורות ווייטער, מ'דארף די זאכן חזר'ן און געדענקען און איבערגעבן פאר די קינדערלעך ווייטער.

איין זאך וואס מ'האט כסדר געהערט פון אונזערע זיידעס וואס איז נאר א פונקט פון די טויזנטער מיליאנען פונקטן וואס מ'קען רעדן, איז דער ענין פון עסן כשר'ס אונטער די גרויזאמע אומשטענדן.

אונזערע זיידעס פארציילן: זייער אסאך אידן האבן נעבעך נישט איבערגעטראגן דעם צער הרעבון און אסאך זענען נעבעך אומגעקומען אזוי טראגיש פון הונגער, ווידער נעבעך האבן אסאך געמוזט עסן טריפות ונבילות וואס אונטער די אומשטענדן האבן זיי קיין אנדערע ברירה בכלל נישט געהאט.

אין דעם נושא האט מיר דערציילט מיין זיידע הרה"ח ר' יצחק טובי' שווארטץ ע"ה אז איינע פון די זאכן וואס האבן אים געהאלפן דורכלעבן די שווערע יארן אין קריג איז געווען דער פאקט אז ער איז געווען געוואוינט צו עסן ווייניג, ער האט זיך געהאט צוגעוואוינט צו פארשטיין דעם חילוק צווישן הונגער און לוסט, ער האט געגעסן ממש כפי הצורך, וואס פאר דעם האט ער אפי' אין די שווערע זמנים זיך געקענט איינטיילן דאס עסן אויף אן אופן צו קענען עכ"פ עקזיסטירן. און דאס האבן מיר געהערט פון אסאך אידן פון דעם עלטערן דור וועלכע האבן מעיד געווען אז דאס כח המעצר וואס זיי האבן געהאט אויפגעבויט יארן פאר די קריג האט זיי געהאלפן אין די שווערע צייטן צו קענען איבערקומען די גרויסע גרויזאמע שוועריגקייטן.

עס זענען ליידער געווען אזויפיל ערליכע אידן וואס זענען געקומען פון פיינע שטובער וואו עס איז געווען א ברייטקייט און ווען עס איז געווארן שווערער די צייטן האבן זיי פשוט נישט אויסגעהאלטן, די געברויך איז געווען אסאך מער ווי דאס וואס מ'האט געקענט ערלויבן אין די קריגס צייטן, און אודאי ווען מ'איז שוין געווען אינטער די גראטעס פון דעם דייטשן רשע זענען אט די אידן נישט געווען ביכולת אנצוציען צו לאנג נעבעך.

תנצב"ה

לאמיר אריבערגיין צו א תקופה וואס איז נענטער צו אונזערע צייטן, און עס האט נישט דוקא צו טוהן מיט די צרות פון כלל ישראל נאר א תקופה פון דערדרוקונג אין אמעריקע, ווען עס זענען געווען די יארן פון די אקאנאמישע צוזאמענפאל פון די בענק אין אמעריקע וואס דערמיט איז געקומען א קייט רעאקציע פון עניות און דערדרוקנדע ארימקייט ביי די מאסן.

עס האט זיך דאן אויך ארויסגעשטעלט להבדיל אלף אלפי הבדלות אז אפי' דער גוי וואס האט געלעבט אביסל געצוימט, און זיך נישט געלאזט וואויל גיין לויט זיינע פינאנצן האבן אים ערלויבט, דער האט געקענט ענדערש זיך ספראווען מיט די שווערע צייטן, מ'האט זיך געקענט צוזאמהאלטן פאר די תקופה פון שוועריגקייטן, אז ווען די שפע איז צוביסלעך צוריק געקומען האט מען זיך געקענט צוריק בויען ווי אמאל.

ווידעראום די וועלכע האבן געלעבט א שוואוילטאג פאר די דעפרעסיע יארן, ווען עס איז געקומען צו די שווערע צייטן האבן זיי זיך גענומען צום ביטערן טראפן, און אין פילע פעלער זיך געמאכט א ענדע צום לעבן נישט קענענדיג לעבן מיט די אומשטענדן צוליב זייערע געוואוינהייטן פון שוואויל טאג.

די וואך אין פרק לערנען מיר די משנה: כך היא דרכה של תורה פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן, וחיי צער תחי' ובתורה אתה עמל, ואם אתה עושה כן אשריך וטוב לך אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.

איז דאך באקאנט די קשי', מילא טוב לך לעולם הבא פארשטיי מיר גוט, עס איז זיכער אז דער וואס פלאגט זיך אויף די הייליגע תורה איז זיין שכר לעד ולנצח, אבער וואס פארא אשריך בעולם הזה? וואס פארא לעבן איז דאס עסן ברויט און טרינקן וואסער, און שלאפן אויף דער ערד?

נאר ווי אויבנדערמאנט איז אודאי פארשטענדליך, דער איד וואס לעבט א צמצום לעבן און ער מאכט זיכער זיך אויסקומען מיטן מינימאלן, נישט צו געברויכן צופיהל צום עסן און טרונקען, דער קען אלע אומשטענדן דורכלעבן און ווייטער לערנען די הייליגע תורה אן קיין שוועריגקייטן, און ער האט הנאה פון זיין לעבן אויך, ווייל דאס קליין ביסעלע וואס ער האט איז אים גענוג צופרידנשטעלנד.

ווידער אויב דער מענטש איז געוואוינט צו א זאטן אנגעפולטן לעבן און ווען ער האט נישט אמאל די קאווע גלייך צופרי קען ער שוין נישט עקזיסטירן, אדער אויב איז אים דער מיטאג מאלצייט נישט געווען א פולער איז אים שוין דער מח נישט קלאר, וואס פארא לעבן איז דאס? ער מוז דאך אזויפיל מער אוועקגעבן אנצופיהלן דעם געברויך, ער מוז אזויפיל שווערער ארבייטן צו קענען פיטערן דעם פארלאנג.

אט אזוי זענען די מפרשים מסביר דעם משנה, דערפאר איז פאר דעם איד וואס לעבט אויף פת במלח אזוי זיס און לעכטיג, ער ענדיגט דעם טאג פונקט ווי דער וואס האט געגעסן א סעודה שמינה, און ער איז זאט און צופרידן, און אפי' ווען אמאל איז נישט פונקטליך אזוי ווי ער וויל איז עס נאך אלס מער ווי וואס ער דארף.

אשריך בעולם הזה און אודאי איז טוב לך לעולם הבא.