עס איז א גרויסער חתונה, די גאנצע שטאט פריידט זיך, א קלייניגקייט? ר' יענקל פון די חשוב'ע בעלי בתים אין שטאט מאכט חתונה זיין עלטסטע טאכטער מיט א גאר חשוב'ן בחור א בר אוריין, און ווי דער סדר אין שטאט איז יעדער א בעל שמחה ווען איינער מאכט חתונה.
קומען אריין דריי אידן צו די חתונה יעדער מיט א שמייכל אויסגעגאסן אויפן גאנצן פנים אן קיין איבריגע קנייטשן, און זעצן זיך אוועק פראווענען די סעודת החתונה מיט גרויס פרייד. רופט זיך אן דער ערשטער, אה ר' יענקל איז דאך מיינס א ברודער, און עס איז א כבוד פאר אונז אין די משפחה אז אזא שיינער שידוך איז געשלאסן געווארן ביי אונז, מיר זענען אלע גאר פרייליך מיט אונזער ברודער.
רופט זיך אן דער צווייטער ר' יענקל איז דאך מיינס א שכן, און איך בין זייער פרייליך אז ביי אונז אין די שכונה קומט אריין אזא געבענטשטער אינגערמאן, עס וועט הייבן דעם מצב הרוחני ביי אונז, עס וועט ברענגען אז די קינדערלעך זאלן זיך האבן פון וועם צו לערנען, די שמחה איז גאר גרויס.
רופט זיך אן דער דריטער, איך קען נישט ר' יענקל'ן פערזענליך, אבער איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אויבערשטן ווען ער גיבט מיר די געלעגנהייט זיך צו פרייען, איך האב ליב צו זיין פרייליך, און ווי פרייליך איז ווען מ'זעהט אזויפיל אידן אזוי פרייליך. אלזא פריי איך זיך מיט מיט ענקער שמחה.
דער הייליגער דרכי תשובה האט אמאל אויפן וועג צום דאווענען שמחת תורה געזעהן א אידל וועלכער איז נישט געווען קיין גרויסער תלמיד חכם, לויפן מיט די טלית שוין צוזאמגעלייגט, מיט א אויסגעגאסענעם שמחה אויפן פנים, האט ער אים געפרעגט, ולשמחה מה זו עושה? וואס זענט איר אזוי פרייליך היינט?
דער איד האט אנגעשטעלט א פני תם און זיך געוואונדערט אויף די פראגע, וואס הייסט דאס וואס? עס איז שמחת תורה היינט.
אבער איר האט דען עפעס א שייכות געהאט מיט די הייליגע תורה איבערן יאר אז איר זאלט אזוי פרייליך זיין? פרעגט אים דער דרכי תשובה.
פרעגט דער איד צוריק, און ווען א ברודער מאכט א שמחה איז עפעס א קלייניגקייט? אלע אידן זענען דאך ברודער, דארף איך דאך זיך מיטפרייען מיט מיינע ברודערליך.
עס קומט אזא הייליגער טאג ווי ל"ג בעומר ווען גאנץ כלל ישראל איז איינגעהילט אין א אומנאטורליכע שמחה, ווי די ספרים הק' ברענגען אז דער טאג איז משפיע א סארט שמחה וואס האט נישט קיין הסברים, עס איז נישט נאטורליך, עס איז עפעס גאר דערהויבן.
די מקובלים און לומדי תורת החן שפירן דאך א פערזענליכן קשר צום גרויסן תנא וועלכער האט מגלה געווען די רזי דרזין און געגעבן די געלעגנהייט פאר אונז פשוטע מענטשן צו האבן א שייכות מיט די הייליגע תורה אויף א פארנעם וואס נאר די הייליגע אידן קענען עטוואס משיג זיין.
ווייטער די תלמידי חכמים וועלכע זענען נאך נישט אין די מדריגה פון פארשטיין די קליינע אותיות, אבער זענען עוסק אין די הייליגע דברי חז"ל בתמידית, די וואס זעהען פון דער נאנט דעם קשר וואס אונזערע הייליגע חכמים האבן אויפגעשטעלט ווי א בריק צווישן די פייערדיגע רייד וואס הקב"ה האט גערעדט צו משה רבינו צום פשוט'ן איד בני אברהם יצחק ויעקב, די אידן האלטן מיט די גרויסע שמחה מיט א דביקות וועלכעס לאזט זיך נישט באשרייבן.
און אפילו די פשוט'ע אידן די פשוטי המון עם וועלכע זענען עוסק איבערן יאר על המחי' ועל הכלכלה, און דינען דעם הייליגן באשעפער מיט א פשטות זעהען און שפירן די שמחה, און פרייען זיך מיט די מתנה פון הימל אז מ'קען זיך פרייען, אט דער עצם שמחה וואס איז אין די לופטן איז א מתנה וועלכעס מיר קענען אויסנוצן מיטצוהאלטן די סעודת החתונה די אלע השפעות טובות וואס קומען אראפ צו די משתתפים אין די שמחה.
נישט יעדער איז זוכה אזוי שנעל צו דערגרייכן צו די הויכע מדריגות, אבער מיר זענען צוזאמען ביים טיש מיט די צדיקים וקדושים פון אלע דורות וועלכע האלטן מיט די שמחה ווי נאנטע משפחה מיטגלידער, קענען מיר אלע עסן פון זעלבן טיש פון די הייליגע השפעות וועלכע קומען אראפ אין אזא געהויבענעם טאג.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז דער זכות פון דעם גרויסן תנא זאל אויף אונז מגין זיין און משפיע זיין ברוחניות ובגשמיות מיר זאלן קענען שטייגן אין תורה ועבודה מתוך הרחבת הדעת עד עולם.