דער גרויסער בנין שטייט צום פארקויפן, פילע בעלנים שיקן אריין זייערע פארשלאגן וויאזוי זיי ווילן דעם געשעפט שליסן, יעדער פרובירט צו באקומען די שליסלען צו אזא פרעכטיג בנין וואס שטעלט פאר גרויסע רווחים, די גאנצע ביזנעס וועלט שטייט און קוקט ווער וועט באקומען דעם ענדגילטיגן קאנטראקט?
עס קומט נענטער צום טאג ווען עס ווערט אויסגערופן דער געווינער פון דעם ריזיגן קאנטראקט, און מ'גרייט זיך צו שליסן דעם געשעפט. דער געווינער וועלכער איז שוין עמטליך דער אזויגערופענער לוקח פון דעם גרויסן בנין דרייט זיך ארום מיט א שמייכל אויפן פנים, ער קען שוין קוים ווארטן אויפן טאג ווען מ'וועט זיך זעצן ארום דעם קאנפערענץ טיש און ענדיגן די פאפירן וועלכע וועלן שוין אריבער פירן דעם בנין פולשטענדיג אינטער זיין בעלות.
דער גרויסער טאג איז שוין דא, מ'זיצט ביים טיש, און אט גיבט מען דעם לוקח צו לייענען זיינע פאפירן וואס ער דארף אינטערשרייבן, עס איז פיל מיט תנאים גרויסע און קליינע פאראגראפן, זיינע אדוואקאטן זיצן מיט די ברילן פארצויגן און לייענען און שרייבן און רעכענען, עס טוט זיך ארום אים א בהלה, און ער פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר. איך האב דאך קלאר געזאגט אז איך בין גרייט צו באצאלן דעם פולן סכום, איך בין פרייליך צום געשעפט, ווער ברויך די אלע תנאים און די אלע פארשריבענע דעטאלן. דו גיב מיר דעם בנין, און איך געב דיר דאס געלט און געשלאסן מקח!
דער אדוואקאט איז אבער בכלל נישט אין קיין יאגעניש, ער איז מסביר פארן נייעם לוקח, וויסן זאלסטו אז יעצט ביזטו שטארק פרייליך, און דו זעהסט ממש נישט קיין שום פראבלעם, עס קוקט דיר אויס אזוי פשוט דאס גאנץ געשעפט, עס איז פשוט א אויסטויש פון געלט און בנין, אבער ווען דער צייט גייט אריבער און עס מאכט זיך אז מ'פאלט אמאל אריין אין א אומעט, מ'פארגעסט די שמחה וואס איז געווען ביים אינטערשרייבן דאס געשעפט, קען זיך אמאל מאכן אז מ'זאל וועלן ארום טוישן דאס געשעפט, און פאר יענעם זמן איז וויכטיג אלס צו האבן פארשריבן און אפגעשטימט.
נאר דעמאלס ווען מ'ווייסט מיט א קלארקייט וויאזוי צו באהאנדלען דאס גרויס געשעפט אינטער אלע אומשטענדן איז דער געשעפט א פולשטענדיגער און קאמפלעט.
די אידישע קינדער שרייען אויס "נעשה ונשמע" זיי זאגן נעשה נאך בעפאר זיי האבן געזאגט נשמע, זיי זענען אין די הויכע ספערן, די קדושה אין וועלכען השי"ת האט זיי אריינגעלייגט צו קענען גרייט זיין מקבל צו זיין אזוי א הייליג געשעפט, די הייליגע תורה אש על גבי אש פארן פשוט'ן גשם איז דאך עפעס וואס האט פארלאנגט הזדככות הגוף והנפש, קודם די יארן אין מצרים די עבודה קשה, און דערנאך די הייליגע ניסים און דאס רייזן אין מדבר שממה אינטער די הייליגע אויפזיכט פון משה רבינו דער געטרייער פאסטוך.
שטייען שוין די אידן גרייט ביים בארג סיני, און ווארטן שוין קוים אויפן גמר המקח, און פלוצלינג: כפה עליהם הר כגיגית, וואס גייט דא פאר? וואס פעלט זיך אויס דער גאנצער כפי', מ'האבן מיר דאך אלע געשריגן קלאר דעם נעשה ונשמע, ווער ברויך נאך יראה ווען עס איז דא אזא אהבה, א גאנצער רצון מיט שלימות דקדושה?
יא, זענען די ספרים הקדושים מסביר, אז טאקע ווען די אידן זענען געווען אין אזא הויכע מדריגה, און ס'איז נישט געווען צו טרעפן קיין שמץ כל שהיא וואס זאל צוריק האלטן דעם איד פון טון דעם רצון ד', ער האט נאר געזעהן דעם גרויסן געשעפט און לאנג ערווארטעטן טאג פון קבלת התורה, אט דאן איז וויכטיג צו געדענקען אז אמאל קומט א צייט ווען דער איד אין שווערע אומשטענדן קען ח"ו פארגעסן פון דעם יום הגדול והנורא, א צייט ווען ער דארף זיך מיטן יצר הרע ספראווענען, און עס פעלט זיך אויס די מדת היראה צו געדענקען די הייליגע באפעלן וואס די תורה הק' האט אויף אונז באפוילן.
אט פאר די זמנים האט הקב"ה ביים שליסן דעם מקח כופה געווען הר כגיגית, צו ווייזן דעם מדת היראה און וויאזוי איר צו נוצן ווען עס פעלט זיך אויס.
שוין טויזנטער יארן וואס אידן זענען אין פינסטערן גלות, אינטער דעם שארף פון מעסער פון די שונאי ישראל שלייכן זיך די אידעלעך אין ביהמ"ד אריין, אמאל געבויגן און אמאל צעשלאגן, אמאל מיט א גייסטישן אדער פיזישן שלעכטן צושטאנד, אלס אבער ווען זיי וויקלען אויף די יריעות פון די הייליגע תורה, זענען אירע ווערטער אין זעלבן סדר, עס האט זיך גארנישט געטוישט קיינמאל.
עס איז אזוי געשריבן ווי ביי קבלת התורה, נישט קיין אות מער אדער ווייניגער, נישט קיין חילוק וואו אידן האבן געוואוינט און ווילאנג זיי האבן זיך נישט געזעהן, ווען די ספרי תורה ווערן צוזאמגעברענגט זענען זיי אלע ווי איינס געשריבן אות ביי אות.
ווי עס שטייט ביים הייליגן ארון ד' וועלכע די לויים האבן געטראגן אויף די מסעות האט דער ארון זיך אליינס געטראגן, און געטראגן אירע טרעגער, מ'האט ח"ו נישט געטארט איין רגע טראכטן אז מ'טראגט דעם ארון, ווי מיר זעהן ביי די צייטן פון דוד המלך.
די הייליגע תורה טראגט אונז, די הייליגע תורה האלט אונז, נישט קיין חילוק וויאזוי דער איד זעהט אויס, איז די תורה אלס די זעלבע, און אזוי לאנג ווי דער איד קלאמערט זיך מיט איר וועט ער שעפן הייליגע חיונה פון איר.
זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל זיין והאר עינינו בתורתיך, מיר זאלן קענען פארשטיין, מיר זאלן קענען זעהן דאס ליכטיגקייט פון די הייליגע תורה, און זיך מדבק זיין במצותיו באהבה. זוכה צו זיין צו הערן די הייליגע תורה פון משה רבינו אליינס בביאת משיח צדקנו בב"א.