אין גרויסן אייזן פאבריק, מאשינעריע קלאפט, מ'הערט נישט דאס אייגענע קול. עס מאכן זיך טעפ, עס באשאפן זיך אייזענע זוילן, עס שמעלצט און עס פארעמט זיך אלע סארט אייזענע געצייגן, און אין א ווינקל זאמלען זיך גאלאנען מיט טשוועקלעך, גרייט צום באנוץ פון די בויער, און סתם פאר די היים געברויכן פון דעם המון עם.
האבן זיך צוויי טשוועקלעך געטראפן אויפן טיש פון דעם שמיד גרייט פאר די לעצטע פארברייטונגען צום רייזע ארויס אויף די פרייע וועלט, און זיי האבן געכאפט די געלעגנהייט בעפאר מען פאקט זיי איין פארן קאנסומער'ס געברויך, און זיי האבן זיך צונויף געשמועסט ווי צוויי גוטע פריינט וואס זיצן ביים דאקטאר'ס אפיס אין ווארטזאל.
וואס זאגסטו עפעס טשוועקל, דו זעהסט אויס ניי און פריש, הא? ווילאנג דרייסטו דיך שוין דא צווישן די קאנטעינער'ס?
אה איך קום שוין א לאנגע וועג, געווען בין איך א טאפ, מ'האט מיך צענומען צעהאקט, און צעשפליטערט, געבליבן איז פון מיר הונדערטער טשוועקלעך, אבער איך שפיר איך האב פיין געדינט אלס טאפ, און איך וועל פיין דינען אלס טשוואק, מ'קען מיך נאך אריינקנאקן ביים מלך אין פאלאץ, און ווער ווייסט? אפשר אפי' אין זיין פריוואטן צימער? מ'קען קיינמאל נישט וויסן.
רעד נישט אזויפיל פון דיינע חלומות, ענטפערט דאס גרויסער טשוואק, דו זעהסט טאקע אויס גלאנציג און שיין, אבער סך הכל ביזטו א טשוואק, וויאזוי ווייסטו וואו מ'וועט דיך לייגן? ביי אונז אינדערהיים פלעגט מען זאגן, הייב נישט די ערווארטונגען אז דו זאלסט נישט ווערן אנטוישט.
קוק מיך אן, ענטפערט דאס טשוועקל, קוק וואספארא קאלירן מיין קעפל איז באגילדעט, איך שפיר אז מ'וועט מיך נישט נוצן סתם אזוי צו בויען א שענקל, איך וועל זיכער דערגרייכן עפעס גאר הויך מיט מיינע טשוואקישע קוואליפיקאציעס.
…. דער שמועס האט זיך איבערגעהאקט ווען דער הארטנעקיגער ארבייטער האט אומפערהאפט צעשיידט די צוויי נייע פריינד און זיי געשיקט צום ברייטן וועלט.
א תקופה איז פארביי, ביים אייזן פאבריק איז א טאג ווי אלע טעג, מ'ברענגט אלטע אייזן, מ'שמעלצט, מ'פארעמט, און עס מאכן זיך פרישע שיפמענטס פון אלע סארט אייזן געברויכן, און פון דערווייטנס הערט זיך א טשוואקישע שטימע. העי, איך האב דיך שוין לאנג נישט געזעהן, וואס טוסטו ווידער דא?
און וואס איז מיט דיר?
מיך האט מען נאך נישט אוועקגעשיקט אבער דיך האט מען שוין לאנג פארשיקט אין דער וועלט אריין, וויאזוי ביזטו צוריק אזוי שנעל? און קוק דיך אן, דיין גלאנץ, דיין שיינקייט, אלעס איז פארביי, דו ביזט פארבויגן, פארהאקט, דו זעהסט דאך אויס ווי מיין טשוואק זיידע נאכן האלטן דעם בריק אין דערפל פאר 100 יאר רצופות. וואס איז מיט דיר געווארן?
אוי אוי פרעג בעסער נישט, מ'האט מיך פארקויפט פאר א אומווערדיגן קאנטראקטער וועלכער האט מיך פרובירט צו נוצן אלס א טשוואק פאר א צוים אין שטאל פאר די פערד, איך האב צו דעם נישט מסכים געווען, און זיך בשום אופן נישט געלאזט אריינהאקן. דער האט אן קיין רחמנות געהאקט שטיקער, און מיך געשטעלט גראד לויט זיינע פעאיגקייטן, אבער איך האב אלס באוויזן זיך צו פארקירעווען און אריין דרינגען שיעף אין דעם העלצל, איך האב בדיעבד הנאה געהאט פון זיין שווייס באגאסענעם פנים ווי דער האט מיך נישט געקענט באהאנדלען. אפאר אנדערע טשוועקלעך האבן געקוקט מיט קנאה ווי איך האב דעם זעלבסט זיכערקייט ווי א גאנצער בריק זיך קעגן שטעלן דעם אומווירדיגן ארבייטער.
און? וואס האט פאסירט?
דער האט אזויפיל געהאקט אין מיר ביז איך בין געווארן א שברי כלי, אזוי ווי דו זעהסט מיך, און איך בין צוריק דא, מ'גייט פון מיר מאכן א לייט, איך וועל ווערן אריינגעמישט אין גרויסן טאפ אייזן, און אפשר וועל איך ווערן א טשוואק, אדער גאר 5 טשוועקלעך, ווער ווייסט? איך בין גאר באזארגט, איך ווייס נישט וואס צו ערווארטן.
הער מיך צו מיין טשוועקל טייערער, לערן דיך אויס דעם גאר גרויסן כלל. אויב ווילסטו זיין וויכטיג, אויב ווילסטו זיין שיין, דאן זאלסטו זיין א פאלגזאמער טשוואק, עס גייט קיינער דיך נישט רעספעקטירן מער ווען דו ביזט ביים מלך אין פאלאץ ווי ווען דו ביזט אין שטאל, מ'וועט דיך אבער אוועקשליידערן און פארווארפן צוריק אין אייזן שמעלץ טאפ אויב ביזטו א "שלעכטער טשוואק".
מיר טשוועקלעך דארפן זיין טשוועקלעך, און וואו אונז צו לייגן דארפן די בויער באשליסן. און אויב ווילסטו קומען און גיין און קיינמאל נישט זיין קיין תועלת זאלסטו זיך אלס קעגן שטעלן זייער ווילן. אויב ווילסטו אבער עפעס אויפטוהן אויף דער וועלט, לאז דעם האק דיך האקן, און טוה וואס דו ביזט באשאפן צו טוהן, עס קומט אן גרינגער, און עס גיבט א טעם אין לעבן פון א טשוואק.
ויאמינו בד' ובמשה עבדו.
דער מענטש ווי דער טשוואק, באשאפן און באשיינט דורך דעם הייליגן יוצר הכל, ער ווערט אראפגעשיקט אויף דער וועלט אויפצוטוהן זיין תכלית, ער קומט אויף דער וועלט מיט א ציהל וואס ער דארף ערפילן, און ווי אין די ספרים הק' ווערט געברענגט כדי צו קענען אנקומען צו דעם ציהל איז ער זיך מדבק אין די צדיקים וואס מפיהם אנו חיים, ער באקומט א קלארקייט און אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען צום תכלית הנרצה.
דער איד מוז זיך איינפלאנצן צוזאמען מיט די אמונה בד', א עקסטערע שטארקע אמונה במשה עבדו, ער מוז זיך לאזן פירן אויף דעם דרך הישר און טוהן וויאזוי חז"ל און די צדיקים וקדושי עליון ווייזן אים דעם וועג. נישט אלס פארשטייט דער דעת בעל הבית וואס זיין תפקיד אויף דער וועלט איז, ער קוקט זיך אן און טראכט אז אפשר איז ער גאר קלוגער פונעם צדיק, אבער דאס פירט אים ליידער אוועק צו די זייט פון די ערב רב, ער ווערט נעבעך צובויגן און פארלוירן.
ווען אידישע קינדער טרעטן צו צו די הייליגע טאג פון שביעי של פסח, לערנען מיר אין די חסידישע ספרים אז דאס איז דער תכלית השלימות פון דעם גאנצן יו"ט, טראץ וואס אידן האבן געזעהן ניסי ניסים די גאנצע צייט פון די אתחלתא דגאולה ביזן סוף ביי קריעת ים סוף, זענען אבער ליידער אסאך אידן צוריק געבליבן אין מצרים נישט האבנדיג די זכי' זיך צו צושטעלן צו די הייליגע רייד פון משה רבינו.
עס איז אין די שירה קלאר מרומז דער ויאמינו בד' ובמשה עבדו, אז דאס איז געווען דער עיקר תכלית וואס האט געברענגט כלל ישראל צו א ריינעם שלימות און האבן דערפאר זוכה געווען צו די הייליגע צייט פון שירה לד' וואס ראתה שפחה על הים וכו'.
מה נאמר ומה נדבר. וואס דארפן מיר צולייגן נאכן זיך צוהערן דעם שמועס? יא, עס חזר'ט זיך איבער איינמאל און נאכאמאל, דאס קינד איז קליין, ער וואקסט אונטער מיט שאיפות, ער קוקט זיך ארום צווישן די טאטעס ער זעהט דארט דעם בילד וואס ער מאלט זיך אליינס צו זיין. ער זעהט דעם שיינעם איד, דעם גרויסן עושר, דעם ריזיגן רבי, ער ווייסט אז דאס איז ער, ער ווייסט אז סוף כל סוף אזא לעכטיג קינד וואס די מאמע האט אזוי געצערטלט און אזוי ליב געהאט מוז זיין פול מיט טאלאנט און קוואליפיקאציעס, ער וואקסט אונטער און ער איז שוין היינט גרויס און גייט ארויס אויף די גרויסע וועלט.
ער ערווארט מ'זאל אים אקעגן קומען מיט די שיינע חלומות זיינע, ער ווייסט אז עס קען נעמען אביסל צייט, אבער פארט איז ער דאך בטבע געבוירן צו זיין העכער און שענער ווי די ארומיגע פשוטי המון עם. און דאן ווען דאס לעבן נעמט זיך דרייען ווי א ראד, ער זעהט ווי די חלומות צערינען זיך אים פאר די אויגן, ער פרובירט צו אפשלאגן דאס אומעט, ער שלאגט זיך מיטן מציאות. ער דרייט זיך ארום אומצופרידן.
דער מענטש פארגעסט אז ער איז ווי א טשוואק אין גרויסן בנין, ער איז דא פאר א תכלית, עס איז נישט וואס ער טראכט עס וועט זיין, עס איז וואס דער גרויסער טאטע אין הימל וויל אים ער זאל טוהן. ווי דער באשיידענער טשוואק וועלכער זעהט אויס קליינטשיג און דינטשיג, האלט ער אבער אויף זיך א גרויס געוויכט, ער איז א חלק פון דעם גרויסן בילד.
אויב אבער רעוואלטירט ער זיין מציאות, ער וויל נישט אנערקענען אז מ'פירט אים פון אויבן, ער וויל נישט דערקענען זיין פלאץ און שטאנד אויף דעם קליינעם וועלטל, ער ליידט זיך אן פון די קלעפ, פון די העק, ער ווערט געבויגן, פארדזשאווערט, ביז ער ווערט פארווארפן נעבעך צום גרויסן שמעלץ טאפ פון וואו ער מוז אנהייבן פון דאסניי.
לאמיר זיך לערנען פון דעם דומם, ער ווייסט נישט פון קיין חכמות ער טוט אפ זיין תפקיד, יא ער טוט עס ווייל ער פארשטייט נישט, נו, וואס דארף שוין ענטפערן דער איד וואס האט פון די ראשית חכמה, און ער פארשטייט יא, אז גארנישט טוט זיך נישט אליינס.
זאל דער אויבערשטער העלפן בזכות אבותינו ורבותינו הק' זאל מיר זוכה זיין ללמוד ולעשות לשמור ולקיים את כל דברי תלמיד תורה מיט אהבת ד' עדי ביאת גוא"צ בב"א.