יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

וואס פעלט אויס די שוועריגקייטן?

פתח הגליון · פסח

אין א מוסד פאר ספעציעלע קינדער ארבייט ר' ברוך, ער דארף באגלייטן איינעם פון די קינדערלעך ווי אימער דאס קינד גייט, ער לעבט מיט מיטן קינד פארשידענע זמנים, ער העלפט דאס קינד דורכגיין אסאך שוועריגקייטן. צומאל דארף ער אפזיצן נעבעך מיטן קינד אין שפיטאל, און צומאל איז ער סתם אזוי דארט צו היטן אז אלס זאל זיין אין ארדענונג.

דאס קינד באקומט אויך פארשידענע בענעפיטן ווי אויספלוגן און שיינע שבתים וואס פארשידענע ארגעניזאציע'ס שטעלן אהער צו דערפרייען די צובראכענע הערצעלעך, און צו אט די אלע פונקציעס ווערט ר' ברוך אויך געלאדענט צו קומען היטן אויפן קינד און באגלייטן אז אלעס זאל קלאפן.

אויפן וועג אהיים פון איינע פון די גאר לעכטיגע שבתים, זיצט ר' ברוך אין קאר מיט זיינס א חבר וועלכער האט אויך א פונקציע ביי די מאורעות, און ער זיפצעט און קרעכצט זיך אונטער מיט קענטליכע אומצופרידנקייט. אויף די פראגע פון זיין חבר וואס עס דרוקט אים, ענטפערט ר' ברוך זייער פשוט: אלס ווען איך קום אהיים פון אזוינע שבתים טראכט איך צו מיר ווי שיין וואלט געווען ווען איך דארף ווען נישט א גאנץ שבת זיין פארנומען מיט נאכלויפן א קינד, און זיך אפגעבן מיט אים, פארוואס זאל איך נישט קענען הנאה האבן געהעריג אז איך בין שוין יא דארט?

אבער ברוך טייערער, ענטפערט אים זיין חבר, אויב האסטו נישט דאס קינד מיט וועם זיך אפצוגעבן וואלטסטו דאך צום שבת נישט גערופן געווארן, דו ביזט דאך נאר דארט ווייל דו האסט א קינד וואס דו דארפסט באגלייטן, ווי קענסטו דיך אויף דעם אפרעדן? דארפסט דאך מכיר טובה זיין פארן קינד אז צוליב אים האסטו אויך די רעכטן דארט צו זיין.

והגדת לבנך וגו' בצאתי ממצרים.

די ספרים הק' שטעלן זיך אויף דעם לשון פון בצאתי ממצרים וואס איז א לשון הווה, עס וואלט געדארפט שטיין א לשון עבר אז דער אויבערשטער האט אונז דאן ארויסגעצויגן פון מצרים.

דער הייליגער תפארת שלמה ענטפערט אז דאס קומט ווייזן אויף דעם מענטש'ס מלחמת היצר, דער מענטש אויף דער וועלט האט פארשידענע נסיונות, מניעות, און שוועריגקייטן וועלכע באגלייטן אים א גאנץ לעבן. ער קען זיך אמאל מתמרמר זיין און זיך פרעגן צו וואס עס פעלט אויס די שוועריגקייטן, פארוואס זאל ער נישט קענען לעבן רואיג, און זיך נישט דארפן כסדר לוחם זיין דעם מלחמת היצר, פארוואס זאל דאס לעבן זיין אזוי שווער.

זאגט אים די הייליגע תורה אז דער מלחמת היצר דאס איז דער תפקיד אויף די וועלט, ווען דער מענטש האט שוין באזיגט, און אויב זאל אים מער נישט זיין שווער די מלחמה, דאן וואס זוכט ער מער אויף דער וועלט? ער איז שוין דעמאלס אנגעקומען צום תכלית. דער ציהל איז די שטענדיגע גבורות וואס דער איד ווייזט קעגן דעם יצה"ר און אט דאס איז דער נחת רוח וואס ער מאכט פארן הייליגן באשעפער.

אמאל איז דא שוועריגקייטן אין לעבן וואס דער מענטש קוקט אן ווי ער איז נעבעך געשטראפט דערמיט, ער ווייסט נישט פארוואס פונקט אים איז אזוי שווער דער ענין, און ער כאפט גארנישט אז דאס איז גאר די סיבה צו זיין עקזיסטענץ, דאס איז גאר וואס האלט אים ביים לעבן, און דאס גיבט אים די זכי' צו קענען דינען דעם אויבערשטן און זיך איינקויפן זכותים לחיי עולם הבא.

דאס לערנען מיר ארויס פון יציאת מצרים, די שטענדיגע ארויסגיין פון מצרים, די אנגייענדע מצרים פון וועלכע מיר גייען כסדר ארויס.

א כשר'ן פרייליכן יו"ט