יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דאס שמוציג רענדל

פתח הגליון · פסח

ביים וועקסלער אין געשעפט רודערט כסדר, איינער טוישט, א צווייטער באקוקט, א דריטער ציילט, אלעס דרייט זיך ארום די רענדלעך.

אין געוויסע סעזאנען ווען עס איז גאר פארנומען, נעמט ר' מענדל אריין זיין זון יענקעלע אין געשעפט ער זאל צולייגן א פלייצע, יענקעלע ווייסט וויאזוי צו סארטירן די פארשידענע געלטער, ער לייגט די גאלדענע אין איין זאק, די זילבערנע אין א צווייטן, די קופערנע אין א דריטן זאק, און ער מאכט זיכער אז אלס ליגט גרייט צום באנוץ.

איינס פון די שווערע זאכן וואס יענקעלע דארף טון, איז אפקראצן און אפוואשן די שמוציגע רענדלעך, עס איז יענס געשעפט, מענטשן ברענגען די גענוצטע רענדלעך און טוישן איין אין נייערע, ווי אויך קומט אן די רענדלעך פון באנק פילע מאל אינטער די אומשטענדן וואס מ'קען דאס פאר דעם קונדשאפט נישט געבן, מ'מוז זיי איבערוואשן און שיין פארפאקן עס זאל אויסזעהן לייטיש.

יענקעלע פלאגט זיך צו פארשטיין, און ער ווארפט פאר פארן טאטן ר' מענדל א גאר ערנסטע איבעיא. פארוואס איז דאס אזוי טאטע, פארוואס ווען מענטשן קומען צו דיר אין געשעפט מיט שמוציגע רענדלעך האבן זיי נישט קיין שום פראבלעם דיר צו געבן פון דעם שמוציגסטן סארט, זיי באווארפן דיך מיט אלע רענדלעך וואס זיי גלייכן נישט, און דו געבסט זיי צוריק נאר שיינע און ריינע, אוואו איז יושר? פארוואס זאלן נישט די מענטשן זיך אליינס וואשן זייערע רענדלעך?

מיין טייער קינד, ענטפערט ר' מענדל, איך האנדל מיט רענדלעך, זיי האנדלן מיט אנדערע סחורות אבער זיי נוצן רענדלעך וואס דאס איז מיין געשעפט. אלזא ווען דו וועסט זעהן די העמעדער וואס חיים פארקויפט, זענען שענערע העמעדער ווי די וואס אונז טראג מיר. דאס זעלבע ווען דו וועסט זעהן דעם הוטן פארקויפער ווי ער גיבט זיך אוועק מיט די שענסטע הוטן, אבער זיין אייגן הוטל קען נאך פארטראגן אביסל ארבייט.

מיין טייער קינד, עס ווענדט זיך אלס ווי טייער דער חפץ איז ביי דיר, און וואס עס ברענגט דיר, אויב אן העמעדל איז נאר אנצוטוהן, ווערט עס מער און מער אויסגענוצט, אבער מ'יאגט זיך נישט צו קויפן א נייעם, דער זעלבער איז מיט א רענדל, אזוי לאנג ווי ס'איז א רענדל און מ'קען דערמיט טון דעם תכלית פון איינקויפן אדער האנדלען, איז א קליינער נפקא מינא וויאזוי עס זעהט אויס.

ווידעראום ווען דער העמעדל ברענגט פרנסה, אדער ווען דער רענדל ברענגט פרנסה, טראגט עס שוין א פיל טיעפערן באדייט, מ'גיבט זיך אפ דערמיט וויבאלד דאס איז נישט סתם א רענדל, דאס איז א רענדל וואס אין א קייט פון רענדלעך באשטימט דעם קונדשאפט צו זיי זאלן ווייטער מיט מיר האנדלען אדער גיין צום קאמפעטישאן.

יא, עס ווענדט זיך וואס מ'וואשט, וואס מ'פוצט, דער גוי דער טמא וואס האט נאר אין זיך א רוח צו קענען עקזיסטירן און צו קענען פיטערן דעם גוף, ער באפאסט זיך מיטן גוף ווי דער עיקר, ער איז אין די ביזנעס פון קערפערליכער געברויך, ער האט נישט קיין דאגה פון כאפן דעם מנין, אדער אוועקרוימען דעם חמץ, ער וויל מאכן זיכער ער וועט האבן א פיינעם וועטשערע, און שלאפן אין א באקוועמען געלעגער, און אלע אנדערע תאוות עולם הזה.

ווידעראום דער איד ווען ער האט טאקע די אלע עולם הזה געברויכן צו קענען אנגיין מיטן לעבן, זעהט זיך אן אויף אים וואס זיין ציהל איז, מ'דערקענט ער איז אין די נשמה ביזנעס, ער זארגט זיך פאר איר, ער וואשט איר, ער רייניגט איר, און אמאל אז ער איז דורכגעפאלן מיט א גאלדן רענדל וועט ער איר וואשן און תשובה טוהן ווייל דאס איז דער רענדל וואס ברענגט אים צום תכלית הנרצה.

די אידן זענען אריין אין ים סוף, נחשון בן עמינדב איז אריינגעשפרינגען אן פרעגן שאלות, ער האט נישט געוואוסט פון א דערהער אז דער ים קען זיך שפאלטן, ער האט נאך נישט געהערט פון אזא מושג, ער האט געוואוסט אז ער גייט אריין צום זיכערן טויט, עס איז אים נישט געווען קיין ספק אז ער טוט א זאך וואס איז לכל הדיעות די לעצטע טאהט פון זיין לעבן.

ער האט דאס געטון ווייל "דער אויבערשטער האט געהייסן" דער גאנצער קערפער איז אים נישט וויכטיג אויב קען ער נישט אנקומען צום תכלית פון טון דעם רצון הבורא.

אלע אידן זענען נאכגעגאנגען, נישט וויסנדיג וואו דער סוף פירט, 600 טויזנט אידן מיט קינדער און רינדער גייען כאיש אחד בלב אחד, אלע מיט איין און דעם זעלבן ציהל, אה, דער ציהל איז עפעס וואס זיי ווייסן נישט פונקטליך איר גשמיות'דיגן אדרעסס, אבער איין זאך ווייסן אלע, ויאמינו בד' ובמשה עבדו, אויב משה רבינו הייסט גיין, גייט מען.

ווען מיר שטייען אין די הייליגע טעג פון דעם גרויסן יו"ט פסח, ווען מיר ווארצלען אריין אמונה פשוטה אין די מוחות, קוקן מיר זיך ארום וויאזוי דער איד גרייט זיך צום יו"ט, און וויאזוי דער איד פראוועט אזוינע געהויבענע טעג, מ'שטעלט זיך נאר פאר א מינוט וויאזוי וואלט דער גוי געפראוועט א ד' כוסות, צו וואלט ער געבליבן ביי ד' אדער וואלט עס ענדערש געגאנגען אין די הויכע צענדליג? וויפיל וואלטן די שפיטעלער געארבייט ווען דער גוי ווערט באפוילן צו טרינקען לשם מצוה?