יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

פארכאפט ביים שונא

פתח הגליון · פסח

אין פאלאץ פון קעניג טוט זיך א טומל, דאס קרוין פרינץ איז פארכאפט ביים שונא הונדערטער מיילן אוועק פון די מדינה, מ'מוז זאפארט מאכן א אקציע צו ראטעווען דאס געצערטלט קינד פון די הענט פון די אומווירדיגע מערדערישע הענט פונעם שונא.

דאס גענעראל שטאב ארבייט אויף א טריט ביי שריט אקציע, א פונקטליכן דעטאלירטן פלאן וויאזוי צו שטורמען דאס פעסטונג וואו דער קרוינפרינץ ווערט געהאלטן, די סאלדאטן זענען גרייט, די מיליטער איז אויף שיפן וועלכע רייסן זיך אין די ברויזנדע וואסערן צו דערגרייכן זיייער ציל איידער ס'איז צו שפעט.

אין א געלונגענע אקציע מיט גלענצענדע דערגרייכונגען ווערט דער קרוין פרינץ געראטעוועט פון אינטער די גאראטעס, מ'לייגט אים שנעל ארויף אויף א ספעציעל דעזיגנירטן וואגן, אין וועלכן מ'שפארט אים אריין אינטער שלאס און ריגל מיט סאלדאטן און שומרים פון אלע זייטן, צו פארמיידן א נקמה אקציע פון שונא, און ווי שנעלער דערגרייכן צוריק אהיים.

און דאן איז עס געווען ווען דער קרוין פרינץ האט זיך צום נאנטסטן שומר אויסגעדרוקט מיט ווייטאג, וואס ווילט איר פון מיר האבן? איר נעמט מיך ארויס פון צווישן די שונאים אין פעסטונג און איר לייגט מיך אריין אין א קעמערל ד' על ד', וואס איז דא ווייניגער תפיסה ווי דארט? מיר פארן דא מיילן אויף וועגן און שטעגן אומאויסגעפלאסטערטע אומוועגן, עס שאקלט, עס שטורעמט, פארשפארט און איינזאם, אפשר זאגט איר מיר וואס איז די תפיסה ווייניגער ווי דאס וואס דער שונא האט מיר געגעבן?

מיין טייערער קרוין פרינץ, עס איז שוין איינמאל פארהאן א חילוק, דער תפיסה אין וועלכן דו זיצט יעצט פירט דיך צום טאטן, עס איז טאקע שווער דער וועג, עס איז גאר אומאיינגענעם, מ'דארף זיך צופאסן צו די אומשטענדן, אבער דאס איז די תפיסה וואס דיין טאטע דער מלך רחמן האט געשיקט צוליב זיין בענקשאפט און ליבשאפט צו דיר, דיך ארויסצונעמען פון פארזוימען א עקסטערע מינוט אין זיין אפוועזנהייט, ער וויל דיך זעהן ווי שנעלער, און מיר דארפן דיך היטן נישט צו פארלירן נאכאמאל.

בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל. ווען מיר שטייען אין די טעג ווען מיר פלאנצן איין די אמונה פשוטה אין אונזערע מוחות, און אין די מוחות פון די קינדערלעך, דער יו"ט וואס מ'האט פון הימל געשאנקען פארן טאטן די כח אריינצולייגן אין די קינדער א העכערן גייסט פון אמונה, כאן הבן שואל, אויב בניסן נגאלו, זענען מיר דאך שוין אויסגעלייזט? וואס איז די עתידין להגאל? אלא מאי, וואס פארא גאולה איז אזא וואס איז נישט קיין גאנצער? דאס קינד פרעגט מיט שטומע אויגן, טאטע לעבן וואס איז די חילוק פון די גאולת מצרים, און די גאולה העתידה וואס דו פארציילסט מיר?

דאס איז דאך א שאלה וואס דער אידעלע טראכט ביי זיך, אוי הייליגער באשעפער האסט אונז ארויסגענומען פון דעם שונא'ס האנט, אבער וואו זענען מיר? מיר רייזן אין א קעמערל אין א וואגן אויף אומגעפלאסטערטע וועגן, מיר זענען אין א תפיסה, מיר זענען צוריק אין גלות, מיר זענען פארשפארט און פארקאטעוועט אין טויזנטער יארן פון פיין און ליידן, וואס איז דען בעסער דער גלות וואו מיר זענען? צו זענען מיר נאכנישט אריבער די נ' שערי טומאה אין דעם פינסטערן חשכות?

דער הייליגער שומר וועלכער היט אויף זיינע קינדער ענטפערט דעם קרוין פרינץ: מיין קינד, דו ביזט געווען ביים שונא און דו האסט נישט געקענט דערגרייכן צום טאטן אהיים, דו ביזט דארט געזעצן צווישן מיינע פיינט, דו ביזט געווען אין א סכנה פון אייביגן פארשווינדונג, איך האב דיך גענומען על כנפי נשרים, איך פיר דיך צווישן וועגן און שטעגן, אבער אלעס מיט א ציהל. אלעס דיך צו ברענגען אהיים.

יא מיר זענען אין גלות, און מיר האפן און ווארטן אויף די גאולה העתידה, די אייביגע גאולה, אבער יעדע טריט וואס מיר פארן, יעדע שריט וואס מיר גייען, יעדע מעשה טוב, יעדע מצוה, יעדע תפלה איז נאך א מייל נענטער צום טאטן, אט דאס איז דער באדייט, מיר פארן אין א וואגן וואס פירט אונז צום טאטן אין הימל.

ווי חז"ל לערנען אונז אז די גאולה מצרים איז געקומען ממש ווען די אידן זענען שוין געווען א רגע בעפאר אייביגער זינקען אין די טומאה, הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט שנעל ארויסגעכאפט זיין עם סגולה, קודם נישט פארזינקען ווערן ביים שונא, און פון דארט לייטערן און אויסרייניגען דאס הייליג פאלק, געבן זיי א תורה מיט וועלכן זיי זאלן זיך רייניגן, און לאנגע יארן פון עבודת הקודש און מסירות נפש לעשות נחת רוח להבורא ית' שמו, ביז עס וועט קומען דער גאלדענער לאנג ערווארטערטער מינוט ווען יקבצו כל הנדחים, אלע ווי איינס זיך צוזאמנעמען ווי איין גרויסער קערפערשאפט, איין איינציג קינד פון קעניג, ווען מיר וועלן שוין ראוי זיין צו די ליכטיגע וועזן פון די שכינה הק' בתוכנו.

יעזור ד' אז מיר זאלן שוין פון דעם פינסטערן גלות ארויסגיין בקרוב ממש, און זיך פרייען אין דעם יום הגדול והנורא ווען עס וועט זיין והשיב לב בנים על אבות, בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.