יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

וואו כאפט איר דעם היטש?

פתח הגליון · פורים

עס איז א גרויסער שטאט, אידן פארן רעכטס און לינקס, איינער דרום א צווייטער צפון, שטייט א אידל ביים ווינקל פון שטאט און פרובירט צו טרעפן א טרעמפ, ער וויל זיך מיטכאפן אלס מיטרייזנדער, ער האט נישט קיין אייגן קאר, ער פרובירט צו משכנע זיין אידן רחמנים בני רחמנים אים מיטצונעמען אויף זייער רייזע, ער זאגט צו נישט צו שאפן קיין עגמת נפש, סך הכל וויל ער אנקומען אין דערבייאיגן שטעטל, וועלכעס איז נאר 15 מינוט אוועק.

עס שטעלן זיך אפ איינס נאכן צווייטן אידן און פרעגן אים וואו ער וויל פארן, און ווי להכעיס ווי נאר ער זאגט זיין דעסטינאציע זאגן זיי זיך אפ פון אים געבן זיין וואונטש, זיי ענטפערן תירוצים אבער ס'הייבט אן אויסצוזעהן ווי א אפגעשמועסטע זאך, פלוצלינג פארט קיינער נישט יענעם ריכטונג? די גאנצע שטאט האט באשלאסן צו פארמיידן דעם דערבייאיגן שטעטל? עפעס שטעלט זיך עס נישט אויפן שכל.

ער הייבט אן פארשטיין, מ'האט אים פיינט אין שטעטל, ער איז נישט נושא חן ביי די באהערדע, די ראשי הקהלה גיבן אים אויך נישט ספעציעלע אכטונג, ער דערמאנט זיך אז א ברעטל צום דאווענען קריגט ער אויך נישט אין פרידנס צייטן, אין זיין מוח זעהט ער דעם גאנצן בילד קלאר, ער זעהט אז עס איז א אומבארעכטיגטע אבער גאר באשטעטיגטע שנאה כבושה וואס מ'האט אויף אים ארויף געלייגט.

שטייענדיג אין די קעלט דערמאנט ער זיך אויך אז שוין נישט איינמאל וואס ער באגריסט זיין שכן, און דער שכן טוט אים איגנארירן מיט קאלטבלוטיגקייט, עס איז מער און מער בולט אז ער האט פארזעהן א גרויסן פראבלעם, ער איז פארפיינטעט ביי די מענטשהייט, און וואונדערליך האט ער עס ביז היינט נישט באמערקט.

ער וועקט זיך אויף פון זיינע געדאנקען ווען א אידישער דרייווער שרייט פון פענסטער: זאגט נאר, איר ווילט ערגעץ גיין? איר דארפט א היטש?

יא יא, איך שטיי שוין דא א שעה און קיינער וויל מיך נישט נעמען, ברעכט ער אויס אין א געוויין און גיבט ארויס זיין גאנצן פלייץ פון טענות אויף די שטאטסלייט.

מיין טייערער ידיד, איר האט א גרויסן טעות, עס האט נישט מיט קיין שנאה, עס האט נישט מיט קיין שונאים, איר שטייט אויף די נישט ריכטיגער ווינקל פון שטאט, איר שטייט אויף דרום, דאס שטעטל איז אויף צפון, סך הכל דארפט איר זוכן א היטש ביים אנדערן ווינקל און איר וועט זעהן ווי שטארק אידן האבן אייך ליעב.

ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם,

דעם מענטש'ס גרעסטער שונא איז ער אליינס, דער מענטש שטעלט זיך פאר געוויסע איינרעדענישן, ער בויט אויף גאנצע בנינים, ער גראבט טיעפע גרובער פון אומעטיגע און קאלמוטנע מחשבות, אלעס אמאל צוליבן דרוקן אן אומריכטיג קנעפל, אדער צוליב זיין שטיין אין א אומריכטיג ווינקל.

דער מענטש זעהט די וועלט פון זיין קוק ווינקל, ער שטייט און קוקט, ער זעהט אלס שווארץ, ער זעהט פיינטשאפט, ער זעהט ביטערניש, און ער כאפט נישט אז ער איז אויפן נישט ריכטיגן ווינקל, עס איז נאר זיין קוק ווינקל וואס ער דארף טוישן.

ונהפוך הוא, ווען דער מענטש דרייט איבער זיין בליק, ער הייבט אן קוקן פון א ליכטיגן פערספעקטיוו, זעהט ער פלוצים א וועלט וואס שיינט, א וועלט וואס האט אים ליעב, ער זעהט באשיינפערליך דעם כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.

מיר שטייען אין די הייליגע טעג פון ימי הפורים, איז די צייט צו פארשטיין וואס שמחה איז, און וויאזוי מ'קען ערהאבערן די געהויבענע מדה וואס העלפט דעם איד שטייגן אויף טריט און שריט, און זיך נישט לאזן פארפירן ח"ו פון א שלעכטן קוק ווינקל.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן אלס זיין בשמחה מיט די ריכטיגע אמונה שלימה עדי ביאת גוא"צ בב"א.

א פרייליכן פורים און לוסטיגן תמיד