יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

וועמעס איז דאס שמוץ?

פתח הגליון · סוכות

אין ספר הק' נועם אלימלך ביי די אגרות קודש וואס זיין הייליגער זון ברענגט נאך פון טאטן, ווערט געברענגט בתוך הדברים א משל וואס אויף דעם וועל מיר באזירן דעם היינטיגן מאמר.

עס איז געווען א מלך וועלכער האט געהאט עבדים וועלכע זענען אים געווען גאר געטריי, זיי האבן אלס נאר געוואלט דעם כבוד און שבח פון דעם גרויסן קעניג וועם זיי האבן געדינט, זיי האבן כסדר ארויסגעקוקט אויף די הנאה וואס דער קעניג קען האבן, און ווען איימיצער האט געשאפן א נחת רוח פארן קעניג, האבן די עבדים אים ארויסגעוויזן א ענדלאזע ליבשאפט. (עיי"ש עוד והדברים עתיקין)

לאמיר אביסל טיעפער גיין אויף דעם וועג וואס דער הייליגער רבי אלימלך האט געזאגט, און אביסל רעדן לענינינו פון דעם הייליגן זמן פון יו"ט סוכות, דער חג האסיף.

דאס איז א שטייגער ווי א זון וואס האט ליב זיין טאטן, אדער גאר א טאטע וואס האט ליעב זיין זון, און ער זעהט אז איינער איז אים מכבד, ווערט זיין הארץ געקניפט און געבינדן מיט אט דעם יעניגן, און עס איז אזא סארט ליבשאפט וואס מ'קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, עס איז א אינערליכער געפיהל וואס קומט פון פארגעניגן וואס דער יעניגער האט אים געשאפן דורך טוהן א נחת רוח פאר זיינס א באליבטן.

עס איז דאס זעלבע ווען אט די עבדים וואלטן געזעהן ווי דער קעניג'ס פאלאץ ווערט באשמוצט דורך אומפאראנטווארטליכע לייט, וואלטן די עבדים נישט גערוהט און נישט געווארט קיין עקסטערע מינוט נאר צוזאמען מיט אלע כוחות צוזאמגעקליבן דאס שמוץ און פארווארפן ווייט פון פאלאץ, אזוי ארום אז דער קעניג זאל נישט זעהן אדער קומען צו קיין שום צער. עס איז פאר די עבדים נישט קיין נפק"מ ווער עס האט דעם שמוץ געלייגט, זיי זוכן נישט וועם צו שטראפן, זיי זוכן נישט געוואויר צו ווערן ווער די זינדיגע קעגן קעניג זענען, אלעס וואס זיי ווילן איז דאס כבוד פון קעניג.

ווען די עבדים זענען נישט אזוי געטריי צום קעניג, איז גאר אנדערש דער אויסגאנג ביי אזוינע פעלער, יעדער עבד פרובירט אנצולייגן דעם שולד אויפן צווייטן, איך דארף נישט באפאסן זיך מיט דיין שמוץ זאגט איין עבד צום צווייטן אויפריכטיג, און אזוי פרובירט יעדער צו גריבלען אין די שמוץ צו טרעפן דאס אייגענע ווייל יענעם'ס איז נישט מיין פראבלעם, זאל ער זיך אליינס באפאסן דערמיט.

דאס איז אבער ווייט נישט לכבוד פון קעניג, דאס איז שוין דער אייגענער כבוד, און די אייגענע גאוה וועלכעס ברענגט נישט קיין ריינקייט אלס רעזולטאט, נאר א צעמישעניש וואס איז אינגאנצן נישט קיין כבוד פארן קעניג.
-

ווען אידישע קינדער האלטן נאך די הייליגסטע טעג פון יאר, מ'האט דעם קעניג'ס פאלאץ גערייניגט און געהייליגט, אלעס לכבוד שמו יתברך, עס גייט פאר די עבדי ד' נישט אן קיין שום אנדערע כוונה נאר דער כבוד פון זייער גרויסן קעניג דער מלך מלכי המלכים. ווען די אהבת ד' איז אין אזא הויכע מדריגה, אט אין דער צייט נעמען זיך די עבדים צוזאם און ווילן רייניגן, און האלטן ריין דעם פאלאץ, זיי זענען אין אזא הויכע מדריגה פון אהבה אז עס קימערט זיי נישט צו די זינדיגע זענען פון די שרים ביים קעניג אדער גאר פון די פויערן פון לאנד, עס קימערט זיי נאר דאס שיינקייט פון קעניג.

יא, ווען עס איז אן אנדערער צייט פון יאר ווען עס איז נישט אין אזא געהויבענער בחינה פון דעת, ווען די מוחות זענען פארגרעבט, און די געפילן פארטעמפט, מ'פארגעסט אז דער עיקר איז דער כבוד ד' דער כבוד פון מלך, דאן זוכן זיך נעבעך די עבדים די אייגענע שמוץ און ווילן נישט העלפן דעם תכלית העיקר פון ריינקייט אין פאלאץ, מ'באשולדיגט זיך איינער דעם צווייטן, און מ'זוכט נישט צו העלפן איינער דעם אנדערן.

אנדערש איז ווען ס'איז ראשון לחשבון עוונות, עס איז ראשון צו גאר א נייעם סארט חשבון, א חשבון וואס רעכנט אריין אלע מעשים פון דעם גאנצן כלל, א חשבון מיט וועלכן מיר אלע נעמען א טייל צוגלייך צו רייניגן און הייליגן דעם גאנצן כלל.  א חשבון וואס מ'מאכט ווען מ'בינדט דעם לולב און אתרוג מיט די הדסים און ערבות, ווען גאנץ כלל ישראל ווערט איינס, און ווען מ'שאקלט איר באקומט זי איין גרויסער משמעות, א גאנצער דבר השלם די ד' מינים, וועלכע ווייזן אויף אלע סוגים פון כלל ישראל, ווען מ'קימערט זיך נישט עקסטער מיט די ערבה, און עקסטער מיטן אתרוג, מ'זעהט קלאר אז פארן כבוד שמים מוז זיין אלע פיהר צונאזאם, און נאר דאן קען דער כבוד שמים נתקדש ווערן דורך אונז פשוט'ע עבדים, בשר ודם, וועלכע באגרייפן נישט דאס גרויסקייט פון קעניג.

ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר, ראשון לחשבון עוונות, עס איז דער חשבון וואס מאכט אונז רעכענען גאר אנדערש, מיר רעכענען זיך אלס א כלל, אלס א גרויסער איינציגקייט, אלס א עם יחידי צום יחיד ומיוחד. דאס איז דאס דערהויבנקייט פון דעם זמן, און מיט דעם גייען מיר אריין אין די הייליגע סוכה וואס נעמט ארום כלל ישראל פון אלע זייטן ווי די ענני הכבוד, עס ווייזט אויף דעם סוכת שלם, דאס גאנצקייט פון קעניגרייך, ווען אלע עבדים בייגן זיך צוגלייך און אלע צוזאמען צו אלע ריכטונגען צו מפרסם זיין שבח יקר וגדולה וכבוד צו אלע זייטן פון די וועלט.

דאס פיהרט אונז אריין אין דעם חג האסיף, וואס יעדע זאנגעלע פאר זיך איז קיין סאך נישט משנה, אבער ווען דער גאנצער שייער תבואה ווערט צונויף גענומען שאפט זיך א אוצר וואס דערפון קען מען הנאה האבן און זיך שפייזן פאר א לאנגע צייט.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו תשובה שלימה מתוך אהבה ושמחה, מיט א ספעציעלן געפיהל פון נאנטקייט צום באשעפער דורך זיין נאנט צו זיינע עבדים און זיך העלפן איינער דעם צווייטן ברוחניות ובגשמיות, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו קימת סוכת דוד הנופלת במהרה בימינו.

א כשר'ן לעכטיגן יום טוב.