יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דאס שפראך פון קינד

פתח הגליון · יום כיפור

נאך א שווערן טאג ארבייט, ווען דער טאטע קומט אהיים אויסגעמוטשעט, און די מאמע האט נארוואס געלייגט דאס קינד שלאפן, עס לאזט זיך אראפ א רואיגקייט אין שטוב, עס איז אט דער צייט ווען די טאטע מאמע שמועסן זיך איבער וויאזוי דער טאג איז אריבער מיט זייער קינד, דער טאטע פארציילט וואס ער האט געהערט פון מלמד און די מאמע גיבט איבער די זיסע חכמה'לעך פון דאס קינד אין שטוב.

עס איז גאר מערקבאר ווי די טאטע און מאמע ווערן באנומען פון די אלע קליינע דעטאלן וועלכע רעדן צו זיי אין הארצן, עס איז עפעס וואס דאס קינד וועט נישט פארשטיין ביז ער ווערט עלטער, עס איז אזוינע גרינגע זאכן ווי א שמייכל וואס ער גיבט נאטורליך, אדער א מדה וועלכע ער האט זיך ערהאבן, זאכן וואס מאכן די עלטערן איבער גליקלעך, און דאס קינד פארשטייט גארנישט וואס איז די גרויסע שמחה? אלע קינדער אין חדר טוען דאס זעלבע.

דאס קינד ווערט עלטער, און ער וויל ווייזן פאר די עלטערן זיינע חכמות, ער פרובירט צו ווייזן אמאל א קונצליכע מעלעריי, אדער אז ער קען גאר שיין זינגען, ער מאכט געוויסע אנשטרענגונגען צו איבערצייגן זיינע עלטערן אויף זיינע אויסנאמע טאלאנטן אדער קוואליפיקאציע'ס. די עלטערן האבן טאקע גאר שטארק הנאה, און קוועלן צו זעהן ווי דאס קינד האט הנאה פון זיך, ווען דאס קינד זעהט ווי די עלטערן האבן הנאה ווייסט ער גאר נישט אז די שמחה איז נישט אויפן טאלאנט אזוי ווייט ווי דאס עצם הנאה וואס דאס קינד האט פון זיינע עררייכונגען.

ווי עלטער דאס קינד ווערט אלס מער פרובירט ער צו איבערראשן די עלטערן מיט זיינע אויפטוהען און מיט זיינע עררייכונגען, עס נעמען אן פארשידענע פארמען געוואנדן לויט זיין עלטער און שטאנד.

מאכט זיך אמאל א קינד וואס איז מער צוריק געצויגן און ברענגט נישט קיין עקסטערע טאלאנטן אפי' לויט זיינע קינדערישע באגריפן, און ער קען נישט ציען דאס אויפמערקזאמקייט פון אלע ארומיגע אזוי שטארק און מיט אזא אימפעט, אבער די עלטערן שטייען ארום אים און קוועלן פון יעדן אטעם, פון יעדן ריר, פון יעדן ווארט וואס ער זאגט, זיי זעהען א ליכטיגקייט אין זיין וועזן, זיי ברויכן בכלל נישט קיין עקסטערע טאלאנטן, זיי ברויכן נישט גארנישט ווילאנג דאס קינד איז צופרידן.

ווען דאס טאלאנטפול קינד וויל אמאל עפעס מער פון די עלטערן זיינע, וועט ער אלס טרעפן א וועג צו איבעראשן און וויאזוי צו בעטן, אדער וויאזוי צו מאכן די עלטערן קוקן אויף אים, און אמאל אז ער טרעפט נישט, שפירט ער זיך פארלוירן, ער שפירט נישט אז די עלטערן וועלן קוקן אויף אים, אמער ער איז דאך נאר אינטערסאנט ווען ער ברענגט זיינע טאלאנטן צום טיש. דאס איז וואס דאס קינד קלערט.

דאס קינד ווייסט נישט אז ביי די עלטערן איז ער פונקט אזוי טייער און געשעצט מיט טאלאנטן אדער נישט, זיי זוכן נאר אז ער זאל זיין צופרידן, ער זאל הנאה האבן פון זיין רייכן אידישן לעבנסשטייגער, און זיך שפירן נאענט צו זיי מיט א קשר וואס עלטערן דארפן האבן מיט זייער קינד.

עס איז נישט דא דער מענטש וואס זאל פארציילן פארן קינד אז ער ברויך זיך נישט אזויפיל איבערשטרענגען, ער ברויך נישט מאכן קיין קונצן, די עלטערן וועלן אים הערן אפי' ווען ער רעדט סתם קינד שפראך, עס איז א שפראך וואס די עלטערן פארשטייען און האבן ליב צו הערן, עס איז דער גראדער תמימות'דיגער אמת'ער שפראך וואס גייט זיי אריין אין הארצן און האט נישט קיין בעסערע רעצעפט צו באקומען זייערע אינערליכע ליבשאפט צום קינד, עס איז מער ווי די אלע קונצן וואס דאס קינד טוט באווייזן אלעמאל.

מיר שטייען אין די הייליגע טעג, און מיר גרייטן זיך צום סאמען הייליגסטן טאג יום הקדוש, דער טאג ווען דער טאטע אין הימל שטייט און ווארט אויף זיינע קינדער זאלן זיך בעטן ביי אים פאר סליחה מחילה וכפרה, ער שטייט גרייט אין דעם הייליגן טאג צו געבן פארן קינד אלס וואס ער בעט, ער דארף זיך נאר מכניע זיין און בעטן.

שרייבן די ספרים הקדושים איבער די תפילות וואס מיר זענען מתפלל אין די הייליגע טעג, מיר זעהן אז צווישן די אלע פיוטים און ספעציעלע תפילות ווערן אידישע קינדער גאר שטארק אנגעווארימט און מ'שפירט אין די לופטן ווי דאס איז די תפילה אויף וואס מ'ווארט פון אונז, און דאס וועט אונז ברענגען די ישועה משמים, אבער אמאל פארגעסן מיר אז דער טאטע אין הימל האט ליב ווען מיר רעדן צו אים אין די פשוט'ע שפראך וואס מיר דאווענען אלעמאל.

יא די אלע פיוטים זענען מעורר לבבות, און עס מאכט אונז טיעפער פארשטיין דעם באדייט פון דעם גרויסן טאג, אבער מיר טארן נישט פארגעסן אז די טאג טעגליכע תפילות, די וואס מיר שפירן אז עס איז גאר נישט עקסטער טאלאנט, מיר זענען שוין אזוי רגילים בפה, עס זענען אט די תפילות וועלכע מיר מיינען אז דאס איז שוין גארנישט ווערד ח"ו וויבאלד מיר זאגן דאס כסדר, אט די תפילות זענען דאך אזוי הייליג און טייער, דער טאטע טשעטשקעט זיך מיט אט די תפילות מער ווי מיט אלעם.

די פמליא של מעלה קלייבט די טאג טעגליכע אמן'ס, די קדושה, די ברכות פון שמונה עשרה, און פלעכטן קרוינען פארן כסא הכבוד מיט זיי, עס מוז נישט זיין דוקא א נתנה תוקף אדער א על חטא וועלכע האט טאקע אן עקסטערן באדייט אין די הייליגע טעג, אבער די פשוט'ע תפילות וואס די הייליגע כנה"ג האבן אונז געגעבן צו רעדן צו אונזער טאטן אין הימל, דאס איז וויכטיג צו געדענקען און מכוון זיין אין אזא הייליגן טאג ווי יום הקדוש.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו א שנה טובה ומתיקה, ומחילה סליחה וכפרה מתוך שמחה ונחת עדי ביאת גוא"צ בב"א.