יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דאס ניי געשעפט

פתח הגליון · ראש השנה

עס ווירבלט זיך מיט ארבייטער פון אלע סארטן, איינער לייגט אויס סחורה, א צווייטער פאררעכט די ווענט, א דריטער איז פארנומען אויפצושטעלן א פענסטער מיט אויסשטעלונגען פון די סחורות וואס גייען פארקויפט ווערן אין געשעפט, און דער בעה"ב דרייט זיך ארום און טיילט איין פאר די ארבייטערס פונקטליכע אנווייזונגען וואס עס דארף נאך געטון ווערן בעפאר עס קומט אן דער גרויסער טאג ווען דער געשעפט וועט זיך אפיציעל עפענען צום ברייטן פובליקום.

אין איינע פון די טעג זייענדיג אין די סאמע ברען פון די הכנות צום עפענען דעם נייעם געשעפט שטורעמט אריין איינער פון די ארבייטער מיט אויפברויז און שרייט איבער זיינע כוחות אז ער גיבט אויף זיין פאזיציע, ער איז נישט גרייט אויף אזוינע אומרעכטן וואס ווערן דא אפגעטוהן.

דער בעה"ב פרובירט אים צו בארואיגן, ער איז פארט א גוטער ארבייטער, און ער פרובירט צו פארשטיין על מה יצא הקצף, וואס איז די גרויסע אויפברויז? דער ארבייטער שפארט נישט קיין ווערטער ווען אין די זעלבע צייט שלעפט ער ארויס פון בוזעם א גרויסן מודעה וואס ער האט געפונען אין די לאקאלע צייטונגען וואו עס ווערט אנגעגעבן אז דאס ניי געשעפט עפנט זיך צוויי וואכן ארום מיט א גרויסע צערמאניע, וואו מ'וועט געבן פארשידנס פאר די חשוב'ע קליענטן, און מ'וועט צוזאמען אפצייכענען מיט פרייד דעם "ערשטן טאג" פון נייעם געשעפט.

ער שרייט איבער די לונגען, וואס פארא חוצפה איז דאס? איך ארבייט שוין דא חמר'ישע ארבייט די פארגאנגענע וואכן, איך קום אהיים אן ערשעפטער יעדע נאכט, איך קום צופרי גאר פרי, איך רוה נישט קיין מינוט, און איך מאך אז דער געשעפט זאל זיין גרייט. אלזא פארוואס שרייבסטו אז דאס געשעפט איז אפן פון צוויי וואכן ארום דינסטאג? וואס איז היינט? וואס טוען מיר דא? אונז אלע ארבייטער זענען נישט קיין מענטשן? איז דען דאס געשעפט נישט אפן? פארוואס זאל זיין דער גרויסער ערעפענונגס צערמאניע הערשט צוויי וואכן ארום?

דער בעה"ב איז מסביר מיט רואיגקייט פארן ארבייטער, דו ביזט מיר גאר אסאך ווערד, און אודאי קומט דיר א גרויסער קרעדיט אז מיר האלטן דא, אבער אן די קליענטן איז קיין געשעפט נישט דא, אלעס וואס מיר טוען איז צו זיין גרייט פארן ערשטן טאג פון געשעפט. דער טאג צייכנט אפ דעם ערשטן טאג פון די אנהייב פון געשעפט, וואס אויב וועלן די קליענטן זיין געטריי און קומען איינקויפן האט זיך אלס געלוינט, ווידעראום אויב ח"ו קומען זיי נישט איינקויפן איז דיין האראוואניע געווען לאיבוד.

חז"ל זאגן אונז אין מדרש דברים רבה. מלאכי השרת שאלו להקב"ה אימתי ר"ה. די מלאכי השרת פרעגן ווען איז ר"ה? און דער אייבערשטער ענטפערט פאר די מלאכים, אני ואתם נרד לבי"ד של מטה און מיר וועלן דארט געוואויר ווערן ווען ר"ה איז.

לכאורה איז זייער שווער פארוואס דארפן די מלאכי השרת פרעגן אזא שאלה? און פארוואס דארף מען אראפקומען צום עולם התחתון צו זעהן ווען ר"ה געפאלט?

זאגט דער הייליגער חתם סופר אין די דרשות, באמת איז די וועלט דאך באשאפן געווארן כ"ה אלול, נאר דער מענטש איז באשאפן געווארן אום ר"ה. איז ער מסביר אז די מלאכי השרת קומען מיט א שטארקע טענה, געוואלד פארוואס איז ר"ה הערשט דעם ערשטן טאג אין תשרי? מיר זענען שוין דא געווען פון כ"ה אלול, מיר זענען דאך אויך באשאפן געווארן דורכן באשעפער אליינס? וואס איז דאס אז מ'רעכנט אונז גאר נישט אריין?

אויף דעם ענטפערט זיי הקב"ה, קומט און קוקט אויף דעם מענטש וואס צוליב אים איז באשאפן געווארן די גאנצע בריאה, וואס אויב פירט ער זיך ווי מ'ברויך איז מיר כדי געווען די גאנצע וועלט און אלע מלאכים, און אויב נישט ח"ו וואס איז ווערד די גאנצע בריאה. אלזא דער ערשטער טאג ווערט פאררופן אויפן וויכטיגסטן פון די בריאה. און אלע אנדערע וואס זענען דא אים צו באדינען, און אנגרייטן דעם נייעם געשעפט צו קענען דינען די קליענטן דעם אדם דעם מובחר היצורים.

שטייענדיג בעפאר דעם הייליגן טאג ווען עס צייכנט זיך אפ דער יאר, עס צייכנט אפ די ענדע פון א פארגאנגענעם יאר תכלה שנה, און ווי אויך מיט גרויס שמחה די התחלה פון דעם קומענדיגן יאר הבעל"ט, און דער קליענט פון דעם גרויסן געשעפט וואס דאס איז דער מענטש, אין שפיץ פון דעם עם הנבחר כלל ישראל די ערליכע אידן וואס גייען אויף די דרכים וואס מאכן דעם געשעפט ווערד צו האלטן אפן, די וואס האלטן אן דעם געשעפט און שטעלן צופרידן דעם גרויסן בעה"ב, מאכן זיך די גאר גוטע קליענטן דעם חשבון אויף צוריק, וויפיל האבן מיר בייגעשטייערט צום געשעפט? וויפיל האבן מיר געברענגט איינצולייזן?

עס איז דער יום הרת עולם, אלעס ווענדט זיך אין דעם גרויסן טאג, אלע חשבונות אין די ביכער באפאסן זיך מיט די איינקונפטן פון פארגאנגענעם יאר, און דער גרויסער בעה"ב ברוב חסדו ואמיתו הערט זיך צו צו די קבלות טובות וואס זיינע געטרייע קליענטן נעמען זיך אונטער, כאטש וואס נישט אלעס וואס זיי האבן זיך אונטער גענומען פאראיאר האבן זיי מקיים געווען, אבער דאס חסד פון דעם גרויסן בעה"ב איז מכפר אויב זעהט ער אז דער קליענטעל איז ערנסט דערביי און וויל מיט אן אמת טוהן תשובה און פון היינט און ווייטער מתקן זיין די מעשים, און שטארקן די סיבה פון די וועלט און איר שטאנד.

מיר באציען זיך אין דעם טאג ר"ה אלס צום גרויסקייט פון טאג, מ'רופט דעם טאג מיט פארשידענע געהויבענע נעמען, און אלעס באציהט זיך צום טאג מיט איר גרויסקייט, צו וואס דארפן מיר רעדן פון דעם טאג? פארוואס נישט דעם עצם ידיעה אז עס איז די צייט וואס כבקרת רועה עדרו גייען אריבער אלע באי עולם פארן מלך יושב על כסא, און ווערן גע'משפט אויף זייערע מעשים?

נאר דער טאג אליינס איז אונז מחייב, עס ברענגט אונז צו פארשטיין דאס וויכטיגקייט וואס עס האט דער אדם בעולמו, וואס מיט זיין תשובה און אמת'ע חרטה אויפן עבר איז ער מקיים עולם ומלואו, ער איז די סיבה צו די נייע יאר וואס קומט, ער איז די סיבה פארוואס די וועלט שטייט, און אפי' די מלאכים ושרפי מעלה גרייכן נישט צו אט די מדריגה אין וויכטיגן שטאנד פון קיום העולם.

דאס געשעפט האט א גאר גרויסן צוקונפט, עס איז א געשעפט פון תורה ומעשים טובים, וועלכע מ'קען נאר איינלייזן דורך לערנען די דרכי ד' און זיך האלטן אויפן דרך ישראל סבא, א ערנסטע קבלה, מיט גאר דעטאלירטע תיקונים ברענגט דעם קיום העולם, און מיר זענען שותפים למעשי בראשית מיטן אייביגן גרויסן באשעפער.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין אין די הייליגע טעג צו ברענגען נחת רוח און שאפן די הייליגע פארגעניגן פארן טוב ומטיב לכל וואס וויל אונז נאר שענקען און געבן פון זיין אוצר הטוב, און מיר זאלן ראוי זיין לקבל מהשפעת טל השמים ושמני הארץ מתוך הרחבת הדעת און רואיגקייט, און מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה נאך דאס יאר באנפין נהירין.

כתיבה וחתימה טובה, שנת גאולה וישועה.