מיט א גרויס גערודער און טומל קומט אריין פייוול אין געשעפט און מאכט קולות אויפן געשעפט אייגענטומער, איך קויף דא איין ביי דיר אלע יארן, און פאר וועלכע סיבה ס'זאל נישט זיין האב איך נאך נישט מצליח געווען צו קויפן א פעדער וואס זאל ארבייטן. מיין ברודער קויפט איין ביים קאנקורענט און זיין פעדער ארבייט אלס ווי א פידל.
קען נישט זיין, אייסערט זיך דער געשעפטסמאן, מיר קויפן די פעדערן פון די זעלבע פירמע, איך בין דען דער וואס מאכט די פעדערס? איך בין דאך נאר א געשעפטסמאן וואס פארקויפט עס. איך וועל דיר געבן יעצט א בעסערן פעדער, און האפנטליך וועט דאס שוין נישט מאכן קיין פראבלעמען.
ס'גייט נישט דורך קיין צוויי טעג, און דער פייוול איז צוריק מיט טענות און מענות, געוואלד, איך פארשטיי נישט וואס דא טוט זיך. ווידער די זעלבע געשיכטע, איך קויף א פעדער, דו זאגסט מיר ס'איז גאר א בעסערער פעדער, און גארנישט, ס'ארבייט נישט גוט. קום לאמיך דיר צייגן מיין ברודער'ס פעדער וועסטו זעהן וואס א פעדער מיינט.
איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן, אבער לאזט מיך אויספרובירן דעם פעדער וועל איך זעהן וואס די פראבלעם איז. דער געשעפטסמאן נעמט דעם פעדער און שרייבט, ער ווייזט פאר פייוול'ן דער פעדער שרייבט ווי געהעריג, ס'איז זיכער נאר געווען א טעות פון דיין זייט.
און אזוי ציהט זיך א קייט און יעדן צווייטן טאג קומט פייוול פארפירן אז דאס פעדער ארבייט נישט, און דער געשעפטסמאן ווייזט אים אז ס'ארבייט יא, ביז דער געשעפטסמאן האט געזעהן אז אזוי קען מען נישט אנגיין, נעמט ער אפיר פייוול'ן און פרעגט אים, זאג מיר וואס דו זעהסט א חילוק צווישן דיין פעדער און דיין ברודער'ס?
איך וועל דיר זאגן, מיין פעדער שרייבט און עס קומט ארויס צעפארענע קרומע שורות, גרויסע און קליינע אותיות, נישט גוט אויסגעלייגט, בכלל נישט צו דער זאך. מיין ברודערס פעדער שרייבט גראדע הערליכע אותיות מיט אלע טעמים, שיין אויסגעלייגט מיט אלע פיטשיווקעס ווי א פעדער ברויך שרייבן…
אה, זאגט דער געשעפטסמאן, דו דארפסט פארשטיין פייוול. נישט דער פעדער שרייבט, נאר דער שרייבער שרייבט, דער פעדער איז נאר דאס מיטל מיט וואס מ'שרייבט. אויב ווילסטו דיין פעדער זאל אויך שיין שרייבן גיב עס פאר דיין ברודער אדער לערן דיך אויס שרייבן…
בראש השנה יכתבון.
עס קומט דער הייליגער גרויסער טאג ראש השנה, אידן גרייטן זיך צום טאג ווען מ'פארשרייבט זיי דעם נייעם יאר, עס איז די צייט ווען דער פעדער שרייבט, און מ'איז מתפלל פאר א לעכטיג זיס יאר.
פאר יעדן ווערט פארשריבן, פאר יעדן ווערט פארגעזאגט א פרישער נייע יאר, אבער אויב נוצט מען אויס די צייט און מ'איז ריכטיג מתפלל דאן שרייבט דאס פעדער א שיין שריפט,
עס איז די צייט ווען מ'ברויך זיך בארעכענען נישט אויסצוזעהן ווי פייוול וועלכער שימפט אויפן פעדער, און באשולדיגן די סביבה, די מצב, די ארום, אלעס איז שולדיג, דאס פעדער שרייבט נישט, נאר דער מענטש אליינס שלאפט און פארשטייט נישט אז עס האט גאר קיין שייכות נישט צום פעדער נאר צום שרייבער, עס איז דער מענטש אליינס וועלכער העלפט פארשרייבן דעם קומענדיגן יאר, עס איז זיינע תפלות זיינע אויפריכטיגע הייסע טרערן ביים סידור'ל וועלכע וואשן אפ די פלעקן אז דער פעדער זאל קענען ליכטיג פארשרייבן דעם קומענדיגן יאר.
עס איז די צייט פון יאר וועלכע דערמאנט אונז אידישע קינדער אז בראש השנה יכתבון, ס'שרייבט זיך אלס אין דעם גרויסן טאג, און אונז קען מיר נאר מאנעווירן דאס געשריבענע דורך תפלות ובקשות, תשובה, צדקה, און אמת'דיגע טרערן.
זאל דער אויבערשטער העלפן מ'זאל זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.
א כתיבה וחתימה טובה פאר די חשוב'ע לייענער און גאנץ כלל ישראל.