נצבים תשע"ז
אין א ווייט לענדל וואוינען זיך רואיג אירע איינוואוינער מיט פרידן, דאס לאנד איז ארום גענומען פון אלע זייטן מיט נאטורליכע גדרים וועלדער און פעלדער, בערג און טאל, טייכן און ימ'ען, עס איז טאקע נישט אזוי גרויס, אבער אירע איינוואוינער מיטן קעניג אין שפיץ זענען פון די עליטע מענטשהייט, רייך און אנגעזעהן ביי די פעלקער ארום איר.
פארשטייט זיך אז אזא שיין לענדל דארף צו האבן וואכזאמע שמירה צו אלע צייטן, דעריבער האט דער קעניג באשטימט א בריגאדע פון די מיליטער צו דינען אלס וועכטער און געזעץ היטער ביי די גרעניצן פון לאנד.
דער גענעראל פון מיליטער איז געווען באאויפטראגט מיטן פליכט פון זעהן אלס צו האבן די ריכטיגע וועכטער, און זיי לערנען די ריכטיגע טאקטיקן וויאזוי צו היטן די שטאט, ער האט זיי כסדר אויפמערקזאם געמאכט אויף פרישע כיטרע מאכענורעס פון גנבים און סתם אזוי פלינדערער וועלכע קומען אריין און ווערן צו לאסט פאר די בני המדינה, וויאזוי זיך אויסצוהיטן פון די אומגעוואונטשענע געסט.
אין איינע פון די טעג איז דער קעניג מיט זיין סוויטע געקומען באזוכן ביי די קאזארמע וואו מ'לערנט די נייע וועכטער די פאך, און מיט גרויס וואונדער זיך אויסגעדרוקט אויף די פילע סארטן מענטשן וואס ער האט דארט געזעהן, נידריגע, הויכע, מאגערע, און ברייט ביינערדיגע, בויער און קריכער, שיפלער און שווימער, נישט ווי זיין געוואוינהייט ווען ער באזוכט סיי וועלכע מיליטערישע איינהייט וואו רוב סאלדאטן זענען פון בערך דעם זעלבן געבוי.
דער גענעראל האט שיין מסביר געווען דעם קעניג אז דא ביי די ספעציעלע וועכטער איינהייט איז וויכטיג צו האבן פון אלע סארטן, מ'דארף קענען היטן אויף אלע ווינקלען פון די מדינה, ס'איז דא וואסערן, וועלדער, בערג און טאל, און איבעראל פעלט זיך אויס אנדערע טאלאנטן, און די ארבייט איז זיכער צו מאכן אז אלס זענען אנוועזנד די ריכטיגע וועכטער מיט די ריכטיגע טאלאנטן ביי די אנגעגעבענע ערטער וואו זייערע טאלאנטן פעלט זיך אויס.
ביי גאר שמאלע וועגן און שטעגן שטעלן מיר אראפ די מאגערע פלינקערע קריכער, און ביי די וואסער גרעניצן שטעלן מיר די שווימער. און דער עיקר לייגן מיר א דגוש אז אלס זאלן די וועכטער זיין אויפן פלאץ וואס איז פאר זיי באשטימט, ווייל אויב איז אויף איין פלאץ נישטא קיין וואך וועלן די פארברעכער גלייך טרעפן א לעכל פון וואו זיך אריינצוכאפן און שאדן מאכן פאר די מדינה לייט.
דער קעניג האט שטארק הנאה געהאט פון די קלארע רייד.
אתם נצבים היום כלכם לפני ד' אלקיכם ראשיכם שבטיכם זקניכם ושטריכם כל איש ישראל
זאגט דער הייליגער אור החיים, דאס אידישער פאלק באשטייט פון אלע סארט מענטשן, די קלענערע און גרעסערע, די געהויבענע פון פאלק און די פשוטי המון עם, קען זיך אמאל דוכטן פארן איד אז ער איז מינדערוויכטיג צום גרויסן בילד, ער איז דאך א פשוט'ער איד, ער איז נישט אזוי פאררעכנט אלס א וויכטיגער חלק פון דעם כלל ישראל ווי עס איז דער זקן און מורה דרך וועלכער גיבט זיך אפ מיט העכערס פון וואס ער באגרייפט.
אט דאס קומט אונז דער פסוק לערנען, אתם נצבים היום, ראשיכם שבטיכם וגו' כל איש ישראל, איר שטייט אלע, איר זענט אלע העכסט וויכטיג יעדער אויף זיין פאזיציע, יעדער לויט זיינע באגריפן, צו היטן אויף דעם טייערן לענדעלע כלל ישראל.
כל ישראל ערבים, יעדער אויף זיין שטייגער, יעדער צו היטן אויפן ווינקעלע וואו דער גרויסער גענעראל האט אים באשטימט צו שטיין, אט דאס מאכט דעם אידעלע אלס א חלק פון די גרעסערע מיליטער וואס מ'קען נישט בייקומען. ער איז גאר וויכטיג צו טון זיינע מצוות און מעשים טובים אויף דעם ווינקל וואו מ'האט אים געשטעלט, ער איז א ספעציעל באשטימטער וועכטער מיט זיינע ספעציעלע טאלאנטן וואס פעלן זיך אויס דארט וואו דער גענעראל האט איינגעזעהן אז זיינע אייגנשאפטן וועלן אויסגענוצט ווערן צום בעסטן.
דאס בעטן מיר ביים דאווענען ותן חלקנו בתורתיך, מיר זאלן זוכה זיין צו טון אונזער חלק בשלימות, און אזוי ארום האבן א חלק אין עצם קיום פון כלל ישראל לעד ולנצח.