יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

א מתנה אדער א חוב

פתח הגליון · פרשת כי תבוא

ביים באנקיר אין ביורא איז ווי אייביג פארנומען מיט קליענטן און נייע אפליקאנטן, געוויסע קומען אהין צו באקומען א הלואה אויף טערמינען, און אנדערע האלטן דאס געלט ביים באנקיר וועלכער נוצט דאס געלט צו מאכן פראצענטן. טרעפן זיך אמאל צוויי קליענטן ווארטנדיג ביים ווארטזאל פון באנקיר אליינס, און אלס צוויי לאנדסלייט צעשמועסן זיי זיך איבער זייערע געשעפטן דא מיטן באנק און וואס פארא ערפארונג זיי האבן מיט די באנק ווירטשאפט.

דערצייילט ראובן פאר שמעון’ן אז ער איז דא ארויסצונעמען א הלואה פון הונדערט אלפים וואס ער האפט צו באקומען פאר זיין ניי געעפנטן געשעפט. ער פארציילט ווי שווער די דורכגאנג פון די אפליקאציע איז געווען, וויפיל אינפארמאציע און פאפירן מ’האט געדארפט אהין געבן פאר די באנק ביז זיי מאכן די החלטה, און הערשט ווייסט מען נאך נישט צו ער גייט קריגן די גאנצע הונדערט אדער ווייניגער.

שמעון בלייבט נישט שטיל און פארציילט אז ער איז גראדע אן אלטער קאסטומער דא אין באנק און ער איז יעצט דא ארויסצונעמען פון זיין אייגענע קאנטע הונדערט אלפים, און דאס דארף א ספעציעלע אינטערשריפט פון באנקיר אליינס צוליב די גרויסקייט פון די סומע.

די צייט קומט, ראובן גייט אריין פאר זיין פריוואטן אוידיענץ ווען זיינע לעפצן שעפשען א תפלה אז די הלואה זאל זיין בשלום און בשלימות, ער דארף וויכטיג האבן דאס געלט אנצוגיין מיטן געשעפט. און דערנאך גייט ראובן אריין אבער מיט גרויס מוהט און אן קיין שום זארג, ער שפאצירט אריין און האפט צו זיין אינדרויסן מיט א אינטערשריפט אין אפאר מינוט.

ביים ארויסגיין טרעפן זיך די צוויי, און שמעון איז גאר פרייליך, ער פארציילט אז טראץ וואס ער האט נישט געקריגן די פולע סכום, איז ער אבער שטארק צופרידן אז ניינציג האט מען אים יא געגעבן, ער וועט שוין זיך אן עצה גיבן מיט די איבעריגע צען.

ראובן ווידעראום איז שטארק אנגעבייזערט, און שרעקליך מרה שחורה. ער פארציילט אז די באנק האט אפגעהאלטן פינעף טויזנט דאללער צוליב א געוויסן טשעק וואס דארף נאך דורכגיין, און דאס האט אים שרעקליך אויפגעברויזט אז ער קען נישט ארויסנעמען זיין אייגן געלט פון באנק, נאר מיט אזוינע אומגעהויערע און אומערווארטעטע פראבלעמען. ביידע מיטן געלט אין די הענט, און איינער אזוי פרייליך, און דער צווייטער אזוי אומעטיג. וואונדערליך?

עס פארשטייט זיך אליינס וואס די חילוקים זענען, און פארוואס ראובן איז אומעטיג און שמעון אזוי פרייליך.

די וואך אין די פרשה לערנט אונז די תורה די פרשה פון ביכורים, ושמחת בכל הטוב אשר נתן לך ד’ אלקיך. ווערט געברענגט אין די ספרים הק’ אז דער ענין פון ביכורים לערנט אונז אויף די מדה פון הסתפקות, פון זיין צעפרידן מיט וויפיל מ’האט און דאנקען דעם בורא פאר וויפיל מיר באקומען אלס א מתנה און חסד ד’.

דער בעל הבית וועלכער האט איינגעזייט די פירות אין פעלד נעמט אראפ דאס ערשט געצייטיגטע פרוכט און גיבט דאס אוועק פארן כהן צו ווייזן אז דאס גאנצע געהער צום בורא עולם לד’ הארץ ומלואה, און יעדעס ביסל וואס מיר קריגן איז א עקסטערע חסד פון באשעפער אויף וועלכן מיר דארפן כסדר דאנקען און לויבן פאר זיינע חסדים.

דער וואס פארשטייט נישט אט דעם מדה וואס מיר לערנען פון די הייליגע מצוה, וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן, זאגט אונז דער הייליגער תפארת שלמה אויף דעם פסוק. ער וועט זיין ווי חז”ל זאגן מי שיש לו מנה רוצה מאתים. פארוואס איז דאס אזוי, ווייל ער שפירט ווי עס איז זיינער, ער מיינט אז אלס קומט אים.

ווידעראום דער ערליכער איד וועט אלס שפירן אז הקב”ה האט אים געגעבן פוהל מער ווי וואס עס קומט אים אויפריכטיג און דערפאר איז ער אלס צופרידן.

דאס בעטן מיר דעם הייליגן באשעפער פותח את ידיך ומשביע לכל חי רצון, דער בורא זאל אונז זעטיגן מיט אונזער ווילן, און מיר זאלן נישט דארפן אלס שפירן דעם רייץ פאר מער וועלכע לאזט נישט דעם מענטש זיין צופרידן. ווייל ווען מיר געדענקען אז עס קומט פון פותח את ידיך, פון דעם יד ד’ וועלכע איז משפיע אויף אונז לטובה, דאן וועלן מיר האבן שביעת רצון.

הקב”ה יעזור שלא יחסר כל טוב וכי טוב, און מיר זאלן צעפרידענע קענען לויבן דעם בורא עולם פאר זיינע חסדים אלעמאל.

הכרת הטוב, פארשטיין אז וואס דער בורא עולם גיבט אונז איז אלעס א מתנה.