ר' שלום איז א גרויסער ביזנעסמאן, ער בויט הייזער און פאבריקן, זיין עשירות באשטייט פון בוי ארבייט, ער האט אסאך ארבייטערס וועלכע דינען געטריי דעם ציהל און טוען א פערפעקטן ארבייט.
איינע פון די זאכן וואס ר' שלום טוט זיך כסדר רימען איז זיין ווארימהארציגקייט ביים צושטעלן הייזער און דירות פאר מענטשן וועלכע זענען נישט אזוי פארמעגליך, ער פרובירט צו מינימיזירן די קאסטן טראץ וואס ער מאכט נאך אלס אסאך געלט איז דאס א שיינע זאך וואס ער טוט מרצונו הטוב, און ער שפירט א שטאלץ דערין.
ויהי היום נאכן פארטיגן א גרויסן פראיעקט אין וועלכן אסאך אומפארמעגליכע האבן באקומען די געלעגנהייט צו עררייכן א דירה'לע איז אנגעקומען צו ר' שלום אין די ביזנעס א שיינער בלומען וואזע אלס א מתנה פון דעם פרעזידענט פון די מדינה, מיט אפאר שיינע לויבנסרייד איבער זיינע לייסטונגען פארן לאנד, און פאר דאס גוטהארציגקייט וואס ער ווייזט ארויס צו די פשוטי המון עם מיטן צושטעלן דירות.
ר' שלום האט גענומען דעם שיינעם בלומען וואזע און דערמיט געגאנגען ביי איינע פון די צוזאמקומען פון זיינע ארבייטער, און מיט גרויס שטאלץ און פרייד געוויזן דעם וואזע, און דעם בריוו וואס ער האט געקריגן פונעם פרעזידענט אליינס.
שטייט דארט אין דער זייט חזק'אלע א שיק אינגל וועלכער ארבייט פאר ר' שלום אלס א שליח, ער קוקט זיך צו ווי אלע עקזעקוטיוון פון די ביזנעס נעמען דעם בריוו אין די האנט אריין, מ'ליינט דאס אזוי נאכאמאל און נאכאמאל, דער לייגט צו קאמענטארן וואס דער פרעזידענט האט געמיינט דא צו זאגן, א צווייטער לייגט פאר מ'זאל דאס מפרסם זיין אין די גאס, אדער אוואו איינער האט געזאגט מ'זאל עס ארומנעמען מיט א גאלדענעם ראם און אויפהענגען שיין ביי די הויפט ביורא פון די ביזנעס.
און חזק'אלע פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר, די שיינע בלומען וואזע ליגט אין די זייט פארשעמט, און אלע קלוגע לייט זענען פארנומען מיט דעם נערי'שן צעטעלע. פארוואס באוואונדערט מען נישט מער דעם זילבערשטיק, עס איז זיכער מער ווערד ווי דער קליין צעטל?
איינער פון די ארבייטער האט מסביר געווען פאר חזק'אל'ן, דער שיינער וואזע איז טאקע זייער שיין, און עס איז פרעכטיג און ווערדפול, אבער עס האט א ווערדע וואס האט א פרייז, זילבער האט א קאסט פרייז, און אויסגעארבייטע זילבער אן אנדערן פרייז, און מ'קען דאס קויפן און באקומען סתם אזוי, אבער ווען דער וואזע איז פונעם פרעזידענט, איז נישט אזוי וויכטיג דער ווערד פון די מתנה, עס איז אסאך טייערער און וויכטיגער דאס גרויסקייט פון אונזער ביזנעס אז דער פרעזידענט באציהט זיך צו אונז מיט אזא כבוד, און דאס איז עפעס וואס האט נישט קיין פרייז, און עס רופט ארויס מער וואונדער.
ושמחת בכל הטוב וגו' אשר נתן לך ד' אלקיך
זאגט דער הייליגער תפארת שלמה, דער פשוט'ער פשט איז טאקע אז מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר די מתנות חנם וואס ער גיבט אונז, און דאס ברענגען מיר א הודאה פאר די גרויסע חסדים.
אבער, מער פון דעם וויל די תורה אונז לערנען אז די מתנה אליינס איז גארנישט אזוי גרויס און ווערד ווי דער מציאות אז מיר קריגן דאס פון דעם מלך מלכי המלכים אליין, אשר נתן לך ד' אלקיך, געדענק ווער עס איז דער וואס האט דיר געשיקט דאס אלעס גוטס, דאס ביסעלע האב און גוטס וואס דו האסט איז אפשר נישט אזוי סאך אין וואלוטע ווערדע, אבער וויפיל איז עס ווערד ווען מ'ווייסט אז עס קומט אלס א פרעזענליכע מתנה פון דעם גרויסן קעניג אליינס, וועלכער וויל אונז באלוינען ווייל ער איז דער מלך הטוב והמטיב.
אט דאס זאגט דער פסוק, ושמחת בכל הטוב, יא דאס איז טאקע זייער גוט פאר זיך, אבער וויפיל מער ווערט די שמחה ווען מ'פארשטייט דאס גרויסקיט פון "אשר נתן לך ד' אלקיך".