אין א רייכע געגנט וואו עס זענען באזעצט גאר גרויסע עשירים פון לאנד, א ווינקל פון גאר שיינע לאנד און וואסער וואס די רייכע לייט האבן זיך עראבן און וואוינען דורט מיט אלע סארט לוקסוס און שוואוילטאג, איז איינס פון די גאר געוויינליכע ערשיינונגען ווי ביים הויפט טויער פון די הויז אדער פאלאץ שטייט א שומר אנגעטון מיט א שיינעם אנצוג וואס צייגט זיין וויכטיגקייט צום וואוילזיין פון דעם גביר'ס לעבן.
די שומרי הפתח ווערן געוויינליך שיין באצאלט דורך די גבירים צוליב דעם וויכטיגן כאראקטער וואס זייער ארבייט טראגט, עס ברענגט רואיגקייט אין דעם פאלאץ אז עס איז דא אן היטער וועלכער היט פון רויבער'ס און גניבה, און אלע אנדערע מרעין בישין.
אין איינע פון די רייכע הייזער האט געוואוינט א גביר מיט זיין באליבטן זון וועלכער האט געלעבט אין שוואוילטאג און נישט געוואוסט פון קיין פראבלעמען, געהאט אלעס וואס ער האט נאר געקענט קלערן, און אזוי אויך איז געוואקסן זיין שטאלץ זייענדיג פון די עליטע פון לאנד, און וויסנדיג זיין זעלבסטווירדע וואס איז געקומען פון זיין טאטנס אוצר פון געלט.
ויהי היום איז דאס קינד געפארן מיטן טאטן אריין אין שטעטל אריין וואו די פשוט'ע מענטשן האבן געוואוינט, וואו מ'האט געזעהן די לוסטיגע קינדערלעך זיך שפילן אין די מאראסט אן קיין פראבלעמען פון פארשמירן דעם רייכן אנצוג, עס האט אנגעצינדן א קנאה פייערל אין דעם קינד'ס געוויסן ער האט געזעהן אז טראץ זיינע אלע דערגרייכונגען פעלט אים די רואיגע אטמאספערע וואס ער זעהט דא ביי די ארימע מאסן, ער האט זיך אבער אפגעהאלטן פון זאגן עפעס, ער האט געוואוסט אז ער קען זיך נישט צוגעוואוינען צו אזא סארט לעבן, עס איז אים ליבערשט צו באקומען אלעס פון טאטן, ווי צו דארפן הונגערן אין די גאסן.
אבער דאן האט ער באמערקט עפעס וואס ער האט שוין נישט געקענט אראפשלינגען. ער האט באמערקט ווי ביי איינע פון די טויערן פון א ארימע הייזקעלע שטייען היטער'ס שומרים, ממש גלייך צו וואס זיין טאטע האט ביי זיין פאלאץ, ער האט אלס געוואוסט אז דאס קענען זיך נאר ערלויבן די גאר גרויסע עשירים וועלכע קענען באצאלן פאר אזוינע לוקסוס, און דא אינדערמיט פון דעם ארימן קווארטל זעהט ער אזא זאך, דאס האט אים שוין זייער געשטערט און ער האט געשטעלט די פראגע צו זיין טאטן: אויב קענען זיך די ארימעלייט ערלויבן אזוינע לוקסוס צו האבן שומרים ביים טיהר, וואס זענען מיר מער ווי זיי?
דער טאטע האט מסביר געווען דעם קינד דעם חילוק, דו זעהסט דעם שומר ביים טיהר, ער איז א פאליציאנט, ער איז נישט באצאלט דורך דעם איינוואוינער, נאר אים האט געשיקט די שטאט אדער לאנד אדער וועלכע באהערדע צו גיין ארעסטירן אדער אויספארשן א קרימינאלן אקט. דער פאליציאנט ווען ער קומט צו א טיר פריידט מען זיך נישט צו אים אזוי ווי אונז פריי מיר זיך צו אונזער שומר, מ'וואלט אים באצאלט געלט אפצוטראגן, אבער ער וועט נישט אוועק גיין אזוי שנעל, ער מאכט צרות פארן בעל בית פון הויז.
יא אזוי איז עס – פירט אויס דער טאטע – עס איז זיכער בעסער אליינס צו באצאלן פארן שומר אויף די אייגענע הויז ווי צו ווארטן אז די אומגערופענע שומרים זאלן אפירקומען און דאן איז מען שוין אין זייערע הענט און זיי זעהען שוין וואס זיי דארפן נישט און מאכן אן צרות פארן מענטש.
שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך
אין אלע ספרים הקדושים ווערט געשטעלט דער דיוק פון דעם לשון תתן "לך" פארוואס דארף שטיין דער לך? עס וואלט גענוג געווען ווען ס'שטייט שופטים ושוטרים תתן בכל שעריך.
ווי באקאנט ווערט אין די פרה"ק געברענגט אז דער בכל שעריך גייט ארויף אויף די שערים פון דעם גוף ווי די מויל די אויגן וואס דער מענטש מוז לייגן שויפטים ושוטרים אויף זיי צו היטן פון עבירות און דאס איז פשט אין פסוק שופטים ושוטרים תתן לך זאלסטו דיר אליינס מאכן בכל שעריך ביי דיינע אייגענע טויערן.
דער מענטש קען זיך מאכן שומרים, גדרים וסייגים, פון זיך אליינס, ער קען ארבייטן אז זיינע שערים זאלן זיין אפגעהיטן, און דאן קען ער אזוי זיך אפהיטן פון אלעם בייזן, אבער וויי און ביטער איז ווען ער לאזט די שערים אומבאהיטן און דאן וועט מען אים פון הימל ארויפלייגן שומרים, עס זענען אזוינע שומרים וואס היטן אויך די שערים אבער דאס איז שוין מיט צער און עגמת נפש, דער מענטש ווערט נעבעך געשטראפט און קען מער נישט נוצן זיינע טויערן צו זינדיגן, קומט ער דאך אן צום זעלבן צום סוף, נאר אנשטאט אליינס צו היטן מיט זיינע אייגענע געדונגענע שומרים, לייגט מען אים נעבעך שומרים פון הימל וועלכע זענען שוין שווערער און פיהל מער עגמת נפש.
דערפאר דארף דער מענטש מאכן זיכער אז שופטים ושוטרים תתן "לך" דו זאלסט דיר אליינס לייגן די שומרים און נישט ווארטן אז מ'זאל דיר פון הימל דארפן לייגן די שומרים.