ארויסנעמענדיג דעם פאסט אזוי ווי דער שטייגער איז ווען ער קומט אהיים יעדן טאג, זעהט ר' אנשיל א שיינעם פערזענליכן בריוול אדרעסירט צו אים און זיין פאמיליע גראד פון מלך, דאס בריוול ציהט זיין אויג, ער קען שוין קוים ווארטן צו עפענען און לייענען וואס קען דער קעניג אליינס וועלן פון אים?
קעגן די נייגעריגע אויגן פון די פאמיליע עפנט ער דעם קאנווערט און ליינט פאר און טייטשט איבער ווארט פאר ווארט אז דער קעניג מאכט א גרויסן באל לכבוד דאס געבורטס טאג פון זיין בן יחיד'ל, און ער שיקט אים דא א פרעזענליכן איינלאדענונג, ער רופט אים פערזענליך, און נישט נאר דאס, ער רופט די גאנצע משפחה זיינע צו די געהויבענע שמחה.
ר' אנשיל איז איבערגענומען מיט פרייד, עס איז נישט קיין קלייניגקייט, פון אלע מענטשן אין שטאט האט דער קעניג אים אויסגעקליבן צו רופן צו דעם גרויסן שמחה, ער קען נישט איבערקומען דעם חשיבות וואס דאס ברענגט אים. ער גרייט זיך מיט גרויסע הכנות, און ווארט שוין קוים אויפן טאג ווען ער וועט קענען צוליב טון דעם קעניג און באשיינען זיין שמחה.
ר' אנטשיל מיט די בגדי שבת באציהרט ווי עס פאסט זיך פאר א מסיבה ביים מלך אליינס באווייזט זיך ביי די געבורטסטאג פייערונג, און נאכן דורכגיין די אלע גאר פייערליכע אויסשטעלונגען און קעניגליכע איינריכטונגען, באווייזט ער זיך ביים שוועל פון דעם גאר עלעגאנטן ספעציעלן זאל וואס איז אויסגעצירט מיט וואס דאס אויג קען אלס חלומ'ן, אבער אויף ר' אנטשיל'ן באווייזט זיך א גרימאז אויפן פנים, ער זעהט נישט אויס זייער צופרידן, און אין א וועג קען מען ליינען פון זיינע בליקן אז ער איז גאר אויפגעברויזט. איינער פון די באדינער וועלכער איז פארנומען אויפצונעמען די חשוב'ע געסט באמערקט מיט זיין כיטרען בליק אז ר' אנטשיל דארף מען א גוט ווארט זאגן, פרעגט ער אים, ר' אנשיל וואס פעלט אייך? צו האט איר אלעס? צו ברויכט איר אביסל משקה? א פיינעם קוכן? באלד קומט א גרויסע סעודה וועסטו אודאי הנאה האבן פון די מעדני מלך וואס זענען אנגעגרייט. וואס שטערט אייך ר' אנטשיל?
איך וועל דיר זאגן דעם אמת מורמלט זיך ר' אנשיל אינטער, איך האב באקומען א גאר פערזענליכן בריוו פון קעניג צו קומען צו דעם באלל, פון די בריוו האט אויסגעזעהן ווי ער שיקט דאס נאר צו מיר. איך בין געווען זיכער אז ער האט מיך אויסגעקליבן צוליב די פילע לייסטונגען וואס איך גיב צו פארן לאנד און די גרויסע שטייערן וואס איך צאל יערליך פאר די מדינה'ס קאסע, אבער אז איך קום אן זעה איך אז איך בין דא פונקט אזוי א מחותן ווי יעדער אנדערש, און איך שפיר אז דער בריוול איז געווען אביסל פארפירעריש ווען עס האט מיך געמאכט שפירן ווי דאס איז פערזענליך פאר מיר.
עס האט דעם באדינער נישט גענומען לאנג צו פארשטיין די סיטואציע, און ער האט בטוטו"ד מסביר געווען ר' אנשיל'ן אז יא דער בריוול איז געווען א פערזענליכע איינלאדענונג פון מלך, און ער האט דאס נאר געשיקט פאר טרייע איינוואוינער און אינטערטאנען פון וועלכע דו פאררעכנסט דיך אלס איינער, אבער דאס איז דאך א חלק פון חשיבות פון מלך, די פילע מיליאנען איינוואוינער און אינטערטאנען, עס איז א כבוד צו זיין איינס פון די פילע וואס דער מלך האט ארום זיך. וויאזוי וואלט אויסגעזעהן די פייערונגען ווען נאר דו מיט דיין פאמיליע קומען? עס וואלט דאך נישט געווען בכלל די זעלבע שמחה.
פארשטייט איר ר' אנשיל? דער מלך האט אייך פערזענליך געלאדנט צו א שמחה צו וועלכן אלע זיינע גוטע פריינט זענען פערזענליך געלאדנט.
ראה אנכי נותן לפניכם. שטעלן זיך די מפרשי התורה אויף דעם דיוק הלשון וואס די תורה הייבט אן בלשון יחיד, ראה, און ענדיגט דעם פסוק בלשון רבים "לפניכם".
מיר וועלן דאס בעסער פארשטיין מיט דעם אויבנדערמאנטן משל, עס איז א פערזענליכער רוף צו כלל ישראל, צו יעדן איד וואס איז נאנט צום גרויסן קעניג, מיר זענען אלע פערזענליך גערופן צו קומען געניסן פון דעם ברכה וואס הקב"ה האט אונז געגעבן, מיטן בוחר זיין בחיים.
ראה, קום אליינס און זעה, דו אליינס, פרעזענליך, א רוף פון מלך מלכי המלכים. אני נותן לפניכם, עס איז דער אויסוואל וואס איז געגעבן פאר יעדעם, הקב"ה גיבט אונז דעם אויסוואל, אנדערש ווי פאר די וואס זענען נישט פון דעם עם הנבחר, די אויסדערוועלטע געלאדענע, וועלכע האבן נישט קיין שום אויסוואל, און דאס לעבן גייט אריבער פוסט און ליידיג, אן קיין שום אייגן רצון אדער שאיפה, איז דער באליבטער איד וועלכער איז פערזענליך געלאדנט צו אויסוועלן את הברכה.
ווי הייליג און טייער שפירן מיר זיך ווען דער גרויסער מחותן רופט אונז אליינס, און דורך אונזער לויב און עסק התורה צוזאמען אלס א עם הנבחר עם ישראל אחד זענען מיר מוסיף כבוד לשמו יתברך און מיר זענען מקדש שמו ברבים מיט די הייליגע מצוות ומעשים טובים וואס מיר קריגן סערווירט אלס פערזענליך גערופענע צום שמחה.
זאל הקב"ה העלפן מיר זאלן טאקע אויסוועלן אין דעם ברכה, און זוכה זיין צו א שנה טובה ומתוקה.