זלמן איז נאך א אינגערמאנטשיקל ער איז נאך נישט צופיל באהאוונט אין די כללים פון געשעפטן אבער ער איז גענוג פארשטענדליך, ער איז זיך אלס מייעץ מיט זיין טאטן וועלכער איז א סוחר פון יארן לאנג, ער ווייסט אז ווי קלוג ער איז ברויך ער נאך אלס אנקומען צו פרעגן און לערנען.
מאכט זיך אז פאר זלמן לייגט מען פאר א גוט געשעפטל, מ'זאגט אים אז ער קען קויפן א געוויסע קוואנטום פון גאר גוטע סחורה וואס וועט זיך זיכער פארקויפן פאר גוט געלט, ער דארף נאר אינוועסטירן אפאר אלפים און ווערן רייך. ער גייט צו זיין טאטן און ער פרעגט אים צו ער זאל איינשטעקן אין געשעפט.
דער טאטע קוקט איבער די דעטאלן, ער זעהט די גוטע און ער זעהט די נישט אזוי קלארע פאקטן, ער איז מסביר פארן זון אויף וואס ער האט מורא, ער ברענגט אים ארויס אז ווען מ'ווייזט דיר א גוט געשעפט וואס זעהט אויס צו גוט צו זיין אמת זאלסטו אלס חייש זיין וואס ס'קען אלס זיין וואס מ'זאגט דיר נישט.
זלמן ווארט אויף די קומענדיגע געלעגנהייט, און אט מאכט זיך אז זיין טאטע רופט אים אריבער און זאגט אים אז עס איז אים אינטער געקומען א גאר גוטע געשעפט וואס ער שפירט אז דאס קען העלפן דעם זון אנצוקומען צו א שטיקל פארמעגן.
זלמן רופט זיך אן מיט א תמימות, איך האב געלערנט אין כללי המסחר אז יעדע זאך וואס זעהט אויס צו גוט צו זיין אמת דארף איך חייש זיין און אוועקשטיין דערפון.
דער טאטע איז מסביר פארן קינד, יא זלמן, ווען עס איז א סוחר וואס וויל פון דיר מאכן געלט איז דא דער כלל פון כבדהו וחשדהו און מ'דארף זיך אכט געבן וואס מ'טוט, אבער איך בין דיין טאטע, און וואס איך לייג דיר פאר איז נישט פאר מיין פערזענליכע פינאנציעלע בענעפיט, נאר איך וויל אז דו זאלסט פארדינען ווייל ביזט מיין קינד, דעריבער דארפסטו נישט זיין אזוי באזארגט און אדרבה אננעמען וואס איך זאג דיר מיט חשק.
ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה, הקב"ה לייגט פאר א געשעפט פאר די אידישע קינדער, עס זעהט אויס ווי א געוואלדאוונער געשעפט, עס איז דאך אזוי קלאר, עס איז דאך אזוי פשוט, פון איין זייט די ברכה, מיט קלארקייט, און פון די צווייטע זייט די קללה, עס איז דאך פשוט אז קיינער וויל נישט ח"ו די קללה.
עס זעהט אויס ווי דער געשעפט איז צו גוט צו זיין אמת, סך הכל דארף מען נאר בוחר זיין בטוב, מ'דארף זיך פירן גוט אין די דרכי התורה והיראה, און די אלע ברכות וועלן חל זיין. אפשר איז דא עפעס א אומקלארקייט? עפעס וואס מ'דארף נאך פארשטיין אדער חייש זיין וויבאלד דאס געשעפט איז דאך אזוי פשוט.
דערפאר זאגט די הייליגע תורה, ראה "אנכי" נותן לפניכם, עס איז איך ענקער טאטע, דער אייביגער טאטע וועלכער האט אלעס און איז איבעראל, און ברויך נישט גארנישט פאר זיך, נאר וויל ברוב חסדו מזכה זיין אידישע קינדער מיט די אלע טובות, עס איז נישט סתם א געשעפט וואס א סוחר'ל ברענגט און מ'דארף נאכטראכטן, עס איז אנכי ענקער טאטע וואס דערפאר דארף מען בתמימות און מיט אמונה שלימה כאפן דאס געשעפט און באפעסטיגן די מעשים אין די דרכי התורה ועבדות ד'.
ווייל ווען א טאטע לייגט פאר א געשעפט פארן קינד, און ווען דער טאטע איז דער גרויסער מלך מלכי המלכים, דאס איז גענוג פארן קינד צו וויסן און האלטן פאר די אויגן אז דאס איז דאס בעסטע געשעפט זיך איינצוהאנדלען טראץ וואס עס זעהט אויס אזוי גוט, איז עס נאך פיהל בעסער ווי דאס קינד אליינס קען זיך פארשטעלן.