ביים גרויסן טויער פון שטאט טוהט זיך א געטומל ווי געוויינליך, מענטשן פארן אריין און ארויס, און דער גערודער איז ווי דער סדר איז ביים טויער פון א גרויסן שטאט.
כמעט וואס קיינער קוקט זיך נישט אום אויפן ארום, יעדער איז אריינגעטוהן אין דאס זייניגע, דער סוחר פירט סחורה, דער וואנדערער זוכט וויאזוי אנצוקומען צום ציהל, און אזוי דרייט זיך דער עולם כמנהגו.
אין א זייט שטייען יא א גרופע טוריסטן וועלכע באטראכטן דעם שטאט וועלכן זיי האבן צום ערשטן מאל באזוכט, און דער גרויסער שטאט טויער מאכט אויף זיי א גאר גוטן איינדרוק, עס איז געבויט מיט א פאכמאנישקייט און פראכט, עס ציהט אן אויג פון די וואס זענען נישט געוואוינט איר צו זעהן יעדן טאג.
איינער פון די טוריסטן שטייט ספעציעל פארקלערט און קען זיך נישט געזעגענען פונעם טויער פון וועלכן זיי זענען נעארוואס אריינגעקומען אין שטאט, ער קוקט אויף אלע זייטן און זוכט ווי איינער וואס האט עפעס פארלוירן. דער טור פירער פרעגט דעם איינצעלנעם טוריסט וואס ער זוכט, ענטפערט ער מיט אומזיכערקייט: איך זוך דעם אנדערן טויער!
וואס איז שלעכט מיט דעם שיינעם טויער אז דו זוכסט אן אנדערן טויער? פרעגט אים דער פירער.
איך זוך דעם טויער פון וועלכן מ'גייט ארויס. דער טויער איז דאך דער "אריינגאנג". וואו איז דער ארויסגאנג?
דער פירער ענטפערט אים פארשטייט זיך אז אט דער זעלבער טויער נוצט מען פאר ביידע, און צו די וואונדער פון דעם טוריסט ווייזט דער פירער אז צו דער זעלבער צייט וואס ביים טויער גייען טאקע אסאך מענטשן אריין, קענסטו זעהן ווי מענטשן גייען ארויס. דער זעלבער טויער איז אן אריינגאנג, און א ארויסגאנג צו דער זעלבער צייט, אלעס ווענדט זיך נאר אויף וועלכע זייט דער מענטש גייט. אויב גייט ער אויף אריין קומט ער אן אינעווייניג, און אויב גייט ער אויף ארויס וועט ער עווענטועל אנקומען אינדרויסן.
שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך אשר ד' אלקיך נותן לך. אין די ספרי חסידות ווערט ארויסגעברענגט דער ענין אז דער כל שעריך גייט ארויף אויף דעם מענטש אליינס, און די אלע שערים וואס ער האט וואס דאס זענען זיינע חושים און מדות וואס ער באזיסט, און אז די הייליגע תורה איז מזהיר דעם איד זיך צו לייגן א שמירה אויף די אלע מתנות וואס דער בורא עולם האט אים געגעבן, צו נוצן זיי נאר צום גוטן, און טון דעם רצון ד'.
דער הייליגער באר מים חיים ברענגט אויך די וואך דעם ענין אז אפי' די שלעכטע מדות וואס דער מענטש האט וואס ציהט זיך פון די יסודות מיט וואס דער מענטש איז באשאפן געווארן, אש, מים, עפר, רוח, וועלכע ברענגען דעם מענטש צו גאוה, עצלות וכו', דאס האט דאך אויך א סיבה פארוואס הקב"ה האט דאס אריינגעטון אינעם מענטש, און דער מענטש קען און דארף טרעפן א וועג צו דינען דעם בורא עולם אפי' מיט אט די געוויינליך געמיינע מדות, און זיי נוצן צום גוטן.
דער יסוד פון א איד איז צו דינען דעם אייבערשטן אין אלע אומשטענדן נישט דוקא ביים לערנען און דאווענען, נאר אפי' ווען ער גיבט זיך אפ מיט די טאג טעגליכע גשמיות, אפי' ווען דער מענטש האט א געוויסע מדה וואס קען גענוצט ווערן ח"ו צום שלעכטס, זאל דער איד לערנען פון אונזערע רבי'ס וויאזוי צו נוצן אט די מדה צום גוטן, וואס דאס איז צומאל דער גאנצער תכלית פון זיין וועזן אויף דער וועלט.
דאס קען זיין פשט אין פסוק שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך, די תורה פאררופט זיך צום מענטש פיהל מיט שערים, דער מענטש מיט זיינע מדות זענען ווי דער שער, דער טויער, ווי אויבנדערמאנט, דער טויער איז אמאל אן אריינגאנג און אמאל אן ארויסגאנג, עס איז אלעמאל לויט וויאזוי דער מענטש נוצט איר.
יעדע שער וואס דער בורא עולם האט געגעבן דעם איד איז א שער וואס קען גענוצט ווערן אויף צו ווערן נענטער צו כבוד שמו יתברך, און צו דער זעלבער צייט קען יעדער שער, אפי' די גאר גוטע מדות און נאטורן פון דעם מענטש גענוצט ווערן ח"ו פארקערט. עס ווענדט זיך אויף וועלכע זייט דער איד גייט, געוויסע שערים זענען אזוינע וואס מ'דארף גיין אויף ארויס, און זיך דערווייטערן, ווידעראום געוויסע שערים איז דער ציהל צו גיין אויף אריין און זיך דערנענטערן.
דער איד מוז לייגן שופטים ושוטרים "בכל" שעריך, און לערנען ריכטיג וואס דער תפקיד איז ביי אט דעם טויער, צו דארף מען אריין גיין אדער ארויס גיין. אט דאס לערנט אונז די הייליגע תורה שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך, יעדן שער דארף מען קענען לערנען צו וויסן וויאזוי זיך צו באנוצן צו איר, אבער אלע זענען וואס ד' אלקיך נותן לך, זיי האבן אלע א סיבה און א ציהל מיר דארפן נאר וויסן וויהין זיי פירן.
א גוט שבת