יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

א צייטליכער טרייסט

פתח הגליון · פרשת ואתחנן

שבת נחמו (מי מנוחות תשע"ו)

עס ברענט, עס פלאקערט, עס איז א שרעק, די גאנצע שטאט איז אויף, מ'שלעפט וואסער, מ'שפריצט פון אלע זייטן, עס איז א בהלה א צוזאמענלויף, קליינע קינדער פארכאפט אין ברענעדיגן הויז, ווער קען דען קוקן מיט גלייכגילטיגקייט, יעדער פרובירט וואס מ'קען, דער מצב איז אויפן העכסטן גראד, קליין און גרויס איינגעשפאנט צו העלפן ראטעווען די פארכאפטע.

אויף איין ווינקל שטייט א פסיכיאטאר, א געלערנטער, און שרייט אריין צו די פארכאפטע אינעם פייער מיט א געמאכטע רואיגע שטימע. קינדערלעך ס'איז גארנישט, עס וועט גוט זיין, זייט נישט באזארגט, א פייער ברענט, אבער איר זאלט אייך פארשטעלן ווי דאס איז א פייער וואס לייכט. מאכט אייך נישט צו טוהן פון די בהלה, ס'איז נישט געזונט זיך צו יאגן, איר קענט נאך א פוס זיך פארדרייען, און דערנאך קען עס ווייטוהן א לאנגע צייט, לאזט אייך נישט פון די איבערטרייבערישע געשרייען.  ווי נישט ווי איז פייער א גוטע זאך, מ'ברויך דאס צום קאכן, מ'ברויך דאס צום באקן, און אודאי צום לייכטן.

קינדערלעך בארואיגט אייך, איר שפירט היץ, אבער ס'איז נאר נארמאל, עס איז נישט אייער פראבלעם, איר זענט נישט שולדיג, איר דארפט אייך נישט שפירן צובראכן, איר האט דאך דאס פייער נישט אינטערגעשטעלט, ס'איז אזוי באשערט דארף מען אננעמען דעם גזר דין באהבה.

פון דער זייט קומען צו לויפן די פארסאפעטע פייער לעשער, און זעהן וואס דער צעדרייטער פסיכיאטאר טוט דא, זיי דערלאנגען אים מיט די וואסער כלים אין קאפ אריין, און איינער ווארפט נאך אריין מיט רואיגקייט: ס'איז גארנישט, עס איז נאר וואסער, ווי נישט ווי נוצט מען דאס צום טרינקען, איר וועט זיך אויסטרוקענען, איר זענט גארנישט שולדיג וכו'.

דער פסיכיאטאר פארלאזט די סצענע באוואשן און באנעצט מיט גאלאנען וואסער וועלכע גיסן זיך פון זיין געביגלטן אנצוג, פארשעמט און דערנידערט ווי ס'קומט אים מיט רעכט. און דאס פייער לעשעריי גייט פאר מיט גרויס אימפעט. עס קימערן זיך נישט די שטאטס לייט מיטן צעדרייטן פסיכיאטאר.

דער פייער איז פארביי, דאס הויז איז נישטא, די קינדער פאררויכערט, די עלטערן פארווייטאגט, דאס שאדן איז גרויס, עס איז גדול מנשוא, מ'קען גאר נישט איבערקומען דעם שרעקליכן טראומא און אומענדליכע שוועריגקייטן זעהן זיך אויפן האריזאנט.

דער רב פון שטאט שטעלט זיך אוועק מיט די משפחה מיטגלידער, און צעגיסט זיינע חיזוק רייד אויף די עצמות יבשות, ער ברענגט פון ספרים וסופרים, ער פארציילט פון אזוינע וואס האבן דאס מיטגעמאכט און זיך געשטעלט צוריק אויף די פוס. ער לאזט וויסן פאר די משפחה אז מ'וועט זיי נישט לאזן פאלן, מ'וועט זיי העלפן ביזן לעצטן טריט ווען דאס לעצטע ציגל אויפן הויז וועט שוין צוריק שטיין און די משפחה וועט צוריקגעשטעלט ווערן על כנה ועל היכנה.

די פארטרערטע אויגן פון די בני בית ווערן צעביסלעך פארווישט, זיי קוקן זיך ארום און זעהן אידן מיט ווארימע הערצער שטייען גרייט זיי צו העלפן, דאס הארץ קומט צו זיך, און מ'שטעלט זיך אויף די פוס קוקן וואס צו טוהן ערשט. יעדער איז גרייט צו העלפן און ס'איז צייט זיך צוזאמצוקלויבן און מאכן א סך הכל פונעם שאדן. די לופט ווערט קלארער, די אויגן טרוקענער, און דער מצב רואיגער. מ'גייט בויען א נייע היים.

דער צעדרייטער פסיכיאטאר האט נישט געקענט פארשטיין, און געהאט פוהל מיט טענות הלמאי ער האט דאך געזאגט דאס זעלבע, ער האט דאך נאר געטרייסט די צעבראכענע פארכאפטע אין פייער.

פסיכיאטארל, ווען ס'ברענט טרייבט מען, ווען מ'האט פארלוירן טרייסט מען, און אויב דרייט מען אויס די יוצרות, תוצאותיו מי ישורנה.

אין די צייטן ווען אונזערע עלטערן זענען געווען אין ירושלים עיר הקודש, מ'האט נעבעך געזינדיגט און זיך נישט צוגעהערט צום נביא וועלכער האט געווארנט און געמוסר'ט שמעו שמים והאזיני ארץ כי ד' דבר בנים גדלתי ורוממתי והם פשעו בי. עס האט געברענט א פייער, מ'האט פרובירט צו לעשן, דער נביא האט געשריגן, געמאנט און געבעטן, טייערע ברודער טוט תשובה פאר ס'איז צו שפעט ח"ו.

זענען אין די זייט געשטאנען די צעדרייטע פסיכיאטארן די נביאי שקר און געטייטשט פשטים אינעם פייער, בארואיגט די געוויסנס, און געשריגן אז דאס פייער איז נישט אזוי ביטער, עס איז נישט אזוי שלעכט, עס ברענט אבער עס לייכט, מ'דארף נישט פארביטערן דאס לעבן פאר די אידעלעך. זיי האבן זיך מכלומרש'ט אנגענומען פאר די פארכאפטע אין פייער, און ליידער געברענגט דעם אומגעהויערן חורבן עולם.

אין די היינטיגע וועלט ווען מיר לעבן אין א שטורעם פון ליבעראליזם, ווען דער גויאישער געדאנקענגאנג איז נאר וויאזוי מ'קען האלטן דעם שוואכן מוח אין באהאלטענעם קעמערל און איר נישט איבערשטרענגען מיט שרעק און אומאיינגענעמליכקייטן, איז אבער א ווינקעלע פארהאן, א ווינקעלע פון ליכטיגקייט, וואס פארשטייט אז טרייסטן איז נאר נאכן פארלוסט, נישט בשעת'ן פרובירן צו ראטעווען. דאס ווינקעלע פון יהדות החרדית וועלכע האבן זיך אומבאקוועם געמאכט מיט די פגעי הזמן, און געווארפן אש אין די אויגן פון שטן מיטן אוועק ווארפן די כלי משחיתים, און בלאקירן דעם מלאך המשחית פון אונזערע אידישע הייזער.

יא, עס איז יעצט די צייט ווען א נחמה'לע וואלט אריינגעקומען פאסיג, עס איז די צייט ווען משיח צדקנו וועט האבן וואו צו נעכטיגן, ער וועט האבן אויף וועם אנצוווייזן, די שיינע ריינע אידישע שטובער וואס זענען נישט פארכאפט געווארן אין דעם שרעקליכן פייער, ער וועט טרייסטן די נאמנים לד' ולתורתו, ער וועט זיי זעצן באקוועם אינטער די טייטל און פייגן ביימער צו געניסן מזיו השכינה.

די זעלבע ווערטער פון טרייסט וואס דער צעדרייטער פסיכיאטאר האט גענוצט ווען דאס פייער האט נאך געברענט, וועלן די הייליגע נביאים און קדושים להבדיל אלפי רבבות הבדלות נוצן ווען דער ריכטיגער טרייסט וועט זיין פאסיג און צייטליך.

יבוא שילה במהרה לגאלנו, ונזכה לקבלו באנפין נהירין בקרוב ממש אמן.

נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם, די טרייסט ווערטער וואס דער נביא זאגט פאר כלל ישראל,