נחמו תשע"ז
עס איז געווען אין די צייט פון א שווערע אקענאמיע, מענטשן האבן זיך געדרייט אין די גאסן ארבייטסלאז, ביזנעסער זענען געגאנגען שלאפן אן קיין שום פלאן פון זיך ערוועקן אמאל, און אזוי האבן זיך אמאליגע בעלי בתים געטראפן אין די הקדשים זוכן א שטיקל ברויט פאר די משפחה, דער מצב איז געווען גאר ביטער.
איז געווען א אידל ר' פסח וועלן מיר אים רופן, וועלכער האט פארמאגט גאנץ א גוטן פאסטן אין א ביזנעס וואס האט יא אויסגעהאלטן די שוועריגקייטן, און עס האט אויסגעזעהן גאנץ גוט פאר ר' פסח די פראספעקטן פון נישט פארלירן זיין פרנסה אין נאנטן צוקונפט.
ויהי היום, ר' פסח האט ביי די ארבייט געמאכט א טעות און געשאפן א גרויסן שאדן פאר די ביזנעס, עס איז געווען גאר אנגעצויגן די לאגע, בפרט מ'האט געהאלטן פארן יערליכן ביזנעס מיטינג וואו מ'טרעפט זיך מיט די גרויסע בעלי בתים, און מ'האפט צו הערן גינסטיגע באריכטן און יעדער וויל נאר שטייגן אין די ראנגען און באקומען בעסערע פאזיציעס.
איז ר' פסח געזעסן אנגעצויגענערהייט אינדערהיים און פארטרויערט אויף זיין מצב, וויסנדיג אז ער האט א שווערן שאדן געמאכט פאר די בעלי בתים, און לויט אלע ווארשיינליכקייטן וועט מען אים פארשיקן פון די ארבייט, און וואו וועט ער גיין?
עס איז געקומען דער טאג פון די גרויסארטיגע אסיפה, און פסח קומט אריין צוזאמען מיט א מיטארבייטער זיינעם וועלכער האלט אים אין איין טרייסטן, בארואיג דיך פסח, מ'וועט דיך נישט אזוי שנעל ווארפן, טעותים מאכט זיך ביי יעדן, ער איז אבער נאך אלס אומרואיג, אין דעם מצב וואס די אקאנאמיע איז אזוי שוואך קען די קאמפאני טרעפן איינעם אסאך בעסער ווי אים, און באצאלן סאך ווייניגער זייער גרינג, און דאס איז נישט גוט פאר זיין מצב יעצט.
אריינקומענדיג אין גרויסן זאל הענגט אויף די זייט א גרויסער מודעה פון די קאמפאני וואו מ'אנאנסירט אלע ארבייטער און פאזיציעס ווי אויך די וואס גייען באקומען א העכערע פאזיציע, און אזוי ווייטער פארשידענע וויכטיגע אינפארמאציע. פסח לויפט אהין מיט איין אטעם, און אט זעהט ער זיין נאמען צווישן די וואס טוישן פאזיציע, ער גיבט א טיעפן אטעם אפ, און א שמייכל באווייזט זיך אים אויפן פנים.
זיין חבר פרעגט אים, וואס איז די שמחה? ווער זאגט דיר אז די נייע פאזיציע איז גוט? ווער זאגט דיר וואס מ'צאלט דארט? פארוואס ביזטו אזוי פרייליך געווארן.
ענטפערט פסח מיט פרייד, איינמאל איך זעה אז מיין נאמען פיגורירט, נישט קיין חילוק צו מ'טוישט מיך אויף ארויף אדער אויף אראפ, זעה איך אז איך בין נאך אן ארבייטער אין די קאמפאני, און אפי' אויב איז עס שווערער, האב איך צייט צו פאררעכטן און זיך אריינארבייטן צוריק צו באקומען א בעסערע פאזיציע, אבער איך בין נאך אין די קאמפאני.
מיר האלטן אפאר טאג נאך דעם טרויעריגסטן טאג פון יאר, דער טאג וואס ווערט געהאלטן יאר איין יאר אויס אלס א טרויער און אבלות וואס האט נישט קיין גשמיות'דיגן הסבר, עס קען זיך נישט דער גוי פארשטעלן וויאזוי אידן קענען אזויפיל טויזנטער יארן קלאגן אויף א הויז וואס איז פארברענט געווארן, עס איז א וואונדער וואס נאר דער איד מיטן אינערליכן ברען און רוחניות'דיגן בליק קען פארשטיין.
עס גייט אדורך דער טאג און מ'טרעפט זיך אין שבת נחמו, מ'זאגט אין די הפטורה די טרייסט ווערטער וואס דער נביא זאגט פאר אידישע קינדער, עס איז א שמחה, מ'פריידט זיך מיט די מונטערע רייד, מיט די האפענונג אז די שטארקע טרייסט ווערטער זאלן שוין מקויים ווערן בימינו אלה בקרוב ממש.
די שמחה וואס אידן האבן אין שבת נחמו איז נאך פיל ווינציגער פארשטענדליך פאר א פרעמדן, ער וועט קוקן מיט וואונדער, וואס פריידט איר זיך? צו דען האט מען נישט געזאגט די טרייסט רייד שוין אזויפיל יאר? צו זענט איר זיכער אז דער גלות ווערט אייך בעסער? פארוואס פרייען זיך אידישע קינדער?
נחמו נחמו "עמי" אונזער טרייסט איז ווען מיר הערן די ווערטער אז טראץ די אלע זינד, און טראץ די אלע שווערע זמנים וואס אידן גייען אריבער זענען מיר נאך אלס "עמי" מיר זענען דעם באשעפער'ס פאלק, און מיר קענען אלס שטרעבן און הארעווען צו ווערן נאך בעסער, הקב"ה גיבט אונז די געלעגנהייט צו פארבעסערן אונזערע מעשים אז ווען די ריכטיגע גאולה וועט קומען זאלן מיר קענען אקעגן גיין דעם גואל צדק מיט געהויבענע קעפ, אידן וועלן לויפן קעגן דעם מלך המשיח מיט אומפארשטענדליכע כוחות, מיט א אנגעזאמלטן טויזנטער יאריגן האפענונג וועלכע מ'האט אויסגעווארט מיט אזויפיל געדולד און געגארט מיט אזויפיל אינערליכע געפיהלן, עס וועט אלעס צוזאמען נאר גרעסער מאכן דעם יום הגדול והנורא ווען עס וועט נתקדש ווערן שם שמים והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם.
דאס איז וואס דער נביא זאגט אונז נחמו נחמו, וויאזוי קענען מיר זיך טרייסטן "עמי" יאמר אלקיכם, דער אייבערשטער רופט אייך נאך אן "עמי" איר זענט נאך אלס די עם סגולה, איר זענט נאך אלס בנים למקום, און איר האט נאך אלס צייט צו גרייטן זיך מיט מער אימפעט און מער קדושה צו דעם געהויבענעם גאולה וואס זאל שוין קומען בקרוב בימינו אמן.