יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דאס וואונדערליך ברויטל

פתח הגליון · פרשת ואתחנן

פון א דערפל ווייט פון שטעטל האט זיך פארוואנדערט א פויערל מיט זיין פערדעלע, אויף די זייטן שלעפט ער זיך זיין האב און גוטס, א זעקל ווייצלעך מיט א לאגל וואסער וועלכעס איז זיין מאכל בהמה צו אלע צייטן, ער זעצט זיך אוועק און נעמט אפיר זיין היטל פון קאפ, מישט אויס דאס ווייץ מיטן וואסער און באשפריצט זיך דעם גארגל און פארט ווייטער.

אנקומעננדיג אין שטעטל שפירט ער א גערוך וואס ער האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געשפירט, ער מוז דערגיין דעם ריח גן עדן, ער קומט נענטער און זעהט א בעקער מיט די שמונה בגדים, וועלכער פארקויפט זיין נארוואס פריש געבאקענע ברייטלעך וועלכע פארשפרייטן דעם גאר איינגענעמען ריח.

דער פויער קען זיך נישט איינהאלטן און אינטערסירט זיך איבער די מאדנע בריאה וועלכעס ער זעהט דא, וואס איז דאס? צו וואס ניצט מען דאס? ער שמייכלט זיך אינטער מעשה תלמיד חכם און זאגט, איך פארשטיי אז מ'נוצט דעם ברוינעם געגנשטאנד פאר א גוטן ריח, אבער וויאזוי מאכט מען עס? איז דאס א בעל חי אדער א געוואוקס?

דער בעקער זעענדיג מיט וואס ער האנדלט דא רופט זיך אן צום פויער: דאס איז א פריש ברייטל, געבאקן פון ווייץ און וואסער, מ'מאכט איר אזוי אז דער מענטש זאל עס עסן מיט א געשמאק, און דאס איז נישט געמאכט געווארן פארן גערוך, דער פיינער ריח קומט נאר מיט אלס א זייטיגער בענעפיט פון דעם נארהאפטיגן מאכל דער ברויט.

פארוואונדערט ביז גאר קוקט ער דערויף, ער בייגט דאס אהער און אהין און רופט זיך אן צום בעקער, זיי נישט ברוגז איך בין נישט היינט געבוירן, איך בין גאנץ באהאוונט מיט ווייץ און וואסער, קוק אריין אין מיין זעקל, דאס נוץ איך כסדר אלס מיין עסן פון געבורט אויס. אבער דא אין דעם משונה'דיגן שמעקעדיגן געגנשטאנד זעה איך נישט קיין וואסער, און איך זעה נישט קיין ווייץ, וואסער וואלט זיך געגאסן און נישט געבליבן אזוי אין די לופטן, און ווייץ האט א ספעציעלן אויסקוק מיט וועלכן איך בין וואויל באקאנט. דריי א קאפ פאר א קליין קינד נישט פאר אזא געלערנטן פויער.

מיר דארפן נישט מיטהאלטן ווייטער די שמועס, איר קענט זיך אודאי פארשטעלן אז ס'נעמט א וויילע פאר דעם פויער צו איבעררעדן אז דאס איז יא א מאכל, און יא פון ווייץ און וואסער, וואס ווילט איר פון א פויערל, ער האט דען געדארפט וויסן? אבער נאכן שמועס ווייסט ער שוין, און ער גלייבט שוין, אז פון ווייץ און וואסער מאכט מען ברויט.

די שמחה אין דערפל איז עד אין לשער, דער פויער ברענגט גוטע נייעס פון שטעטל, א נייע רעצעפט פאר א פרישן מאכל, דער עולם איז אויסער זיך פון התפעלות ווען דער פויערל נעמט אפיר א פריש ברייטל און ווייזט אויפן נייעם מאכל.

דער קבלת פנים איז ווי פארשטענדליך געווען דאס זעלבע ווי דער וואס ער האט געגעבן פארן בעקער, און ביז ער האט נישט באוויזן אפאר ברייטלעך אפצובאקן האבן זיך געבאקן סברות לכאן ולכאן, מאנכע האבן געזאגט ער איז א ציגיינער א ליגנער, אנדערע האבן יא געוואוסט צו זאגן אז די שאלאכץ פון די ווייצלעך מאכן ברוין דאס ברייטל, און אינעווייניג וואקסט ווען מ'באגיסט מיט וואסער און אזוי ווייטער. יעדער אויף זיין שטייגער האט פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן צו כאפן די חכמה פון דעם ברייטל וואס דער פויער האט ערצייגט.

ושמרתם ועשיתם, כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה.

עס איז באקאנט די גרויסע מחלוקה וואס מ'זעהט צווישן די ראשונים ועל דגלם דער הייליגער רמב"ם אין דעם ענין פון אמונה, אין וועלכן מיר האבן נישט דאס מינדעסטע באגריף, אבער אויף אזויפיל וויפיל עס ווערט געשריבן, האט דער הייליגער רמב"ם געהאלטן אז כדי צו האבן ריכטיג אמונה דארף מען אביסל קענען דאס וועלטל, און מתוך דאס שיינקייט און גרויסקייט קומט מען צום געוואלדיגן אמונה בהשי"ת ווען מ'זעהט מה רבו מעשיך ד'.

שוין דא פוסקים וואס זאגן קלאר אז דער הייליגער רמב"ם האט אזוי געשריבן ווייל אין זיינער צייט איז געווען אסאך ויכוחים צוושין די פיליסופן און מ'האט געמוזט ענטפערן לכסיל כאוולתם, אבער באמת פאר א איד וועלכער איז געווען ביים מעמד הר סיני, פעלט נישט אויס קיין ערקלערונגען צו די אמונה.

ווי דער הייליגער רבי צדוק שרייבט אין ספר הזכרונות, ווען אריסטו ימ"ש וואלט ווען געזעהן דעם מעמד הר סיני, אדער אז מן קומט פון הימל 40 יאר, וואלט ער נאך געדארפט זוכן ראיות אז ס'איז דא א באשעפער? זיכער אז נישט, נאר זיין גאנצע פיליזופיע איז געקומען מחסרון אמונה.

מיר אידישע קינדער ווייסן וויאזוי דער ברויט איז געבאקן, מיר האבן מיט די אייגענע אויגן געזעהן דאס וואס לא יראני אדם וחי, מיר האבן געזעהן די שכינה הק' בתפארתו. מיר האבן געזעהן די פמליא של מעלה וויאזוי זיי רינגלען דעם בארג סיני מיטן גאנצן הימלישן פראכט, ותקרבון ותעמדון תחת ההר וההר בוער באש עד לב השמים חשך ענן וערפל. מיר האבן געהערט דעם קול דברים ותמונה אין אתם רואים זולתי קול.

צו דארפן מיר ראיות? צו דארפן מיר הוכחות? אודאי אז נישט. דאס איז פארוואס מיר זענען דער עם חכם ונבון, נישט ווייל מיר האבן אויסשטודירט אדער אנאלאזירט וויאזוי דיוועלט איז באשאפן, נאר ווייל מיר האבן געזעהן איר באשעפער.

האט איר שוין אמאל געהערט איינעם מדקדק זיין וויאזוי דאס וואסער האלט זיך אין ברייטל, אדער פארוואס מ'דערקענט נישט די ווייצלעך דערינען? דער פויער קען שטיין א יאר און ברעכן קאפ וויאזוי דאס פאסירט אויב האט ער נאך קיינמאל נישט פארזוכט א גוט ברויטל, אויב אבער איז ער שוין פון די ציוויליזירטע וועלט און ער ווייסט וויאזוי מ'מאכט ברויט איז עס ביי אים א געלעכטער ווען ער הערט זיינע קאלעגע פויערן זיך דינגען וואס מיטן וואסער אינעם ברויטל פאסירט.

און דערפאר זענען מיר טאקע באאויפטראגט צו טראגן די שיינע קרוינען פון חכם ונבון, עס איז די חכמה וואס קומט פון אמונה און ידיעה וואס איז אומאפרעגבאר וואס פארלאנגט פון אונז צו גלויבן און וויסן צונאזאם.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו דעם טאג ווען עס וועט שוין זיין והיתה לד' המלוכה והי' ד' למלך על כל הארץ. דער מלך איז ער יעצט אויך, נאר דאן וועט דאס דער פויערל אויך פארשטיין און ביום ההוא יהי' ד' אחד ושמו אחד.