די שטאטס לייט האבן זיך צוזאמגענומען מיט א ציהל צו רוקן א גאר גרויסן שיף וועלכעס איז געווען געאנקערט ביים בארטן און געשטערט דאס פארקער, עס ליגט שוין דארט יארן לאנג און זאמלט שימל און מיסט, עס פארפעסטעט דאס וואסער, און לאזט נוצן דעם בארטן פאר וויכטיגע ליפערונגען וואס וואלטן פיהל געקענט העלפן די שטעטלשע באפעלקערונג.
אלזא האט מען אויסגערופן אויף א טאג ווען אלע וועלן זיך צוזאמען קומען, און מ'וועט צוזאמען שלעפן דעם גרויסן פיהל טאנינגען שיף ארויף צום יבשה, און אוועק פירן אריין אין שטאט ווי מ'וועט איר צונעמען און מער נישט האבן קיין פראבלעמען דערמיט.
יעדער שטייט גרייט, טויזנטער נפשות, אלע מיט שטריק אין די האנט, באהאפטן צום שיף צו די פענסטער, צו די טירן, צו די לעכער, און ווי אימער נאר שייך, און דער עומד בראש שרייט: איינס, צוויי, דריי. שלעפטס… עס גייט נישט, עס רירט זיך נישט.
ער רופט אויס נאכאמאל, ער פארלאנגט מ'זאל זיך אנשטרענגען און מיט אלע כוחות שלעפן, ער מוסר'ט די לאנדסלייט פארן זיין פויל און נישט אריינלייגן דעם פוהלן כח, און אזוי פרובירט מען נאכאמאל און נאכאמאל, אבער מיט די אלע מוסר שמועסן און שרייערייען רירט זיך נישט דער שיף פון ארט.
ביז א חכם איז אפיר געקומען און געזאגט, עס איז א שאדע אייער ארבייט, דער שיף וועט זיך קיינמאל נישט רירן, איר דארפט קודם מאכן זיכער אז אלע שלעפן צו איין ריכטונג. טוהט נאר א קוק וואס דא טוהט זיך, טויזנטער מענטשן שלעפן א שיף יעדער צו זיין זייט, וויאזוי ווילט איר אז דער שיף זאל באשלוסן אויף וועלכן ריכטונג זיך צו ריקן?
פארשטייט זיך אז דאן איז עס שוין געפארן גרינג…
די וואך אין די פרשה הייבט זיך אן אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל, אנדערש ווי געוויינליך ווען דער לשון איז אל בני ישראל, און ווי רש"י הק' איז מסביר, משה רבינו האט גערעדט צו אלע אידן ממש, ווייל אויב וועלן זיין אידן וואס וועלן נישט זיין דערביי, וועלן זיי פארלייגן וואס זיי וואלטן ווען געטענה'ט מיט משה רבינו'ן, דעריבער איז דא וויכטיג געווען ווען מ'רעדט דברי תוכחה צוזאמנעמען גאנץ כלל ישראל לפונדק אחד, און רעדן צו יעדן אויף איינמאל.
עס איז אויך אזוי געווען ווען אלע אידן זענען זיך צוזאמגעקומען טאקע אלע ממש, ווען מ'האבן מיר מקבל געווען די הייליגע תורה ביים בארג סיני, עס איז דארט אויך געווען גאנץ כלל ישראל אן אויסנאם, און ווי דא ביי די דברי מוסר האט דארט אויך משה רבינו גערעדט צו די אידן בשעתו און צו אלע נשמות ישראל לדורי דורות עד עולם, עס זענען געווען קיבוץ נשמות ישראל פון אלע צייטן צו זיין אנוועזנד ביי דעם הייליגן מעמד פון קבלת התורה.
די הייליגע תורה איז קאי וקיימי און אירע רייד טוישן זיך נישט ח"ו קיין אות קיינמאל נישט, טראץ די אלע שווערע אומשטענדן וואס כלל ישראל גייט אריבער שוין טויזנטער יארן, ווען עס שטייען אויף קעגן די תורה מבית ומבחוץ, פון דעסטוועגן איז נישט און וועט נישט געלונגען משנה צו זיין קיין זיז כל שהוא פון דעם מקור האמת די הייליגע תורה.
עס שרייבט אונז דער הייליגער ר' אלימלך זיעועכי"א אין נועם אלימלך די וואך, דער ענין פון כל ישראל איז זייער א וויכטיגער, ווייל ווער קען דען זאגן אז ער איז גענוג ריין, און גענוג לויטער, אז די מצות וואס ער טוט ווערן געטון בשלימות? און אזוי אוך ווען עס קומט תשובה צו טוהן אויף א מעשה שלא יעשה, ווער קען דען נאכקומען צו טוהן די ריכטיגע תשובה וואס פעלט זיך אויס ווען מ'ווידערשפעניגט ח"ו אין דעם מלך מלכי המלכים.
דעריבער זאגט אונז דער הייליגער נועם אלימלך, איז דער ענין פון זאגן לשם יחוד, פאר מיר טוען סיי וועלכע מצוה זיך מייחד צו זיין מיט די מעשה טובה מיט כל ישראל און מיט די הילף פון אלע צדיקים מיט זייערע כוונות, און אלע פשוט'ע אידן מיטן פשטות און תמימות, שטעלט זיך ארויס א הערליכער מצוה וואס קומט ארויף בשלימות פארן כסא הכבוד. עס איז נישטא נאך אזא שלימות ווי דאס גאנצקייט פון כלל ישראל וואס ווערט קיינמאל נישט צובראכן.
אין די טעג ווען מיר קלאגן אויפן חורבן ביהמ"ק און מיר טוען דאס שוין אזוי טויזנטער יארן ווי דאס אומגליק וואלט געשען נעכטן, איז דאך אודאי נישט מער ווי פאסיג די ווערטער צו ווייזן אויפן אחדות פון כלל ישראל וואס דאס איז איינע פון די חטאים וואס כלל ישראל האט געדארפט מתקן זיין, דאס ענין פון שנאת חנם, וואס דאס איז דאס פארקערטע פון דעם אזוי געגארטן אחדות וואס איז משלים אונזערע מצוות און מעשים טובים.
מיר זענען נאר איינס ווען מיר אלע צילן צום זעלבן, און ווען מיר אלע זענען באחדות און האבן זיך ליעב ווי זיך אליינס. דער מענטש קען גארנישט באווייזן אליינס, אבער פיל ווייניגער קען ער אנקומען ווען ער ארבייט צוזאמען מיט א שונא.
פאר א איד צו זיין הייליג און ריין, קען ער נישט אליין, ער מוז האבן דעם פארלאנגטן אחדות, און ח"ו נישט פירן קיין מחלוקת אדער סתם האלטן א שנאה אויף א צווייטן איד. דאס זאגט אונז דער פסוק אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל. אין ליידן און אין פריידן זענען אידן אנגעקומען צום גרעסטן מדריגה דורך דעם ענין פון "כל ישראל".
עס קען גאר זיין פשט אין די משנה אין חלק וואס מיר לערנען אין די וואכן ביי פרקי אבות כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, ווען עס איז דא דער ענין פון "כל ישראל" דאס ברענגט אונז צום עולם הבא. ועמך כלם צדיקים דאס פאלק ישראל ווען זיי זענען "כלם" אלע צוזאמען איז דאס א הייליג פאלק.
זאל דער בורא עולם העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון גלות אלס דער איינציג פאלק, מיט א פאראייניגטן כח פון אחדות מיט ערליכע אידן, און צוזאמען זעהן בבנין בית המקדש, ווען יעדערער לייגט א ציגל און עס ענדיגט זיך דער בנין. בקרוב בימינו אמן.