יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

גיב א בליק

פתח הגליון · פרשת מטות

אין ביהמ"ד דרייט זיך ר' לייבל און זוכט אלס א אופן פון אויפמערקזאמקייט, עס איז עפעס זיין שלימזל אז וואס אימער ער פרובירט ארבייט נישט. קיין גרויסער מוצלח איז ער נישט, אן עסקן איז ער ווייטער נישט, אינדערהיים האט ער נישט קיין ווארט און אין ביהמ"ד איז ער אויך נישט פון די שטארק געזוכטע מיטשמועסער. אלזא אלס ווען ס'מאכט זיך א געלעגנהייט פרובירט לייבל צו פיטערן דעם שטארקן רייץ פאר אויפמערקזאמקייט אן קיין עקסטערע הצלחה.

ויהי היום, ער הערט זיך אונטער א שמועס פון די גרויסע נייעס ווייסער אז דער פרעזידענט קאנדידאט וואס לויפט אויף איינע פון די גרויסע פארטייען האט געזאגט א קאנטראווערסיעלע ווארט אין דעם ענין פון גאן קאנטראל, עס דרייט זיך איבער די וועלט, די צייטונגען פרובירן אריינלערנען פשט וואס דאס מיינט, און וויאזוי דער קאנדידאט וועט זיך באציעהן צו די טעמע אויב זאל ער געווינען דעם ווייסן הויז. די פשט לערנער זענען מדייק אין יעדן ווארט, און די אויבערפלעכליכע לערנער פרובירן אוועקצומאכן דעם נחיצות הענין, און די שמועס גייט אויף הויכע טענער.

לייבל קלערט אז ער האט א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, ער שפאצירט צו מיט איין אימפעט צום גרויסן נייעס קופקע, און מיט קוראזש גיבט ער א רוף אויס: איך האלט . . . איך האלט . . . אז מ'דארף אויסראטן פריוואטע גאן'ס פון סתם אזוי בירגער. איך האלט . . .

דער עולם קוקט אים אן מיט פארגלייזטע בליקן, און מ'דרייט זיך צוריק צום שמועס, עס איז כאילו ער האט גארנישט געזאגט, די שמועס גייט ווייטער איבערן פרעזידענט קאנדידאט און אנדערע דברים העומדים ברומו של עולם החדשות.

צעבראכענערהייט און מיט א קאלאמוטנע געוויסן דרייט זיך לייבל אוועק און ווענדט זיינע טריט גראד צו זיינס א חבר וועלכער פארשטייט אביסל זיינע שוועריגקייטן, און ער וויינט זיך אויס דאס הארץ. ער קען נישט פארשטיין פארוואס אפי' ווען ער טוט שוין עפעס וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס פאר אנדערע, אבער פאר אים וועט דאס נישט ארבייטן. בין איך אזא שלימזל?

דער חבר האט מיט ווארימקייט אים מסביר געווען דעם חילוק, דארפסט פארשטיין לייבל, ווען דו זאגסט עפעס אין די נושא פון גאן קאנטראל אדער סיי וואס אין פאבליק פאליסי וועסטו נישט אויסמאכן מער ווי הייסע לופט אויף א גלעזעלע, דיינע ווערטער זענען נישט מכריח גארנישט, דעריבער איז עס נישט קיין הייסע טעמע, משא"כ דער פרעזידענט קאנדידאט וואס יעדע ווארט וואס ער זאגט קען אויסמאכן אויף זיינע יארן אלס פרעזידענט אויב געווינט ער די וואלן. פארשטייסט?

די וואך אין די סדרה זאגט דער אויבערשטער פאר משה רבינו נקום נקמת בני ישראל מאת המדינים, שטעלט זיך דער אוה"ח הק' אויף דעם לשון פון נקום, וואס לויט דעם וואס שטייט אין פסוק דער לשון פון "לאמר" איז דאך פשט אז משה רבינו דארף דאס איבערזאגן פאר די אידן, וואס דאן וואלט זיך מער געפאסט נקמו נקמתכם, ווי איידער א לשון יחיד.

דער אוה"ח הק' פארענטפערט אז וויבאלד דער דאזיגער באפעל האט געהאט א גאר שטארקע משמעות פאר משה רבינו, וויבאלד אין דעם איז געווען תלוי זיין פטירה, וויסנדיג אז נאכדעם וואס ער וועט נקמה נעמען אין די מדינים וועט ער נפטר ווערן פון דער וועלט, זאגט די תורה הק' אז מיט די אמירה אליינס וואס משה רבינו זאגט פאר די אידן וועט שוין זיין גערעכנט ווי משה רבינו האט געטון זיין חלק אין די נקמה קעגן די מדינים, און עכ"ז האט זיך משה רבינו געאיילט און גראד געזאגט פאר די אידן נישט ווארטנדיג קיין עקסטערע רגע, טראץ ער האט געוואוסט אז מיטן זאגן אליינס טוט ער דערמיט ברענגען נענטער דעם יום המיתה.

עס קען זיין אז דער פרשה קומט אריין גראד נאך די פרשה פון נדרים וואס מיר לערנען אויך א גאר וויכטיגע לימוד. אין די פרשה זעהמיר א גאר וויכטיגע דערהער, עס מאכט זיך א יונג מיידל וואס איז נאך א נערה זאגט א נדר, וואס האט זי דען געזאגט? וואס האט זי דען געמיינט? האט זי געזאגט! און דערויף זענען געבויט תלי תלים הלכות און גאנצע בערג פון פירושים וויאזוי און ווען און ווער עס קען מתיר זיין אדער מפיר זיין אזא נדר.

איז דאך מורא'דיג שווער וואס דא קומט פאר, סך הכל האט א יונג קינד געזאגט עפעס, עס שאדט נישט קיינעם, די הלכה דא ביים נדר זעהט עפעס אויס ווי א חק בלי טעם.

דערפאר ברענגט אונז די תורה די פרשה פון נקמת מדינים, וואו מיר זעהן ווי די ווערטער פון דעם ראש הנביאים משה רבינו האט מכריע געווען די צייט פון זיין פטירה, און די תורה קומט אונז לאזן הערן אז א אידיש קינד נישט קיין חילוק גרויס אדער קליין, ווען א אידיש קינד רעדט א ווארט איז דאס עפעס וואס האט א ממשות, און נישט סתם גערעדט.

די פרשה לאזט אונז וויסן ווי שטארק אונזערע ווערטער זענען, און ווי טייער מיר מוזן זיי האלטן, נישט צו פארלירן אן איינצעלנעם ווארט לטמיון, נישט ארויסזאגן א ווארט וואס האט נישט קיין ציהל, אדער ח"ו איז אן עבירה.

אנדערש ווי דער גוי, וואס אויב איז ער נישט אויפן אויבן אן, אויב טראגט ער נישט א אפיציעלע טיטל איז זיין ווארט נישט ווערד מער ווי ווען ער שווייגט, אפשר גאר ווייניגער, מוז נישט דער איד לויפן פאר פרעזידענט אז זיין ווארט זאל זיין גענוג וויכטיג אז כדי צו צושטערן זיינס א נדר זאל מען מוזן טון פעולות עצומות, און טרעפן א פתח חרטה.

ברוך שלא עשני גוי, א אידיש דיבור איז קאי וקיימי, ווי עס שטייט טאקע פון די ספרים הק' לגבי די ברכות וואס אידן וואונטשן זיך גייען קיינמאל נישט פארלוירן, זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו היטן אויפן דיבור מתוך הרחבת הדעת, און צוזאמען זאל מיר גיין קעגן גוא"צ. בב"א.