יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

ווען איז דער רב יא גערעכט?

פתח הגליון · פרשת בלק

בערל דער בעל עגלה איז אין ביהמ"ד פון די הולכים ואינם עושים, ער איז צומאל מער א שטער פאר די מתפללים ווי אליינס א מתפלל, עס מאכט זיך כסדר אז דער שמש פארשרייט אדער מאכט אים שטיל, צומאל פעלט אויס אז דער רב פון שטעטל זאל זיך אליינס אראפלאזן און מוחה זיין אויף בערל'ס התנהגות כדי צו האלטן דעם כבוד הביהמ"ד און די הלכה אין שו"ע בתקפה.

בערל ווי זיין שטייגער מאכט צימעס פון די אלע דברי תוכחה, ער לאכט זיך אויס פון די הארציגע רופן און בקשות פונעם רב זיך אפצולאזן פון זיינע שלעכטע וועגן און נישט שטערן דאס דאווענען אין שול. בערל פרעגט מיט שפאס, צו איך האב שוין באצאלט מיינע חובות האט דער רב זיך שוין אויך געזארגט? אדער נאר פאר מיין רוחניות זארגט זיך דער רב?

פארשטייט זיך אז די ערליכע אידן אין שוהל מאכן זיך נישט צו טוהן פון די ווילדע און חוצפה'דיגע ענטפערס און שטיצן דעם רב'ס ווערק מיט וואס זיי קענען, צו ברענגען בערל'ן תשובה צו טוהן פון זיינע שלעכטע טאהטן.

והי היום הערט זיך א קול ענות פון בערל'ן ווי ער טענה'ט זיך מיט איינעם פון די מיטגלידער פון די קהלה איבער א סכסוך וואס זיי האבן אין זייער שכנות, און צו אלעמענס שטוינונג הערט מען בערל'ן שרייען מיט נישט זיין שטימע: דער רב פון שטאט האט די לעצטע ווארט! דו האסט נישט קיין רעכט צו . . .

די מענטשן קוקן זיך ארום מיט וואונדער, בערל איז פלוצלינג ווארים געווארן פארן רב, ער נעמט זיך אן פארן כבוד התורה? אפשר גאר האט ער חרטה געקריגן אויף זיינע שלעכטע מעשים.

פארשטייט זיך אז גאר שנעל האט מען פארשטאנען אז דאס מאל קומט אים צונוץ א פסק פון דעם רב, און פלוצלינג איז ער מלא דברי חנופה און האט נאר גוטס צו זאגן אאיבערן רב, און מארגן וועט ער ווידער מורד זיין אויב וועט אים אויספעלן להנאת גופו.

שפילט זיך אפ א גאר אינטערסאנטע געשיכטע די וואך אין די פרשה, בלק דער קעניג ציטערט פון די אידישע קינדער די עבריים, ער זעהט זיך ארום באדראהעט פון זייער עצם עקזיסטענץ, ער זוכט עצות וויאזוי לויז צו ווערן פון זיינע פחדים.

נישט ווי דער שטייגער ווי מלכים, וועלכע טוען געוויינליך איינס פון די צוויי, אדער גרייט מען זיך צו קריג, און מ'איז גענוג שטאלץ צו מיינען אז מ'גייט געווינען, אדער פארפעסטיגט מען זיך אין די מדינה, און מ'האפט אז דער שונא וועט דורכגיין אן שאדן מאכן פארן אייגענעם פאלק, גייט בלק צום ראש הנביאי האומות פאר א ברכה.

עס איז באמת גאר שווער צו פארשטיין, עס איז זייער נישט שטייגערליך פאר א מלך אין אזא פראבלעם אזוי נאכצולויפן ברכת נביא, ממש אזא מאמין אזא שטארקע אמונה בד' אז נאר א קללה פון בלעם מיט די רשות פון הקב"ה קען אים העלפן?

פון וואו נעמט זיך פלוצלינג אזא צדקות צו דעם רשע? א מין מדריגה אין אמונה, ער איז גרייט צו געבן כל הון דעלמא אז דער נביא זאל געבן א קללה? נאך מער, בלעם האט דאך אים געגעבן ליידער א עצה טובה וויאזוי צו מאכן אידן זינדיגן, ער האט דאך אים געהאלפן נעבעך עלימינירן אזויפיל טויזנטער אידן וואס זענען געפאלן פון דעם חטא, וואס איז דאס אז דער מלך בלק איז נאך אלס נישט צופרידן.

נאר די תורה הק' קומט אונז דא לערנען דעם סדר פון א זינדיגן מענטש, ער וועט נוצן אלע כלי מלחמה צו קריגן מיטן ערליכן איד, ער וועט זיך נישט מונע זיין פון גארנישט, אבער ווען ס'קומט אים אויס גוט וועט ער אפי' זיך שטעלן א פני תם און זיך גאר אננעמען אויפן באשעפער.

בלק איז פלוצלינג פארוואנדלט געווארן אין א שטארקער מאמין, ער דארף ברכות ער דארף קללות, אלעס צו דינען זיינע אינטערעסן, ער ווענדט זיך צום גרעסטן נביא שקר, ער בוקט זיך ער בייגט זיך, נישט ווי עס פאסט פאר א קעניג, אלעס פאר זיינע ביליגע אינטערעסן אינטער צוברעכן כלל ישראל.

דאס איז א לימוד לדורות ווען פלוצלינג קומט דער בן רשע און פאררופט זיך אויף די תורה הק' אדער אויף די מורי הוראה און פרובירט צו שלאגן קאפיטאל קעגן ערליכן איד, זיך נישט צו דערשרעקן פון דעם און געדענקען אז ער איז מבני בניו של בלק, און איז עוסק מיט זיינע תכסיסים.

א גוט שבת